בלאט 1 פון 2
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 10:05 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
אסאך צרות געמאכט ביים פרשה פון מציצה בפה. מ׳ליידט נאך ביז היינט דערפון.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 10:21 pm
דורך יתרו
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אסאך צרות געמאכט ביים פרשה פון מציצה בפה. מ׳ליידט נאך ביז היינט דערפון.
מיין באבע פלעגט זאגן און אזא פאל: קיינמאל קיין ערגערס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 10:55 pm
דורך פערינא
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אסאך צרות געמאכט ביים פרשה פון מציצה בפה. מ׳ליידט נאך ביז היינט דערפון.
וואס האט ער געדארפט טון? טוישען זיין דעת תורה און לייגען קינדער אין אַַַ סכנה?ַ
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 10:59 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
דער קאנסערווערטיווער ראביי וואס פסקענט אז מ׳מעג פארן שבת מיט א קאר אין שול איז אויך דעת תורה?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 11:02 pm
דורך חתן בחור
דעת תורה איז סאבדזשעקטיוו. ס'קען זיין וואס דו ווילסט, וויאזוי דו ווילסט, און ווען דו ווילסט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 11:02 pm
דורך פערינא
דער חרדי'שער רב וואס פסק'נט אז מ'טאר נישט טראגען מיט א עירוב אין ברוקלין איז אויך דעת תורה?
ס'ארא שאלה איז דאס בכלל.
זאגסט אז רב טענדלער איז געווען א קאנסערוועטיוו איד?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 11:08 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:דער קאנסערווערטיווער ראביי וואס פסקענט אז מ'מעג פארן שבת מיט א קאר אין שול איז אויך דעת תורה?
און דער ארטאדאקסישער אבערראבינער הרב משה סופר פון פרעשבורג וואס האט ג'פסק'נט אז מ'קען מאכן מציצה בכלי, איז דען נישט דעת תורה???
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 11:08 pm
דורך יין שרף
ברוך דיין האמת. וואס איז מיט זיין ביהמ"ד אין מאנסי לעצטענס? פארקויפט? פארדינגן? האט ער נאך געהאט מנין ביז יעצט?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 12:38 am
דורך [NAMELESS]
נעווער מיינד זיינע שיטות, א וויסטע פינסטערע שונא חרדים געווען.
כ'נעם אן אז די ניקס וואס שרייבן דא גינסטיג, האבן מיט איהם פערזענזליך קיין שייכות געהאט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 1:01 am
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:דער קאנסערווערטיווער ראביי וואס פסקענט אז מ'מעג פארן שבת מיט א קאר אין שול איז אויך דעת תורה?
און דער ארטאדאקסישער אבערראבינער הרב משה סופר פון פרעשבורג וואס האט ג'פסק'נט אז מ'קען מאכן מציצה בכלי, איז דען נישט דעת תורה???
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. דעיס איז די נקודה. איך גיי יעצט נישט אריין צו דזשאדזשן ווער ס'איז גערעכט. אז מ'זאלל מאכן מציצה בפה אדער מיט א כלי (אין געוויסע אומשטענדן).
וואס ס'שיילט זיך ארויס אין דעם גאנצן ויכוח איז אז די וועלכע האלטן אז נאר מציצה בפה איז מותר. און ווער ס'האלט אנדערש איז א שייגעץ. א קאנסערוואטיוו. און דא האט מען אזא גאון וצדיק ווי דער חת"ם סופר וועלכער איז פאררעכנט ביי די אונגערישע אידן אלס זייער רשכבה"ג און פוסק אחרון. אבער ביי דעם ענין מציצה מאכט מען זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג פון זיין היתר פון מאכן מציצה בכלי...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 2:56 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
איך ווייס נישט וואס דער חתם סופר האט געהאלטן דערוועגן. אבער איך קען דיר צו זאגן אז דער חתם סופר איז נישט געגאנגן אין די גויאישע מידיע באשמיצן די וואס האלטן אנדערש.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:32 am
דורך [NAMELESS]
איינער האט אפשר די קול קורא וואס איז ארויסגעקומען בשעתו וועגן מציצה בפה און קעגן רב טענדלער?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 3:48 pm
דורך יעקב מענטש
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:דער קאנסערווערטיווער ראביי וואס פסקענט אז מ'מעג פארן שבת מיט א קאר אין שול איז אויך דעת תורה?
