בלאט 1 פון 2
פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 4:41 pm
דורך דערהויבענע איד
כ'דריי זיך שוין כמעט א יאר אויפ'ן קאווע שטיבל פארום, ברוך השם ס'איז א געשמאקע פלאץ ווי אסאך קלוגע אפענע מענטשן קענען רעדן און דיסקוסירן טעמעס.
איך מיין אז א גרויס חלק פון חברי השטיבל זענען נישט אזעלכע גרויסע חסידים פון די חרד'ישע סאסייעטי, הן בנוגע די חינוך, רעב'יס, משפחה לעבן, עקענאמיע, אא"וו. ס'איז דא מענטשן וואס טוען למעשה, מ'מופט ארויס פון שטאט, שיקן די קינדער צו אנדערע מוסדות'ן, די ווייב נעמט לייסענס, און מ'טרייט וויפיל מ'קען צו ענזשויען לייף. ס'איז דא אבער אסאך מענטשן וואס טוען ממש גארנישט דערצו, זיי לעבן אין א סיסטעם וואס זיי האבן פיינט, און רירן זיך נישט אוועק פון דעם. די אלע מענטשן וויל איך פרעגן דא:
ווילאנג רעגסטו דיך שוין אויפ'ן סיסטעם?
פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
וועלכע זאך דארף זיך טוישן אז דו זאלסט עפעס טון למעשה ארויסצוזען פון די סיסטעם?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 9:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א. איך האב געהאט א שטיקל תקופה וואס כ׳האב מיך גערעגט אויפ׳ן סיסטעם ווייל כ׳האב געפילט ווי זיי פארדרייען מיין אידישקייט, פון ווען כ׳האב אויפגעגעבן אויף מיין אויסשליסליכע בעלות אויף אידישקייט איז מיין גאנצע אויפרעגונג אוועק.
ב. איך ווייס נישט צו איך קען מיט רעכט זאגן אז איך בין נאך אין די ״סיסטעם״, און באמת אין א געוויסע זין בין איך קיינמאל נישט געווען געהעריג אינעם סיסטעם, כ׳האב אלץ געטוהן וואס איך האלט פאר ריכטיג און וואס איך ענדשוי און געשלאגן כפרות מיט די אומפארגינערס. די חלק סיסטעם אין וואס איך בין נאך יא איז עס ווייל כ׳האב נישט קיין שום אורזאך עס אפצולאזן, און די מינוט וואס איך וועל איינזעהן אז פאר די וואוילזיין פון מיר אדער מיינע קינדער דארף איך אוועקגיין וועל איך עס אפלאזן ווי א הייסע קארטאפל.
ג. אסאך זאכן קענען געשעהן אז איך זאל אפמאכן אז איך קען האבן א בעסערע לעבן אינדרויסן, מיינע קינדער וועל איך מן הסתם ארויסשטופן פונעם סיסטעם מיט געוואלד ווען זיי וועלן ווערן עדאלטס, אויב וועל איך זעהן אז זיי הייבן אן צו ווערן צו ברעינדעמעדשד אדער ברעינוואשד אין די אינגע יארן זיי צו קענען ארויסשטופן ווען זיי ווערן עלטער קען דאס אויך זיין א שטופ זיך אפצופעקלען.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:46 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
ווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:48 pm
דורך קורקלענד
ווייל ס'קומט מיר אויס זייער גוט צו זיין אין די סיסטעם. איך זעה נישט די גליקן אינדערויסן פון די סיסטעם.
אדרבה, וואס זענען די גרעסטע פראבלעמען פון די סיסטעם? און וויאזוי זענען די פראבלעם געלעזט אינדערויסן פון די סיסטעם.
וויבאלד אונדזער סיסטעם האט חסרונות (אזויווי יעדע סיסטעם), ווערן מאנכע שטארק אנגעגעסן און פארגעסן צו אנערקענען אירע מעלות. ווען מ'דארף לייגן די מעלות און חסרונות זייט ביי זייט זעהט מען א גאר אנדער בילד.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:54 pm
דורך מצפצף
ואם אמר יאמר העבד אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חפשי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:05 pm
דורך אישתישבי
למשל אױב איך האב נישט ליב קאווע שטיבל, מוז מען אוועק? מען נוצט עס וויפיל מען קען, און מען שעלט וויפיל מען קען.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און די אשכולות און ניקס וואס ס׳געפעלט נישט איגנארירט מען און געגאנגען ווייטער, נאר די קינדער ווארנט מען אן אז זיי זאלן נישט שטעקן בלייבן דארט און זיי זאלן וואוסן אז ס׳דא א גאנצע וועלט אינדרויסן מיט opportunities ווי צ.ב. אייוועלט און Reddit.
פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:11 pm
דורך הקטן
וואס מאכט דיך מיינען איך בין אין די סיסטעם?!?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:21 pm
דורך הקטן
הקטן האט געשריבן:וואס מאכט דיך מיינען איך בין אין די סיסטעם?!?
וואס לאכסטו???
אויב דו ביסט נישט די סיסטעם אליינס, ביסטו
אין די סיסטעם
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:39 am
דורך דערהויבענע איד
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳
אין א וועג מיינט עס אז דו האלסט פון אונזער סאסייעטי, וויל סוכ"ס קוקסט עס אן א ערליכע פלאץ,...ליידער איז דא אסאך אידן וואס זענען זייער אנטוישט פון די סיסטעם, און האלטן אז ס'איז ממילא נישט די ערליכסטע פלאץ...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:01 am
דורך בת קול
אישתישבי האט געשריבן:למשל אױב איך האב נישט ליב קאווע שטיבל, מוז מען אוועק? מען נוצט עס וויפיל מען קען, און מען שעלט וויפיל מען קען.
