בלאט 1 פון 16
קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:12 pm
דורך היכי דמי
אין מאנסי טוט זיך טישן אויף בענק די לעצטע וואכן ווען הרב יחזקאל ווייס פירט אן מיט א העפטיגע קאמפיין קעגן די מאנסי פייער דעפארטמענט. ער שרייט אויף די חילול שבת און חילול השם וואס קומט דארט פאר.
ער האט אנגעהויבן די קאמפיין נאכדעם וואס די פייער דעפארטמענט האט אפאלירט צום היימישן ציבור זיך אנצושליסן אין די אגענטור.
ער שרייט אז זיין אנגעשלאסן אין די דעפארטמענט ברענגט ערענסטע פראבלעמען אין שמירת שבת און צניעות.
ער ארבעט צו איבערדרייען די דעפארטמענט צו א גענצליך אידישע פייער סטאנציע וואס וועט זיך פירן פולקאם ע״פ דרך התורה.
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:14 pm
דורך היכי דמי
B2CFAA86-73A3-4389-9138-6DA5C8276F1D.jpeg
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 2:12 pm
דורך קורקלענד
פאר די וואס עס איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס חברה הצלה האט נישט קיין פרויען אפטיילונג, און פארוואס חברה הצלה נעמט נישט אן יעדער וואס וויל א לעלאָ, קען אלעס פארענטפערן מיט די מאנסי פייער דעפט. וד''ל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 2:15 pm
דורך yn.NY
קורקלענד האט געשריבן:פאר די וואס עס איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס חברה הצלה האט נישט קיין פרויען אפטיילונג, און פארוואס חברה הצלה נעמט נישט אן יעדער וואס וויל א לעלאָ, קען אלעס פארענטפערן מיט די מאנסי פייער דעפט. וד''ל.
ס'איז טאקע אזוי שלעכט ווי ער לייגט עס אראפ? אדער ס'איז טיפיקעל חזקל ווייס - "אישו פון א טישו"...
איך פרעג ווייל כ'ווייס נישט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 2:31 pm
דורך [NAMELESS]
ר' יחזקאל ווייס איז טאקע אביסל א קוריאזע פערזענליכקייט, אבער "טיפיקל אישו פון א טישו" איז לאו דווקא עפעס וואס קלעבט צו איהם. קענסט אפשר מפרט זיין וואס דו מיינסט?
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 3:03 pm
דורך real fake news
yn.NY האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:פאר די וואס עס איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס חברה הצלה האט נישט קיין פרויען אפטיילונג, און פארוואס חברה הצלה נעמט נישט אן יעדער וואס וויל א לעלאָ, קען אלעס פארענטפערן מיט די מאנסי פייער דעפט. וד''ל.
ס'איז טאקע אזוי שלעכט ווי ער לייגט עס אראפ? אדער ס'איז טיפיקעל חזקל ווייס - "אישו פון א טישו"...
איך פרעג ווייל כ'ווייס נישט.
וואו שלעכט לייגע ער עס שוין אראפ? אז מהאט געמאכט א פילם אום שבת ווען דערביי דרייען זיך דארט יידישע קינדער?
שוין געהערט אזאנס, כווייס אפילו נישט צו סאיז אן איסור
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 3:18 pm
דורך בעל דרשן
אויב מיינט ער עס לשם שמים ווינטש איך אים הצלחה אויף אלע פראנטן און ער זאל קענען אויספירן זיין מטרה
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 3:34 pm
דורך גיב א שמייכעל
פאר די וואס ווייסען נישט דארף מען אביסעלע מסביר זיין, וואס דא גייט פאר (לויט ווי סאך איך ווייס...)
אנדערש ווי אין די סיטי, איז די פייער דעפארטמענט אין אפסטעיט מער ווייניגער צוזאמגעשטעלט פון וואלונטירן, וואס לויפן צו קאול"ס פונקט אזוי ווי חברה הצלה, מיט זייער אייגענע קארס. (עס ארבעט און א שיפט, ווער ס'דארף קומען קודם צו די גאראדזש און אויפ-פיקען די טראק)
און מאנסי איז דא די Brewer Fire Company וואס איז שוין פאר צענדליגע יארן ליידער געווען אנגעפילט אפגעפארענע בחורים ובחורות וואס האבן פארברענגט אינאיינעם און נישט געהאט קיין פראבלעם מיט חילול שבת וכו.
