טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
קומענדיגע מיטוואך אי"ה, הויבט זיך אן דער גרויסער טרייעל פון כ"ק אדמו"ר שליט"א תמ"ל דארט אין אמעריקע. קהל חסידיו ומעריציו, אינאיינעם מיט חסידים ואנשי מעשה איבער די גארער וועלט, קוקן ארויס אויף די נייעס מיט גרויס שפאנונג און זענען מעתיר בתפלה ובבקשה לפני רבון העולמים, אז דער אויבערשטער, וואס איז "ברצונו להטיב בלבד" (מיט די באקאנטע תנועה פונעם רבי'ן שליט"א, כידוע), זאל מוציא זיין לצדק דינו לטובה, עס זאל זיין נמשך ווערן בלויז רחמים וחסדים לעמו בני ישראל בכל אתר ואתר, ברחמים גמורים אמן.
עס איז אינטערעסאנט צו באצייכענען, אז קהל חברי חשק שלמה - לב טהור - בבל, האלטן זיך אינמיטן אריבערציען צו אן אנדערע מדינה. טייל משפחות געפינען זיך שוין דארט, אנדערע זענען אויפן וועג. נעכטן האט מען אויפגעהאלטן א קבוצה און זיי נישט געלאזט פארן, עס האט גענומען א וויילע ביז מען האט מסדר געווען די ענינים, אינצווישן האבן זיי פארפאסט די פליגער און געבליבן דאהי אין גואטאמאלא. נאך שבת וועט מען פלאנען וואס מען טוט ווייטער. אויך ר' אוריאל גאלדמאן שליט"א האט מען נישט אריינגעלאזט אהין, וויבאלד ער האט בירגערשאפט פון מדינת-ישראל, מען האט אים צוריקגעשיקט און אצינד האלט ער זיך אויף אין אמעריקע, וואו ער געפינט זיך אין בארא-פארק.
אין צוגאב דערצו איז אינטערעסאנט צוצוגעבן, אז לעצטנס האבן זיך עטליכע זאכן געטוישט אין די קהילה, די לבוש פון די מענער איז געטוישט געווארן, מער צו די מוסלומענער זייט, אזוי ווי אידן זענען געגאנגען אנגעטון בארצות האיסלאם מימי קדם, אינאיינעם מיט די ירושלימ'ער לבוש, די קאפטן וכדו'. אויך איז פארגעקומען עטליכע חתונות אינדערהאלב די קהילה, מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער וועלכע קענען חתונה האבן געזעצליך, כדאי מען זאל זיי קענען מיטנעמען אויף די נסיעה צוליב פארשידענע פראקטישע סיבות.
דערווייל געפינען זיך פינף פון די חברי לב טהור, דארט אין אמעריקע אין טורמע, ר' אוריאל גאלדמאן געפינט זיך יעצט אין בארא פארק, די דריי וויינגארטן ברידער שמאכטן נעבעך אין טורמע אין גואטאמאלא, בשעת די אנדערע חברי הקהילה זענען רובץ בין המשפתים, אויפן וועג אל המנוחה ואל הנחלה, צו זייער נייער דעסטינאציע, אי"ה.
דא וועט זיין א מקום מיטצוהאלטן, דער עולם קען זיך לאזן הערן, מיטטיילן וואס עס קומט פאר, דעבאטירן און זיך דורכשמועסן איבער די אנטוויקלונגען אי"ה.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן קענען מעלדן בלויז בשורות טובות, אמן.

צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
המלוכה והממשלה האט געשריבן:נישט נאר זיינע חסידים , נאר אויך גאנץ כלל ישראל איז מתפלל אז אז די פסק זאל זיין אינגאנצען מיט צדק און משפט
קענסט מסתמא די מעשה וואס די רבי האט געוואונטשן אז די אמת זאל ארויס קימען, אין די חתן האט געשריגען "רבי נאר נישט דאס"
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 10:15 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א - קומענדיגע מיטוואך א
כ'בין זיכער די קירכע האט שוין ארויסגעלייגט אן הבהרה אז די רשעות'דיגע כת וועלכע האט זיך לעצטנס פארשטעלט ווי גלחים האט נישט מיט קריסטנטום.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
חכמת שלמה האט געשריבן:אין צוגאב דערצו איז אינטערעסאנט צוצוגעבן, אז לעצטנס האבן זיך עטליכע זאכן געטוישט אין די קהילה, די לבוש פון די מענער איז געטוישט געווארן, מער צו די מוסלומענער זייט, אזוי ווי אידן זענען געגאנגען אנגעטון בארצות האיסלאם מימי קדם, אינאיינעם מיט די ירושלימ'ער לבוש, די קאפטן וכדו'. אויך איז פארגעקומען עטליכע חתונות אינדערהאלב די קהילה, מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער וועלכע קענען חתונה האבן געזעצליך, כדאי מען זאל זיי קענען מיטנעמען אויף די נסיעה צוליב פארשידענע פראקטישע סיבות.
אן קיין שום בושה- מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער...
איבער די לבוש- זעהט אויס לב טהור גייט צוריק אין צייט צו גלות בבל, און ווילן פארלענגערן זייער גלות נאך לענגער.
סיי מיט די לבוש, און סיי מיט די לאקאציע.
נעבעך אויף די אלע וואס זענען פארכאפט אינטער זייער נעגל.
זאל הקב"ה זיי אויסלייזן בקרוב.
.I got voices in my head.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאך זיכער: אויף זיי האביך באמת נישט קיין רחמנות. זיי זענען א באנדע פאררוקטע מענטשן. אן אמת'ע קולט. וואס די אנפיהרערס זענען בייזוויליגע רשעים.
אין אנהייב פרק במה אשה יוצאת אין מס' שבת רעדט די משנה איבער דעם (פרי-מוסולמענער) לבוש, אז א פרוי מעג ארויסגיין מיט דעם אום שבת. כאטש די אידן זענען נישט געגאנגען אזוי אנגעטון. זעהמיר פון דעם אז אידן זענען נישט געגאנגען אנגעטון ווי בהמות און משוגעים. ווייל די תורה פארלאנגט דאס נישט. די תורה פארלאנגט אז מ'זאלל גיין בצניעות. דער פאררוקטער וועג פון אנטון זיך איז זיכער נישט א אידישער וועג...!

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
רבותי, אויב איך מעג האבן די דרייסטקייט צו בעטן, יעדער ווייסט שוין אז 99% פונעם עולם דא איז אנגעווייטאגט און ברוגז אויף לב טהור, עס פעלט נישט אויס אנצעפירקלען נאך אן אשכול. לאמיר דאס נאר לאזן פאר די נייעס פונעם געריכט און די נסיעות וכדו'.
מען קען זיך טענה'ן און דעבאטירן אין די נייעס, אבער לאמיר נישט ווידער פרעגן בכלליות וועגן די עצם קהלה מיט זייערע פירער, און ביטע אן קיין קללות וכדו'.
איך בעט נאר. מען מוז נישט פאלגן.....
מען קען זיך טענה'ן און דעבאטירן אין די נייעס, אבער לאמיר נישט ווידער פרעגן בכלליות וועגן די עצם קהלה מיט זייערע פירער, און ביטע אן קיין קללות וכדו'.
איך בעט נאר. מען מוז נישט פאלגן.....
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
והאיש משה האט געשריבן:ערש"ק ביי מעביר סדרה זיין נאכ'ן ליינען דא, אז זיי האלטן זיך אינמיטן אריבערציען, דאס שטימט גאר גוט מיט'ן נאמען בבל ועל זה נאמר:
על כן קרא שמה בבל כי שם בלל ה' שפת כל הארץ ומשם הפיצם ה' על פני כל הארץ
והאיש משה: די פראבלעים איז אז נישט נאר זייער שפראך איז פארדרייט. זייער גאנצער קאפ איז פארדרייט. און זיי מאכן משוגע אנדערע, אומשולדיגע מענטשן. איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין געווען אזא פארדרייטע כת זייט אידן זענען א פאלק...?! ווען זיי וואלטן נישט געווען שעדליך וואלט זייער גאנצע געשיכטע געווען גוט פאר א פורים שפיעל...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: