בלאט 1 פון 1
ווער איז א זיידע?! תרפ"ב-תשפ"ב
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 3:37 pm
דורך סעגאל
תרפ"ב א איד מיט א ווייסע בארד אביסל געל איינגעבויגן אשטעקן א שטיקל הויקער 50 פראצענט שאנס צו זיין א אלמן א סטאדע אייניקלעך גייט דאווענען מיט א באגלייטער
תשפ"ב ריפט זיך בערל בעל עגלה אין גיט אפאר tips און רמזים אז מען איז א זיידע אין גאנץ קאווע שטיבל טאנצט מיט.
עניוועי ר' בערל ביז 120 געזינטערהייט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 4:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אפשר עפן אויך אן אשכול ״ווער איז א שריפטשטעלער?״
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 4:43 pm
דורך berlbalaguleh
סעגאל האט געשריבן:תרפ"ב א איד מיט א ווייסע בארד אביסל געל איינגעבויגן אשטעקן א שטיקל הויקער 50 פראצענט שאנס צו זיין א אלמן א סטאדע אייניקלעך גייט דאווענען מיט א באגלייטער
תשפ"ב ריפט זיך בערל בעל עגלה אין גיט אפאר tips און רמזים אז מען איז א זיידע אין גאנץ קאווע שטיבל טאנצט מיט.
עניוועי ר' בערל ביז 120 געזינטערהייט.
סעגאל: ייש"כ פאר די גוטע ווינטשן. אמן. ביי דיר אי"ה אויף שמחות. מיט א סאך נחת...!
נאר ס'קען נישט זיין א מענטש מער ווייט (שוין אפגערעדט פון אנדערש) ווי דער פראפייל וואס דו האסט אראפגעלייגט פאר מיר.
אויב דו וועסט טוישן א יעדן פרט אין דעם פראפייל וואס דו האסט געשילדערט וועסטו (אפשר) אנקומען צו 83.3% פון פונקטליכקייט...!
אבער ביזדערווייל האסטו מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...איך האב געלאכט אזוי הויעך אז מיין שכן איז געקומען זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 4:56 pm
דורך סעגאל
וואס איז דיין בארד איז נישט געל?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 4:58 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אפשר עפן אויך אן אשכול ״ווער איז א שריפטשטעלער?״
רביה"ק זי"ע: איבער דעם וואלט זיכער כדאי געווען אויפצומאכן אן אשכול. ווייל דאס שטערט מיר שוין א לאנגע צייט. מצד אחד. איך האבן נישט געבעטן אדער פארלאנגט דעם טיטל ..."שריפטשטעלער"...אבער די הנהלה בטוב ליבם הגדול האבן עס מיר געשאנקען. פארוואס איך בין שטארק דאנקבאר. אבער מצד שני זענען דא עטליכע ניקס וועלכע, לדעתי קומען אריין זייער שטארק. זיי שרייבן זייער לייכט און געשמאק. און צום ענין. זענען מעורר נקודות למחשבה. און זיי האבן נאכנישט דעם טיטל ..."שריפטשטעלער"...!
אפשר וואלט מען געדארפט מאכן א פארום, אזוי ווי מאמענט האט געמאכט מיט א שטיקל צייט צוריק. (וואס לדעתי איז עס געווען אינגאנצן אומ-נוצליך). ווער ס'איז א בעל מנגן, א זינגער אדער א קמאפאזיטאר. און די ..."דזשאדזשעס"... זענען געווען אנדערע חסיד'ישע יונגעלייט.
לענייננו. אין דעם איצטיגן מצב קוקט עס אויס ווי איין יחיד אדער עטליכע יחידים באשליסן לויט זייער פערזענליכע גוסטע פאר וועם צו שענקען דעם טיטל און פאר וועם נישט...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 5:01 pm
דורך berlbalaguleh
סעגאל האט געשריבן:וואס איז דיין בארד איז נישט געל?
ניין. מיין רבי אין חדר האט געהאט א געלע בארד. ווייל ער האט גערייכערט (אייגען געמאכטע) ציגארעטלעך...!
נ.ב.: אפילו אזא נארישער אשכול (נישט , חלילה דער מחבר) איז אויך נוצליך. ס'מאכט דעם עולם שמייכלען...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 6:50 pm
דורך סעגאל
berlbalaguleh האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:.
סעגאל: ייש"כ פאר די גוטע ווינטשן. אמן. ביי דיר אי"ה אויף שמחות. מיט א סאך נחת...!
נאר ס'קען נישט זיין א מענטש מער ווייט (שוין אפגערעדט פון אנדערש) ווי דער פראפייל וואס דו האסט אראפגעלייגט פאר מיר.
אויב דו וועסט טוישן א יעדן פרט אין דעם פראפייל וואס דו האסט געשילדערט וועסטו (אפשר) אנקומען צו 83.3% פון פונקטליכקייט...!
אבער ביזדערווייל האסטו מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...איך האב געלאכט אזוי הויעך אז מיין שכן איז געקומען זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג...!
דאס האב איך טאקע געמיינט אפילו די האסט נישט קיין איינס פין די סימנים פין א זיידע אין די ביסט א אנונאמער שרייבער איז איעדער זיכער ביסט א זיידע וואס דאס איז נישט געווען תרפ"ב.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 7:47 pm
דורך berlbalaguleh
סעגאל: ענדערש אין יאר תשי"ב. צוליעב'ן האלאקאסט...!
איך וואלט געדארפט זיין מיין עלטערער ברודער. לכה"פ 82 יאר אלט...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 7:56 pm
דורך קהל'ס נער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אפשר עפן אויך אן אשכול ״ווער איז א שריפטשטעלער?״
האו אבאוט "ווער איז א רביה"ק זי"ע"?
אגב, האסט שוין מתנגדים? סע ווערט געברעינגט, אז א רבי אן קיין מתנגדים איז קיין רבי ניט.
איך קען מיך מנדב זיין צי זיין די ערשטע מתנגד.
איך האב שוין אנגעגרייט די פאשקעוויל, כ'האב שוין א חתימה פון א ר"מ בכיתה ט' איך האלט אינמיטן צווינגען א ר"מ בקינדערגארטן זאל צי לייגן א גא"מ, איך עפען שוין א טשערידי קאמפיין צי אויפטרייבן די געלט וואס מען ברויך אינטערצישמירן @סאכדעס, און סע בלייבט נאר איבער פאר berlbalagule@ צי ציענדיגען מיטן והשומע ינעם.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא, איך האב שוין מתנגדים, כ׳האב א הבטחה פון מיין שוואגער אז אויב איך עפן א קהילה וועט ער זיין מיין מתנגד. (מיין נישט, מיר האלטן זיך גאנץ נאנט, גראדע זייער נאנט, אבער חילוקי דעות בלייבט חילוקי דעות.)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:49 pm
דורך קהל'ס נער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, איך האב שוין מתנגדים, כ׳האב א הבטחה פון מיין שוואגער אז אויב איך עפן א קהילה וועט ער זיין מיין מתנגד. (מיין נישט, מיר האלטן זיך גאנץ נאנט, גראדע זייער נאנט, אבער חילוקי דעות בלייבט חילוקי דעות.)
הוא קהל'ס נער, הוא הגיס שלך.
יו נעווער קנאו.
פארשטייט זיך אז כ'האב גרויסע סודות אין די מחלוקת, איך קען נאר נישט דיסיידן צווישן, רביה"ק זי"ע 45, און רביה"ק זי"ע מחנובקה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:50 pm
דורך סעגאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אפשר עפן אויך אן אשכול ״ווער איז א שריפטשטעלער?״
זיכער!!
תקפ"ב איינער וואס שרייבט אסאך אדער שטעלט אויס די בויגענס פארן דריקער.
תשפ"ב איינער וואס איז צופעליג גיט מיט די הנהלה פון קאווע שטיבל און וויל דארט קענען מעקען.
Re: ווער איז א זיידע?! תרפ"ב-תשפ"ב
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:17 am
דורך ישן מלא חדש
תרפ"ב - זקן זה קנה חכמה
תשפ"ב - חק לישראל לערנער
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:23 am
דורך berlbalaguleh
ישן מלא חדש: ווער ס'איז א חק לערנער דער איז א זקן שקנה חכמה... סיי אין יאר תרפ"ב. סיי אין יאר תשפ"ב...!