און דער ארטאדאקסישער אבערראבינער הרב משה סופר פון פרעשבורג וואס האט ג'פסק'נט אז מ'קען מאכן מציצה בכלי, איז דען נישט דעת תורה???
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. דעיס איז די נקודה. איך גיי יעצט נישט אריין צו דזשאדזשן ווער ס'איז גערעכט. אז מ'זאלל מאכן מציצה בפה אדער מיט א כלי (אין געוויסע אומשטענדן).
וואס ס'שיילט זיך ארויס אין דעם גאנצן ויכוח איז אז די וועלכע האלטן אז נאר מציצה בפה איז מותר. און ווער ס'האלט אנדערש איז א שייגעץ. א קאנסערוואטיוו. און דא האט מען אזא גאון וצדיק ווי דער חת"ם סופר וועלכער איז פאררעכנט ביי די אונגערישע אידן אלס זייער רשכבה"ג און פוסק אחרון. אבער ביי דעם ענין מציצה מאכט מען זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג פון זיין היתר פון מאכן מציצה בכלי...!
קענסט צייגן אין וועלכע חלק פון תשובת חת"ס דאס איז געדרוקט?
איך בין נישט באקאנט מיט די פונקטליכע פרטים פון די תשובה, אבער לויט ווי איך דענק איז עס געווען א ספעציפישע תשובה פאר א ספעציפישע שואל נישט קיין פסק לרבים.
זייער אינטערסאנט וויאזוי ביי מציצה וואס מ'האט קוים געקענט טרעפן איינצעלנע פעלער ווי דאס קינד איז געווען אין א סכנה צוליב הערפיס (אויך געווען שווער צו מאכן די קאנעקשאן צום מוהל, ווייל הערפיס קען קומען פון צען אנדערע פלעצער אויסער דעם מוהל) זאל מען דארפן טוישן א פונדעמענטאלע חלק פון דעם צורת המצוה צו "ראטעווען" טויזנטער אומשולדיגע שעפעלעך פון א סכנה.
די גאנצע קאמפיין קעגן מציצה בפה, האט געשמעקט מיט אן אגענדע אדער שנאה מיט א קנאפע שייכות צו מציצה בפה
Re: הגאון ר' משה דוד טענדלער זצ"ל נפטר געווארן צו 95
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 5:28 pm
דורך תוהו ובוהו
יעקב מענטש האט געשריבן:קענסט צייגן אין וועלכע חלק פון תשובת חת"ס דאס איז געדרוקט?
היינט איז עס געדרוקט ביים סוף, ארגינעל איז עס נישט געדרוקט געווארן.
יעקב מענטש האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט די פונקטליכע פרטים פון די תשובה, אבער לויט ווי איך דענק איז עס געווען א ספעציפישע תשובה פאר א ספעציפישע שואל נישט קיין פסק לרבים.
ווי ווייט איך ווייס איז יעדע תשובה פאר א ספעציפישן שואל..
דער שואל שרייבט אז דאקטוירים זאגן אז ס'איז א סכנה, און דער חת''ס ענטפערט ''ויפה כתב, כי לא נמצא מציצה בפה דוקא כי אם למקובלים, ואין לנו עסק בנסתרות היכא דאיכא למיחש לסכנתא כל דהוא''
יעקב מענטש האט געשריבן:זייער אינטערסאנט וויאזוי ביי מציצה וואס מ'האט קוים געקענט טרעפן איינצעלנע פעלער ווי דאס קינד איז געווען אין א סכנה צוליב הערפיס (אויך געווען שווער צו מאכן די קאנעקשאן צום מוהל, ווייל הערפיס קען קומען פון צען אנדערע פלעצער אויסער דעם מוהל) זאל מען דארפן טוישן א פונדעמענטאלע חלק פון דעם צורת המצוה צו "ראטעווען" טויזנטער אומשולדיגע שעפעלעך פון א סכנה.
