Muhammad Matters
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:26 am
אינעם פיוט ״איך אוכל לבא עדיך״ וואס מען זאגט יום ג׳ לעשי״ת דרוקט זיך אויס דער פייטן רבינו יצחק בר שעדיה (סעדיה) אויף די ישמעאלים:
"הקוראים נביא לאיש מעולם לא נבא".
ענליך צום רמב״ם און דער רשב״א וועלכער האבן הונדערטער יארן פריער זיך באצויגן צו מוחאמד אלץ ״המשוגע״, צילט דא רבינו יצחק, וועלכער האט אליין געלעבט אונטערן דרוק פון די מוסלעמענער, אויף זייער נביא מוחאמד און דערקלערט אים אלץ נביא שקר.
אינטערעסאנט איז נאר, אז רבינו נתנאל בירב פיומי צו וועמען דער רמב״ם האט געהאט גרויס הערכה, איז נישט געווען איינשטימיג מיט אט דעם צוגאנג, נאר פארקערט, ער דרוקט זיך אויס אויף מוחאמד:
״לכן על כל אומה להתנהג במה שהגיע לה ובא לידה ותלך אחרי נביאיה וכהניה וראשיה, ולא נשאר אף אחד בלי תורה, שהכל מאל אחד ואליו וחוזרים, והכל מתפללים אליו ופנים אליו״.
נישט מער און נישט ווייניגער אז מוחאמד קען באטראכט ווערן אלץ א נביא און אז דער קוראן איז אפשר אפילו זיין התגלות אלהית.
שווער צו וויסן אין וואס שפיגלט זיך אפ די מחלוקה, ווען יוסיפון האט פאזיטיוו באשריבן די רומיים נעמט מען אן אז ער האט אזוי געטון ווייל ער איז געווען א געפאנגענער און האט אפשר נישט געקענט שרייבן דעם ריינעם אמת אדער אז ער האט געזוכט צו געפעלן פאר זיינע אויבערהארן, ולפי״ז ווייזט דא דער פייטן רבינו יצחק ארויס קוראזש ביים אנגרייפן די מוסלעמענער.
אבער דער רמב״ם אליין, כאטש ער רופט אים אן א משוגענער שרייבט אז די מוסלעמענישע און קריסטליכער גלויבונגען ברענגן א תועלת פאר די וועלט:
״אך מחשבות בורא עולם אין כוח באדם להשיגן, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו, וכל הדברים האלה של אותו האיש (ישו) ושל זה הישמעאלי (מוחמד) שעמד אחריו, אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את השם ביחד, שנאמר: "כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' לעבדו שכם אחד״.
ולפי״ז קומט אויס אז אלו ואלו דברי אלקים חיים, א צודרייטער איז ער געווען אבער צום סוף Muhammad does matter, אלעס כדי לתקן עולם במלכות שדי, בביאת גו״צ בב״א.