יא, עפעס אזא מאדנע זאך ביי אונז. אויב מען האט עפעס נישט ליב זאל מען גיין פון דאנעט.
פונקטלעך וואו זאל מען גיין? וואס א חילוק. קודם גיי.
פארשיקן פון מוסד, פארשיקן פון שטעטל, פארשיקן פון סאסייעטי, ווייל מען איז אביסל out of the box.
מען קען זיין אמת צו זיך אין א סיסטעם וואס איז נישט 100% געמאכט פארן אינדעווידואל.
מען מוז נישט גיין ערגעץ אנדערש, און אפלאזן אלץ וואס מען ווייסט, צו טרעפן די באהאלטענע גליקן.
מ'קען הנאה האבן פון די עץ הדעת אין די אייגענע גארטן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:07 am
דורך רביה''ק זי''ע
אין די נארמאלע וועלט איז נאך קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר איינעם צו זאגן פאר ראש לימבאו אז ער זאל זיך גיין פון דאנעט ווייל ער האט טענות קעגן די סיסטעם, בכלל לויט דעם אויבערחכמדיגן חשבון אז אויב ס׳קיצלט איינעם ערגעץ דארף ער זיך אפפוצן איז גאנץ אמעריקע משוגע ווייל האלב האבן זיך געדארפט אפפוצן ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט און די אנדערע האלב האבן געדארפט אפצופוצן ווען ביידען איז געווארן פרעזידענט און ביזדערווייל זענען נאך אלע דא מיט אלע טענות וואס מ׳האט קעגן דעם סיסטעם.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:07 am
דורך קורקלענד
דערהויבענע איד האט געשריבן:בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳
אין א וועג מיינט עס אז דו האלסט פון אונזער סאסייעטי, וויל סוכ"ס קוקסט עס אן א ערליכע פלאץ,...ליידער איז דא אסאך אידן וואס זענען זייער אנטוישט פון די סיסטעם, און האלטן אז ס'איז ממילא נישט די ערליכסטע פלאץ...
די אנטוישטע פארשוינען גלויב איך ווילן אוודאי זיין ערליך. אויב אנערקענען זיי אז אונזער סיסטעם איז נישט ערליך, וואו זעהן זיי יא א ערליכע סיסטעם?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:51 am
דורך תנחום
ווען די הויז איז געוועהן איבערגעקערט פלעגט מיין מאמע עמוי"ש שרייען, "אקעי, איך גיי אהיים!"...
ס'איז נישט דא ווי צי גיין. פרעג נאר די געגאנגע.
אנא אלך מרוחך ואנה מפניך אברח.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:16 pm
דורך אישתישבי
א בעסערע אשכול וואלט געוועהן, וויאזוי צו לעבן מיט דער סיסטעם.
Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:48 pm
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:א בעסערע אשכול וואלט געוועהן, וויאזוי צו לעבן מיט דער סיסטעם.
א גוטער געדאנק גיי פתיחה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:37 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
מיר אלע בלייבן אין סיסטעם וויבאלד דאס איז דער קולטור מיט וואס מיר זענען די מערסטע באקוועם.
אפילו ווען מען האט שוין געסאלווט די עקאנאמישע פראבלעמען פון טוישן געזעלשאפט, וועלן מיר זיך קיינמאל קענען איינגלידערן אין סיי וועלכע אנדערע קולטור חוץ די מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן, אוודאי קען מען זיך אריינשטופן איבעראלל אבער נאך אלע מעשיות איז די מאמעס שטעכעדיגע פארטוך די באקוועמסטע פלאץ.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:55 pm
דורך יעקב מעקסוועל
אפאר חשוב'ע ניקים שרייבן אז די סיסטעם מיט אלע חסרונות, איז דאך בעסער ווי גארנישט. לדעתי איז דאס אמת פאר א חלק ציבור וואס האבן למעשה נאך גענוג הנאה פון די סיסטעם.
פאר די חלק ציבור וואס די חסרונות וועגט איבער די מעלות, איז טאקע דא וואס זענען געגאנגען. און די וואס זענען נישט געגאנגען (למשל איך), איז די פאקט אז מען איז דא סטאק טאקע די גרעסטע חסרון פון די סיסטעם. וויל ווען עס וואלט געווען א מהלך צו אפלאזן די סיסטעם און בלייבן נאנט מיט מיין משפחה און פריינט, וואלט איך עס זיכער געטון, עס איז פשוט נישטא די עקזיט סטראטעגיע אריינגעבויט אינעם סיסטעם, אדער ביסטו אינגאנצען דא, אדער נישט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:39 pm
דורך לכבוד שבת קודש
פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
פרעג די פאפאנע פארוואס זיי בלייבן אין פאפא. ווען דו וועסט פארשטיין פארוואס זיי בלייבן אין פאפא, וועסטו פארשטיין פארוואס דו ביסט נאך אין די סיסטעם.
Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:46 pm
דורך שארפןקאפ
ווייל איך בין ליידער א people pleaser
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 4:02 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שארפןקאפ האט געשריבן:ווייל איך בין ליידער א people pleaser
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
אדער האסטו נישט די אייער!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 4:07 pm
דורך שארפןקאפ
גייט עס נישט האנט ביי האנט?
ווילסט שטארק איך וועל ריפרעזין "ווייל איך בין א people pleaser אין איך האב ליידער נישט אזעלכע גרויסע אייער עס צו איבער קומען!!!"