בלאט 1 פון 1

וואס האט פאסירט אין גור?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:33 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך בין נישט פון גור אבער קען מיר איינער אפשר מסביר זיין.

וואס האט פאסירט אין גור? וואס האט זיך אזוי צובלאזען אז ממש מען הרג'ט זיך. משפחות רעדען נישט איינער מיט'ן אנדערע, מען רייסט פאות און בערד מען ווארפט ארויס פון ישיבה. אין ארץ ישראל האט מען אפגעזאגט צוויי לאנג יאהריגע בעלי תפילה ווייל זיי האבן משפחה וועליכע גייען צום ראש ישיבה. מען האט אפגעזאגט דער רב פון בורו פרק אין ארץ ישראל ברעכט מען אויף פאסט קעסטליך און מען גנב'ט ארויס זאכען פון דארט רבש"ע וואס גייט דא פאר?

עס איז שוין ערגער ווי די מחלוקת צווישען די ארונים און זאלונים.

מען מעג נישט טוישן רבי'ס? און וואס איז אז מיין קאזין גייט צו אן אנדערע רבי פאר דעם דארף מען אנשלאגען מיין זוהן? וואס איז דא געשעהן?

איך פארשטיי אז ביי איעדע חסידות זענען דא שווענץ אבער אזעליכע שווענץ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:46 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
שוין דא אן אשכול אויף די נושא. דאנקע שיין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 5:05 pm
דורך מפיל קינד
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:עס איז שוין ערגער ווי די מחלוקת צווישען די ארונים און זאלונים.

גור אן מחלוקת איז ערגער ווי אין סאטמאר מיט מחלוקת.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 4:06 pm
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד: ס'איז א שיינער דרש. אבער זיי מסביר וואס דו מיינסט.