בלאט 1 פון 4

גוי'שע תאוות

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:12 pm
דורך דערהויבענע איד
לאור די ניגון פון ''אידישע תאוות'' פון מאטי אילאוויטש'ס לעצטע סידי, דארף מען אויך קלאר מאכן אויך די פארקערטע, דהיינו תאוות וואס א איד וועט קיינמאל נישט טון אדער פארשטיין, פארשטייט זיך נאר פאר קולטור'ישע סיבות. (דהיינו נישט סתם עבירות.)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:15 pm
דורך דערהויבענע איד
1) אויפשטיין אינדערפרי צו כאפן א גוטן זשאג, נאכפאלגענדיג מיט א שעי''וו און א שויער.

2) טרעוולען אויף א פליגער מיט א האלב ליידיגע קע''רי אןן, א רענצל מאן דכר שמי'.

3) גיין מיט א שירעם זיך צו באשיצן פונם זון.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:19 pm
דורך קורקלענד
גיין צו א מאַגאַ ראלי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:42 pm
דורך סעגאל
איך ווייס נישט די ניו יארקע מאגא ראליס זענען געווען פיל מיט אידן.

אדער אפשר האבן זיי גוישע תאוות.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:57 pm
דורך בן נון
גיין מיט א מאסקע און א ליידיגע פלאץ

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:58 pm
דורך בן נון
זאגן די פ*** ווארט אפי’ ווען עס קומט נישט אריין

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 6:35 pm
דורך פאלאצ'ינטא
בן נון האט געשריבן:זאגן די פ*** ווארט אפי’ ווען עס קומט נישט אריין

דאס איז ליידער ליידער געווארען אידישע תעווה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 7:30 pm
דורך קהל'ס נער
ריפן יעדע צווייטע מענטש ביים טיטל Boss.

איך געדעינק גלייך נאך איך בין ארויס פון כולל, בין איך געגאנגען ארבייטען אין א גוי'אישע געיגענט, ווען די ערשטע מענטש האט מיך געריפען מיטן טיטל החשוב הלא הוא Boss, האב איך געמיינט אז ער מיינט אז ער ארבעט פאר מיך...איך האב עים געטרייעט צי מסביר זיין אז ער מאכט א טעות.......ביז אונז זענען ביידע געוועין צימישט ווי א חרוסה ביים סדר :lol:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:08 pm
דורך בן נון
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:זאגן די פ*** ווארט אפי’ ווען עס קומט נישט אריין

דאס איז ליידער ליידער געווארען אידישע תעווה



אזוי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך
אזוי פלעגן מיינע מלמדים זאגן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:12 pm
דורך צקון לחש
האבן מנוחה אום שבת

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מאכן א water fast פאר א חודש אין א ציה.

זיך באטייליגן אין א silent meditation retreat (א שטייגער ווי Vipassana).

זיך פארלאזן אז גוגל מעפס וועט פירן אויפ׳ן ריכטיגן וועג.

גיין מיט מינימאלע קליידונג ווען ס׳איז הייס.

ליינען היימישע נייעס אין די אלגעמיינע נייעס קוועלער מכלי שישי און זיך פילן כאילו מ׳ליינט דא ערשהאנטיגע אינפארמאציע פון עפעס א מיסטעריעזן קולט.

טראגן בלויז פריש געוואשענע קליידער וואס דארפן נישט קיין דריי קליענינג.

האבן א הינטל.

אנטוהן וועלכע הוט ס׳שמעקט אנדעם וואס איינער זאל זיך וואונדערן צו מ׳שעמט זיך מיט׳ן הוט מיט וואס מ׳איז געגאנגען ביז היינט.

גיין מיט א הוילן קאפ אין די פרעסטן.

קענען פארן וואו אימער ס׳שמעקט אן זיך דארפן זארגן איבער עסן.

(פאר מוסולמענער) עסן א באנאנע (א רייפע באנאנע קען האבן ביז א האלבע פראצענט אלקאהאל, זאג נישט אויס פאר׳ן אימאם ווייל ער קען עס נאך אסר׳ן!)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:59 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: א העלפט פון די גוי'אישע תאוות וואס דו האסט דא אויסגערעכנט פארגין איך זיי...! איך זאג נישט. אנטון א בעיסבאל קעפ ווען מ'גייט אין ביהמ"ד צו מנחה מעריב אן זיין סעלף קאנשיעס איז א גוטע זאך...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:35 am
דורך דערהויבענע איד
וואקן אויפן גאס אידערויסן פון א היימישע געגנט און נישט פילן אז איינער קוקט דיך אן. ( און איב ס'שמעקט מיך אן קען מען זיך צוזינגען א ניגון הויעך..)