נישטא ווער זאל לאכן, מציצה 'בפה' וואס ווערט בכלל נישט נזכר אין שס ופוסקים איז א ''פונדעמענטאלע חלק פון מילה'' אזש ווען היינטיגע רופאים זאגן אז ס'איז א סכנה דארף מען זיך מוסר נפש זיין דערויף..
ווער רעדט נאך ווען דאס גאנצע מציצה איז לכו''ע נתקן געווארן ע''י חז''ל מכוח ''סכנה''.
יעקב מענטש האט געשריבן:די גאנצע קאמפיין קעגן מציצה בפה, האט געשמעקט מיט אן אגענדע אדער שנאה מיט א קנאפע שייכות צו מציצה בפה
קען זיין
אבער די קאמפיין דערפאר, בפרט די קאמפיין מכתיר צו זיין יעדער וואס האלט אנדערש, ווי א 'רעפארמער'.. האט געשמעקט פון היינטיגע פונדמנטליזם.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו: אל תקרי פונדאמענטאליזם. אלא פאלשע אידישקייט...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:57 pm
דורך היכי דמי
הער איך אז מען האט געמאכט די טהרה מיט א כלי.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 3:26 am
דורך מילך טראק
געהערט פון א פרומער איד און א שטארקע קנאי
אויף הרב טענדלער אז ער איז געווען א פיינער איד ער האט אים פערזענליך געהאלפן אין עפעס אן ענין
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 9:56 am
דורך קאך_לעפל
.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 12:10 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
תוהו ובוהו האט געשריבן:אבער די קאמפיין דערפאר, בפרט די קאמפיין מכתיר צו זיין יעדער וואס האלט אנדערש, ווי א 'רעפארמער'.. האט געשמעקט פון היינטיגע פונדמנטליזם.
אפשר ביסטו מיר מסביר וואס מיינט רעפארם. נישט איינער וואס טיט אנדערש ווי די גמרא?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 12:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא, איינער וואס זיצט נישט אין סוכה שמיני עצרת ווי ס׳שטייט אין גמרא.
Re: הגאון ר' משה דוד טענדלער זצ"ל נפטר געווארן צו 95
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 02, 2021 11:28 pm
דורך זיו
רביה"ק: די מאכסט מיך לאכען.
אלענספאל, לעצטע וואך דאנערשטאג האב איך געטראפן א איד וואס זאגט מיר אז ער האט גאנץ גוט געקענט הרב טענדלער, און איך האב אים געפרעגט מה טובו פון הרב טענדלער. זאגט ער מיר אזוי.
הרב טענדלער, איז געווען א מורא'דיגער תקיף בדעתו. ער פלעגט זאגען און זיך האלטן פעסט מיט זיינע מיינוגען. היפש אפט פלעגט ער האבן צו טון מיט מענטשען צוליב זיין אומבויגזאמקייט. בקיצור, ער איז געווען קאנטערווערשעל.
עטליכע פון זיינע קאנטערווערשעל שיטות, זענען, מציצה בפה, ברעין דעד, הייסט הלכה'דיג טוט, נישט נאר דאס, נאר אלס פיקוח נפש, מעג מען אפילו ארויסנעמעם אברים פון אזוי איינעם, און געבען פאר א חולה.
פון די אנדערע זייט אבער, איז ער געווען א וואוילער און פיינער מענטש, וואס פלעגט כסדר העלפן אנדערע. די מענטשען און זיין בית מדרש האבן אים געגלייכט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 12:12 am
דורך יין שרף
זאגט מיר איינער אז זיין מציצה בפה מערכה איז געווען נאר א תוצאה נישט די אריגינעלע fight.
געווען מיט אפאר יאר פארדעם א אסיפת הרבנים איבער א געוויסע נושא און מען האט אים נישט איינגעליידענט אדער געלאזט רעדן אדער אן ענליכע פגיעה בכבודו, און ער האט פארשפראכן נקמה און די היימישע רבני ניו יארק, און מציצה בפה איז געווען די תוצאה פון די פייט.
Re: הגאון ר' משה דוד טענדלער זצ"ל נפטר געווארן צו 95
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 1:18 am
דורך זיו
נא! געב ארויס די פרטים