די לעצטע שטיק צייט האט זיך אבער אריינגעריקט א נייע סטייל ביי אפילו היימישע יונגעלייט וואס זענען אביסעל מער קיל... זיך צו גיין אנשליסן דארט, עד כדי כך אז אפי' די פייער טשיפ'ס זענען היינט צוטאגס שוין היימישע יונגערלייט!
יעצט האט זיך חעזקל ווייס זיך אריינגעריקט דארט (פארוואס, האבעך נישט קיין אנונג...) און ער פרובירט צו מאכן א מצב וועגען די חילול שבת. אין אנהויב האבן די פייער וואלונטירן געבלאזן אויף איהם, אבער יעצט זענען זיי גרייט צו הערן וואס ער האט צו זאגען, און אין פאקט איז היינט זונטאג דא א שיעור אין פאפא ביהמ"ד אין מאנסי דורך די רב פון מצילי אש און קרית יואל, און די מאנסי פייער דעפארטמענט האט געשיקט זייערע וואלונטירן הערן וואס ער האט צו זאגען!
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 10:12 pm
דורך לך לך
פארט ארום ווידיאו ווי ר' יחזקאל האט היינט געגעבן א ענגלישע סטעטמענט אין פאפא ביהמ"ד וועגן דעם ענין
ער האט גאנץ א פיינע ענגליש
איינער קען עס ארויףברענגען
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 11:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 11:46 pm
דורך ישן מלא חדש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
Freedom fighters
פארשייסטו יא?
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 11:50 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
ווייל באמת וואלט מען זיי געדארפט רופען
מכבי אש - נאר וויבאלד אזוי רופט מען די פייערלעשער אין די מדינה - האט מען געטוישט דעם נאמען
ותנוח דעתו דרביה"ק...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:04 am
דורך berlbalaguleh
אונז אלע ווייסן מיר די מעשה מיט'ן רעבינ'ס קוה. שוין איבערדערציילט עטליכע מאל דורך בערל בעל עגלה.
דער הרב יחזקאל ווייס שליט"א וועט אזוי לאנג פארפיהרן און מקנא זיין קנאת ה' צבקות, ביז...איין שבת וועט (ה' ישמרנו, רחמנא ליצלן, דער אייבישטער זאל אפהיטן, היו לא תהיה. ס'זאלל נישט אויסגערעדט זיין. ח"ו) אויסברעכן א פייער ביים רעבי'ן שליט"א אינדערהיים. דער טשאלנט אויפ'ן בלעך האטציך אוועקגערוקט און ס'האט איבערגעדרייט א טאפ מיט הייסע אויל וואס איז דארט געשטאנען גרייט פאר'ן קוגל פון די קומענדיגע וואך. וואס די רביצין שתליט"א האט נישט געהאט קיין צייט אריינצולייגן אין רעפרידזשערעיטאר. דער טאפ מיט די אויל האטציך אויסגעגאסן אויף די פלאם פייער פון געז רענטש. און ס'האטצחיך גענומען פלאקערן. אום 3 אזייגער פארטאגס. דער רב שליט"א זיצט אין דיינינג רום. און ער דרימלט האלב. און איז אויך מעביר סדרה. און קוקט זיך פאר דאס ליינען פון די פ' השבוע. פלוצלינג געט ער א שפרונג אויף און ער זעהט דעם פייער וואס פלאקערט אוועק. ער הייבט אויף דעם פאון אין קאך. ער רופט 911. א יונגערמאן הייבט אויף און פרעגט אויף אידיש...וואו איז דער פייער? דער רב שליט"א נעמט זיך שרייען אויף איהם פרעג נישט קיין קשיות. קום שוין אריבער. שיק דעם גאנצן פייער דעפארטמענט. אבער שנעלל...! מ'וועקט אויף די רביצין שליט"א און די קינדער. די גאנצע משפחה לויפט שנעלל ארויס. די רבי דערמאנט זיך אז די לעדערנע בערזל (פול מיט הונדערטערס) ליגט אין בעדרום הינטער'ן מאטראץ. ער הייסט דעם (אידישן) פייערלערשער ער זאלל שוין אריינלויפן און ארויסברענגען די אפותיקי...ער האט נישט געוואלט הייסן פאר דעם גוי דאס טון וועגן 2 טעמים. איינס. אמירה לעכו"ם בשבת (א שבות). 2 ער האט מורא געהאט אז דער גוי וועט אראפנעמען א ביסל מעשר געלט פאר זיך...!