הייקן מיט א טענט אן זיך זארגן פאר עסן, אדער קליידונג און ווי צו איינשטיין.

ארומפארן אין ארבישע מדינות.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:50 am
דורך שמעון וואלף
דער עולם פארקריכט דא. מ'רעדט פון תאוות וואס א גוי האט און נישט א איד. סתם גוטע זאכן וואס די גוי האט, געהערט נישט דא נאר טאמער איז עס עפעס וואס א איד גליסט נישט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:32 am
דורך נחמד
עסן מאנישעוויץ מצה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
האסט אויסגעלאזט גיין קאטענע ציצית און פיר סלייסד קאפל.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 5:14 am
דורך טאמבל סאס
נישט דארפן ארומזוכן א טעפל ווען מ'וואשט זיך פון טוילעט ווען מ'קומט אין א נישט היימישע פלאץ נאר קענען פלעין אריינטריפן אביסל זייף אין די כפיים, זיך משפשף זיין און אפשווענקען.

נישט דארפן זיך מאכן און דרייען די פאות יעדן צופרי

נישט ברויכן זיך זארגן יעדעס מאל מ'זעט זיך הכנות אויב די טלית קטן'ס שטרענגלעך האבן זיך נישט איינגעטונקען אין די צואה

נישט האבן דעם טלית קטן ארויפקומען פון פארנט און דיך דערשטיקן אין א הייסע זומער טאג. לא זו אף זו אפילו אן אונטערהעמד ברויך מען נישט טראגן.

קענען צומאכן עני ביכל פון וועלכע זייט מ'וויל, רעכטס אדער לינקס און אויך קענען עס אראפלייגן אויף וועלכען זייט דעקל מען וויל.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 5:40 am
דורך קלונימוס
טאמבל סאס האט געשריבן:נישט דארפן זיך מאכן און דרייען די פאות יעדן צופרי

IMG_20211015_053646_424.jpg

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 8:38 am
דורך נאך א מיינונג
גוים האבן תאוות צו גשמיות, געלט און נאך געלט. א איד פארשטייט ניטאמאל די גאנצע ענין, ווער דארף מער ווי אויף צו לעבן און קויפן ד' מינים מיט מצות?

א גוי האט א תאווה צו בארעדן אנדערע מענטשן, רעדן לשוה"ר אויף זיי און זיך נישטערן אין זיין ביזנעס. א איד ווייסט אז לשוה"ר איז אזוי הארב, אז ער קוקט ניטאמאל אין יענעמס טאפ.

א גוי האט א תאווה צו עסן אסאך. יעדן טאג מאכן זיי ריזיגע סעודות, פאר די סבה אדער אן אנדערע. ווידער א איד מאכט נאר איין מאל א וואך, און דעמאלס אויך במדה ובמשורה.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 8:40 am
דורך צקון לחש
טאמבל סאס האט געשריבן:.

א היימישע גאר פרומע מו"ץ האט מיר אמאל געזאגט אז מ'דארף נישט קיין טעפל נאך בית הכסא!...

וכך אני נוהג במקום עבודתי, פארשטייט זיך אבער אז נישט אינדערהיים אין פארנט פון די קינדער (= כולל האשה שנשאתי לשם שמים :) )...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:25 pm
דורך berlbalaguleh
צקון לחש: זאג פאר דעם מו"ץ אז איך וואלט נישט געוואלט עסן פון זיין שיריים. איינס ווייל ס'רוהט א טומאה דערויף. צווייטנס. ס'איז פול מיט דזשערמס...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:06 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:צקון לחש: זאג פאר דעם מו"ץ אז איך וואלט נישט געוואלט עסן פון זיין שיריים. איינס ווייל ס'רוהט א טומאה דערויף. צווייטנס. ס'איז פול מיט דזשערמס...!

ער האט לכאורה געמיינט צי זאגן אז מען דארף נישט קיין טעפל אבער אפגיסן דארף מען זיך יא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:09 pm
דורך בן נון
די תאווה פון זיך רעקארדירן בשעתן כאפן א שויער איז עפעס וואס מען דארף א גוישע קאפ צו פארשטיין