בלאט 1 פון 1
געזוכט אן אלטן קונטרס'ל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 6:17 pm
דורך סאנטיאגא
כ'האב געטראכט קודם צו פרעגן אין ספרים שאנק. אבער ס'קוקט נישט אויס געאייגנט. ס'איז אמאל ערשינען א רויטן קונטרס מיט די נאמען כנגן המנגן אויב דענק איך גוט, האט עס געהאט א בילד פון א פידל צו א הארפ. ס'איז געווען בעסיקלי א קאלעקציע/ליקוט איבער די כח הנגינה און ווארשיינליך מיט אן אגענדע אראפצורייסן די היינטיגע מאדערנע נעגינאם... האט איינער א פידי פ' אדער א פיזישן קאפי? ולמצוה גדולה...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 7:37 pm
דורך בן נון
איך געדענק די קונטרס פון מיין טאטנס ספרים שאנק כגעדענק ער שענקט אוועק אשיין ביסל פון זיין צייט מברר צו זיי אז די הארא טאנץ איז אסור וכו’
Re: געזוכט אן אלטן קונטרס'ל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 7:44 pm
דורך תוהו ובוהו
כ'געדענק אז ער ברענגט סייענטיפישע ראיות אז טאמאטעס וואקסן גאר גוט ווען זיי הערן יו''ט ערליך, און גאר שלעכט ווען זיי הערן ליפא שמעלצער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:24 pm
דורך מצפצף
כמדומה אז ר' יחזקאל ווייס ר"י אור תורה שאץ האט עס מחבר געווען.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:01 pm
דורך דערהויבענע איד
יאפ, געדענק מיר עס...ער צונעמט אלע זינגערס, אנגעהויבן ביי 8 דעי, גענדיגט ביי די עבירה און חומרא סאנג....
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:14 am
דורך מפיל קינד
אזויפיל געדענק איך אז די דעקל פון דעם קונטרס איז אויג פארכאפנד.
אויך אז ער ברענגט דארט אסאך ציטאטן פון ר' אבא חייא טויבער.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:29 am
דורך berlbalaguleh
בן נון האט געשריבן:איך געדענק די קונטרס פון מיין טאטנס ספרים שאנק כגעדענק ער שענקט אוועק אשיין ביסל פון זיין צייט מברר צו זיי אז די הארא טאנץ איז אסור וכו’
בן נון: נו, ס'איז דאך נאך דאמאלס נישט געווען קיין סמארט פאונס. און אנדערע טמא'נע כלים. דער אייבישטער האט געהאלפן, ב"ה אכשר דרא. היינט איז דא כלים מכלים שונים אויף וואס מ'קען האקן...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:33 am
דורך נומער5
מצפצף האט געשריבן:כמדומה אז ר' יחזקאל ווייס ר"י אור תורה שאץ האט עס מחבר געווען.
יעצט שוין פארנומען מיטן עפענען א היימישע אידישע פייער דיפארטמענט אין מאנסי
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די קונטרס איז אוועילעבל
דא און
דא איז חלק ב'
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:58 pm
דורך סאנטיאגא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די קונטרס איז אוועילעבל
דא און
דא איז חלק ב'
Wow שכח ליטוואק!!
ס'איז מיר א כבוד צו ווערן געהאלפן ביי אזא אנגעזעהענע יושב אוהלים אין שטיבל ווי דיר!
קען מען עס אויף עפעס אן אופן מאכן צו א פידיעף טאמער דיסיידט דער בעל הזייטל דאס אראפצונעמען פון איין טאג אויפן צווייטן?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 3:02 pm
דורך סאנטיאגא
מצפצף האט געשריבן:כמדומה אז ר' יחזקאל ווייס ר"י אור תורה שאץ האט עס מחבר געווען.
טאקע? איז ער נישט א ברייטביינערדיגער מיט א לענגליכיג בארד און בעלזא פיאות?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 2:49 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
סאנטיאגא האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די קונטרס איז אוועילעבל
דא און
דא איז חלק ב'
Wow שכח ליטוואק!!
ס'איז מיר א כבוד צו ווערן געהאלפן ביי אזא אנגעזעהענע יושב אוהלים אין שטיבל ווי דיר!
קען מען עס אויף עפעס אן אופן מאכן צו א פידיעף טאמער דיסיידט דער בעל הזייטל דאס אראפצונעמען פון איין טאג אויפן צווייטן?
גא"מ