אזא חלום האביך געהאט די פארגאנגענע וואך פ' לך לך תשפ"ב לפ"ק...!)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:06 am
דורך קהל'ס נער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
ווייל באמת וואלט מען זיי געדארפט רופען
מכבי אש - נאר וויבאלד אזוי רופט מען די פייערלעשער אין די מדינה - האט מען געטוישט דעם נאמען
ותנוח דעתו דרביה"ק...
אויב מען האט א פראבלעים מיטן ציוניסטישע מכבי אש (אגב, לויט דעים דארף מען אויפהערן צילייגן תפילין, ווייל ס'דא ציונים וואס לייגן תפילין) זאל עס כאטש זיין
לוחמי אש .
מצילי אש מיינט אז די פייער פייטערס קימען און זיי פרובירן צי פארלעשן די פייער, קומען אן די מצילי אש זיי ראטעווען די פייער פון די שונא די פייער פייטערס וואס ווילן מיט זייער רשעות הרג'נען די פייער, און די מצילי אש זאגן היל"ת אונז וועלן מיר העלדיש ראטעווען די פייער.
אזא אמעראצעס האב איך נאך נישט געזעין זייט הורקנוס.
(ווען סקווירא גייט עפענען א פייער דיפארטמענט, גייט עס הייסן פייער שלעגער
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 1:10 am
דורך פיקח עצום
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
גראדע "מציל אש" מיינט וואס די זאגסט, מצילי מיט א י צום סוף מיינט ראטעוועט "פון" פייער,
סווערט אנגערופן אין די דקדוק רש"י וואס מלאזט אויס אין חדר, לשון דבוק, אזוי ווי אלקי אברהם מיינט די גאט פון אברהם.
Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 1:28 am
דורך תוהו ובוהו
פיקח עצום האט געשריבן:גראדע "מציל אש" מיינט וואס די זאגסט, מצילי מיט א י צום סוף מיינט ראטעוועט "פון" פייער,
סווערט אנגערופן אין די דקדוק רש"י וואס מלאזט אויס אין חדר, לשון דבוק, אזוי ווי אלקי אברהם מיינט די גאט פון אברהם.
וואו האסטו מיר געמאכט לאכן..
אלוקי אברהם = גאט פון אברהם
מצילי אש = ראטעווערס פון פייער.
אליבא דאמת איז די חילוק פון 'מציל' און 'מצילי' צו מ'רעדט פון א יחיד צו א רבים.
צום עצם נאמען איז עס טאקע זייער מאדנע, און ברענגט ארויס די מצב פון אונזער לשה''ק, ווי ס'ממש נישט מעגליך צו טרעפן א צעטל אין ביהמ''ד אן זיבעציג גרייזן, א מישעניש פון יחיד/רבים, זכר/נקבה, עבר/הווה/עתיד, נסתר/נוכח ווי נאר ס'גייט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 1:41 am
דורך קהל'ס נער
פיקח עצום האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?
גראדע "מציל אש" מיינט וואס די זאגסט, מצילי מיט א י צום סוף מיינט ראטעוועט "פון" פייער,
סווערט אנגערופן אין די דקדוק רש"י וואס מלאזט אויס אין חדר, לשון דבוק, אזוי ווי אלקי אברהם מיינט די גאט פון אברהם.
אזוי זעיט מען אויס ווען מען לערנט נישט קיין דיקדוק אין חדר.
פון אויף אידיש האט צוויי מיינונגען, וואס אויף לשה"ק איז דא צוויי באזינדערע ווערטער פאר זיי דאס איז
של און
מ'.
אזוי ווי עס איז דא הגדה של פסח און נישט הגדה מפסח.
און מזאגט הגר"א מוילנא אין נישט הגר"א של וילנא.
לענינינו אלוקי אברהם איז פשט אלוקי של אברהם.
און מצילי אש איז פשט מציל של אש.
