בלאט 1 פון 3

פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:43 pm
דורך צפור בודד
שוין א שטיק צייט באמערק איך אז דער סטיל פון ביבער היטן (אדער ברייטע קאפעליטשן) וואס בעיקר סאטמארער טראגן ווערט שמעלער און העכער און ענדלט אלץ מער צו די היטן וואס גאליציאנער חסידות'ן גייען. אויך קען איך עטליכער סאטמארער, א דיין בתוכם, וואס האבן זיך געביטן פון א "טשולנט טאפ" צו א הויכער הוט און נישט ווי ערווארטעט צו א ביבער הוט. אין צוגאב, איז דער טשולנט טאפ אויך נישט וואס עס איז געווען און ביי אסאך איז עס געווארן מער ווי א האמבורגער.

אלזאו פרעג איך, פארוואס האבן סאטמארער אישוס מיט זייער לבוש און צי צייגט עס אויף א טיפערער אומאיינגענעמנקייט מיט געוויסע אספעקטן פון זייער קולטור וואס דער כלומר'שטער שטאלץ שרייט פשוט איבער און באהאלט?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:55 pm
דורך קהל'ס נער
אין פאפא איז דעיס אויך געשעין פאר צוואנציג צי דרייסיג יאר ציריק, (אפשר מער?).
איך מיין אז די ריזען איז צי פראווען אז זיי זענען א legit חסידות, אין נישט סתם עפעס א באטשי קהילה.

אזוי ווי די קורצע רעקל וואס איז א ענדעינדזשערד ספישי, אזוי וועט לכאורה די שטאפענע היט זיין אין אפאר יאר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:56 pm
דורך סעגאל
אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:05 am
דורך berlbalaguleh
דאס האט אייגנטליך צו טון מיט די לאגיק פון הפוך על הפוך. (אויב דאס איז די ריכטיגע דעפינישן.).

איך וועלל אנהייבן ביים סוף . (אנכאפן די קאץ ביים וויידל.). די וויקטימס זענען די וויקטימייזערס. איך רעד דא זייער שטארק בכלליות. די בעלזער חסידים האבן ליעב זיך אהערצושטעללן אלס וויקטימס. פון מכלומרש'טן סאטמאר'ער טעראר.אשר על כן האבן זיי די רעכט אפצוסטעמפלען א יעדן וואס ער איז . איינער, א וויזשניצער. דער צווייטער, א קלויזנבורגער. דער דריטער, אה...א סאטמערער..! מאכט מען שוין יענעם פיהלן אומבאקוועם...אונז זעמיר דאך די וויקטימס...די זעלבע מענטאליטי וואס (להבדיל) די שחורים, פון שארפטאנ'ס שניט. מעגן מיר אלעס.. ס'קומט זיך אונז אלעס...! משא"כ אין סאטמאר אקצעפטירט מען א יעדן (מער-ווייניגער) ביז מ'טרעט נישט אויף די סאטמאר'ע הינער אויגן, פארשטייצעך. ביז מ'רעדט נישט ציוניזם...! יעצט לאמיר צוריקגיין צום אנהייב. ווען א סאטמערע איד, מיט א טשולנטאפ, למשל גייט צו א מסיבה וואו ס'זענען דא מערער בעלזער חסידים, מאכן זיי איהם פיהלן אומבאקוועם. און לא כל שכן אויב ער גייט אריין אין בעלזא'ער ביהמ"ד צו כאפן א מנחה אדער מעריב, למשל...! אשר על כן פיהלט א סאטמאר'ע יונגערמאן . אדער אפילו נישט דווקא א סאטמאר'ער. נאר ער גייט א טשולנט טאפ סעלף קאנשיעס. ממילא איז פארהאן א מעגליכקייט וואו ער שעמט זיך מיט זיין לבוש...!

די זענען באטראכטונגען פון וואס איך האב אבזערווירט...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:10 am
דורך מפיל קינד
איך ווייס נישט צי ס'איז דוקא בושה, אדער פשוט די העכערע היטן קוקן אויס שענער. יעדער ווייסט אז א הויכע הוט איז פאקטיש שענער אויפן מענטש.

אויסער דעם זענען אסאך יונגע בחורים נידריג און די הויכע סטייל היטן מאכט זיי אויסקוקן אביסל העכער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:22 am
דורך berlbalaguleh
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

סעגאל: נאך א מזל איך בין נישט קיין תלמיד חכם. און מ'הייסט מיר נישט אנטון א פלאטשיגן ביבער הוט.

איך האב א ביסל נאכגעפארשט פון וואו ס'שטאמט דער פלאטשיגער ביבער הוט. ערשטנס. אין אייראפע גייען נאך היינט א סאך גלחים מיט פלאטשיגע ביבער היטן. כ'געדענק כ'האב געזעהן אין אן אלטן (אפגעשטארבענעם) אמעריקאנער מעגעזין , (לייף) א פיקטשער פון יונגע גלחים אין רוים. זיי זעהען ממש אויס זייער ענדליך צו, להבדיל, בחורים פון סאטמאר'ע ישיבה...! איז אזוי (בדצ"ח)...ס'איז אמאל געקומען א איד צו א הוטנמאכער (אין יוראפ, פאר בערך 150 יאר צוריק.) און ער האט באשטעלט 40 ביבער הוטן. דער היטנמאכער האט אינמיטן די ארבעט באמערקט אז ער וועט נישט האבן גענוג סחורה. האט ער פון א יעדן הוט אראפגעשניטן א פאר סענטימעטער...! ווער ס'פארשטייט פארשטייט. (און ווער נישט. קען איך איהם נישט העלפן...)

Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:50 am
דורך אונטער חכם
איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:59 am
דורך סעגאל
און ער מאכט וואס מענטשן פארלאנגען פארוואס זיי דארפען עס דארפסטי זיי פרעגן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:23 am
דורך איך אויך
איי ר' בערעלינו וווען דו ביסט זיס ביסטו זיס אבער ווען דו ביסט אין די גוסטע פון שטותים קענסטו שרייבן אזעלכע געבראטענע שטותים טאקע ווי נאר באטשיס פון יענע דור קענען.

אלזא, יונגע בעסערישע סאטמארע טוישן זיך הוטן ווייל זיי פילן זיך אומבאקוועם ווען זיי טרעטן אריין אין א בעלזער ביהמ''ד...

?Dude, can i have some of what you are smoking

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:52 am
דורך קהל'ס נער
אונטער חכם האט געשריבן:איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.


ווייל קרויס היטן איז א בעלזער, און ס'איז א קאנספיראציע צי אריין צי כאפן אלע סאטמערע אין זיין נעץ, יעצט לאמיר פלעכטן ווייטער די מעשה.....

(אפשר האט עס עפעס מיט די וואקסינען)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:03 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
סאטמארע חסידים שעמען זיך "נישט" זייערע היטלען כמיטב ידיעתי.

סהאט נאך אלס געלוינט אבער פאר רבי בערלס חשבונות.......

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:09 pm
דורך יעקב מענטש
די באבובע באלאנגען אויך ארגינעל מיטן פלאטשיגס, פאר איז זייער הוט זיך צווואקסען?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:11 pm
דורך בן נון
אגב די סאטמארע הוט איז די שטאפענע הוט און נישט די פלאכע ביבער הוט די פלאכע הוט איז אריינגעקומען און סאטמאר דארעך די רעבישע משפחות ווי עס איז נתקבל געווארן ביי די גאר פרומע פראקציעס ביז עס איז געווארן א נארמאלע זאך אבער עס צייגט נאך אלס אויף א פרומערע שניט אפשר צליב דעם ווילן געוויסע זיך טוישען צו א הויעכע הוט אלס די פרומקייט סטיגמע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:13 pm
דורך מחצה''ק
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:16 pm
דורך מחצה''ק
בן נון האט געשריבן:אגב די סאטמארע הוט איז די שטאפענע הוט און נישט די פלאכע ביבער הוט די פלאכע הוט איז אריינגעקומען און סאטמאר דארעך די רעבישע משפחות ווי עס איז נתקבל געווארן ביי די גאר פרומע פראקציעס ביז עס איז געווארן א נארמאלע זאך אבער עס צייגט נאך אלס אויף א פרומערע שניט אפשר צליב דעם ווילן געוויסע זיך טוישען צו א הויעכע הוט אלס די פרומקייט סטיגמע

לא דובים ולא יער
מיין זיידע קימט פון די שטאט סאטמאר אין איז געגאנגען אלץ בחור מיט א פלאכע ביבער היט נאך די מלחמה האט ער אנגעטון א שטאפענע הוט פארוואס ווייס איך נישט
ער קימט דוקא פון א פשוט'ע משפחה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:17 pm
דורך מחצה''ק
קיק נאך העסטי זעין אז אסאך שטאפענע הוט יודן משורשם זענען געגאנגען ביבער הוטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:27 pm
דורך בן נון
איך רעד פון די השתלשלת נאכן קריג ווי די אליין שרייבסט איז מען געגאנגען בלויז מיט שטאפענע היטן והמפרסם לא צריך ראיה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:30 pm
דורך מחצה''ק
בן נון האט געשריבן:איך רעד פון די השתלשלת נאכן קריג ווי די אליין שרייבסט איז מען געגאנגען בלויז מיט שטאפענע היטן והמפרסם לא צריך ראיה

גענוג אין נאך געווען מיט ביבער הוטן וצריך ראי'

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:33 pm
דורך בן נון
ליין איבער דיינע אייגענע תגובות

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:36 pm
דורך מחצה''ק
בן נון האט געשריבן:ליין איבער דיינע אייגענע תגובות

וואס זאל איך איבערליינען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:40 pm
דורך בן נון
ווי די שרייבסט אז דער עולם האט זיך און אלגעמיין אונגעטון שטאפענע היטן נאכן קריג

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:44 pm
דורך מחצה''ק
בן נון האט געשריבן:ווי די שרייבסט אז דער עולם האט זיך און אלגעמיין אונגעטון שטאפענע היטן נאכן קריג

ווי שרייב איך דאס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:49 pm
דורך קורקלענד
צו מיין פארשטאנד איז עס פשוט ווייל די הויכע ביבער הוט איז מער א אוניווערסאלע הוט וואס קען אריינבאלאנגען איבעראל און אפי' אין סאטמאר. משא''כ די שטאפענע און פלאכע הוט זענען עקסקלוסיוו סאטמארע הוטן. דעריבער זענען די וואס ווילן זיין מער אוניווערסאל וועלן אפלאזן די סאטמארער לבוש.