אבער ווייל אין אידיש מיינט
פון אויכעט
מ' מיינען מענטשן אז דאס מיינט
מציל מאש, וואס דאס איז אזוי ווי צו זאגן
אלוקי מאברהם.
און אויף דעם ארויף האב איך מיך אויסגעדריקט אז...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 2:05 am
דורך יאסל ראקאווער
דווקא אין די שטאט ווי וויזניצער רבי ז"ל האט געהאקט קעגען די הייליגע חברה הצלה ארגענעזאציע ווייל ער האט מורא געהאט אויף חילול שבת וואס פארשטייט זיך ער איצט זעעט יעדער אז ליידער האט ער געהאט א טעות. דווקא אין זיין שטאט איז דא אפענע חילול שבת דורך מצילי א"ש און ער מוז נעבעך זעען פון אויבן אז סגייט זיין א היימישע פייער דעפארטמענט בנוסף צו די הייליגע חברה הצלה. אלעס צו ראטעווען די כבוד פון שבת.
עולם הפוך, אויבן זעעט ער אז ער האט עס געהאט upside down.
הרינו כפרות משכבו.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 9:13 am
דורך [NAMELESS]
קהל'ס נער האט געשריבן:אזא אמעראצעס האב איך נאך נישט געזעין זייט הורקנוס.
וואס איז געוועהן ביי הורקנוס?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 9:34 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: דו ביסט בעצם גערעכט (מיט'ן דיקדוק פארט). אבער עכט אויב איינער האט (ח"ו) א פייער ביי זיך אין הויז איז ער זייער שטארק צופרידן אז די פייערלעשערס קומען. וויאזוי דו זאלסט זיי נאר נישט אנרופן. וכל שום וחניכא דאית להו...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה מיט א משל וואס דער חפץ חיים האט פארציילט. ס'איז געווען ווען דער אינערן (אדער עדיוקעישן) מיניסטעריום האט געוואלט ארויסגעבן א גזירה אז מ'מוז לערנען (אויף) פויליש/רוסיש אין די חדרים און ישיבות. איז געפארן א דעלעגאציע פון חשוב'ע רבנים און עסקנים אפצושרייען די גזירה. דער ח"ח האט געוואלט זיך נעמען רעדן. האטציך אנגערופן איינער פון די דעלעגאציע אז ער זאלל נישט רעדן ווייל ער קען נישט אזוי גוט די שפראך. האט איהם דער ח"ח געענטפערט מיט א משל...ס'איז געווען אין פוילן/רוסלאנד פון אמאל איינגעפיהרט אז אויב ס'האט אויסגעבראכן א פייער אין שטעטל האט מען גערופן אלע איינוואוינערס פון שטעטל אז זיי זאללן קומען העלפן לעשן דעם פייער. אויף פויליש/רוסיש הייסט א פייער..."פאזשאר"... מיט א פ"א דגושה. איז געווען א מענטש וועלכער האט נישט גוט ארויסגעזאגט דאס ווארט. ער האט עס געזאגט מיט א פ"א רפה אזוי ווי ..."עף"...האטציך איינער (א חכם) אנגערופן..."דו זאגסט נישט גוט"...ארויס דעם ווארט.! האבן איהם די מענטשן אנגעשריגן...וואס איז א חילוק וויאזוי ער זאגט ...ווען ס'ברענט דארף מען רופן מענטשן אז זיי זאללן קומען לעשן די פייער...! דאס איז דער נמשל---זאגט דער חפץ חיים. ווען ס'איז דא א גזירה דארף מען שרייען. נישט קיין חילוק וויאזוי מ'זאגט עס...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:05 pm
דורך לך לך
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 2:14 pm
דורך עדיאל
גראדע מצילין מפני האש איז דירעקט היימיש לשון המשנה. מכבי אש איז א מאדערנישע איבערטייטש. באמת וואלט די דעפט געדארפט הייסן מצילים מפני האש, נאך מחמת חביבות הקיצור.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 2:40 pm
דורך איך אויך
קהל'ס נער האט געשריבן:(ווען סקווירא גייט עפענען א פייער דיפארטמענט, גייט עס הייסן פייער שלעגער
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
)
אדער שפיצערס פייער סערוויסעס.