די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 11:02 pm
ס'איז ידוע וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט אין די שמונה פרקים להרמב"ם (הקדמה למסכת אבות) אז דער דרך הממוצע, דער גאלדענער מיטל-וועג, איז דער דרך המובחר, און קיין איין זייט עקסטרעמיזם איז נישט ריכטיג. ער דרוקט זיך אויס עד כדי כך, אז רעכטע עקסטרעמיזם (ד.ה. גאר ערליך) איז "גארנישט" בעסער ווי א לינקער עקסטרעמיסט, א שייגעץ! עס קען קומען פון פארפוילטע מדות, און עס קען קומען פון א חולי נפש ווי OCD וכדו', אבער נארמאל איז עס נישט.
די תוה"ק זאגט אונז (פר' ואתחנן) אויף די מצוות פון די תורה, לא תוסיפו ממנו ולא תגרעו ממנו. זיי מיר נישט פרומער ווי איך האב דיר געבעטן! דייך מה שאסרה תורה. איין "עבירה" אין די ווידוי פון רבינו נסים איז "את אשר התרת אסרתי"! עס שטייט אינאיינעם אינעם זעלבן שורה און פאראגראף פון "את אשר אסרתי התרתי". עס איז נישט קיין דיפערענץ – ביידע זענען די זעלבע גרויסע עוולה!
יעדער פארשטייט אז דער רבש"ע האט געגעבן די תורה פאר מענטשן וואס זענען געמאכט פון "בשר ודם", ולא ניתנה תורה למלאכי השרת, ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו. די גאנצע ענין פון תשובה, שטייט אין די ספרים, איז געווען טאקע צוליב דעם, ווייל דער רבש"ע האט געזען אז "אין העולם מתקיים" בלויז מיט'ן מדת הדין (רש"י ריש בראשית). אודאי איז פאראן א זאך ווי א חומרא אדער א גדר, אבער ח"ו נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר. מענטשן דארפן לעבן אינעם עולם הגשמי והארצי והמסחר מיט ביידע פוס, ברענגען פרנסה, עסן, שמועסן, פארברענגען, וכדו'.
מיר זענען אלע עדות – און אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן דא אין שטיבל אין מערערע אשכולות – צו די לעצטיגע אויפשטייג פון עקסטרעמיזם אין אונזער סאסייעטי, וואס ווערט ערגער ווי א יאר גייט פארביי, כמעט וואס זאכן ווערן גזירות שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בהם. לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס איז אלעס מעשה שטן, צו פאר'מיאוס'ן אונזער שיינע אידישקייט וואס דרכיה איז דרכי נועם, און דורך די עקסטרעמיזם שניידן שטיקער פון כלל ישראל און פארשיקן נאך אומשולדיגע אידן וואס קענען זיך נישט צושטעלן צו די עקסטרעמע דרכים אשר לא שערום אבותינו. עס גיסן זיך עקסטרעמיסטישע גליונות און עס יאווען זיך האטליינס וואס איז ממש א פחד.
פון די מערסט באקאנטע פרטים, איז דער ענין פון צניעות ביי די מיידלעך און די נשים. קיינער זאל מיר נישט חושד זיין אז איך האלט נישט פון מעורר זיין אויף די ענינים וואס איז געוויס צריך תיקון. אבער פון מעורר זיין ווי א מענטש, ביז'ן טעראריזירן די מיידלעך אין סקול און אריינגעבן א זויערן קאראנע טעם אין צניעות, און ביז'ן באשולדיגן די פרויען אין יעדע טראגעדיע, איז פאלג-מיך-א-גאנג. אסאך מיידלעך וואס האבן לכתחילה גארנישט אקעגן פשוט'ע צניעות וועלן צום סוף בועט זיין אין די גאנצע קאנצעפט נאר צוליב די טראומא, רדיפות און ביטערע נאך-טעם וואס די אלע פארפאלגענישן האט זיי גורם געווען, מיט'ן זיי באטראכטן יעדן טאג פון קאפ ביז פוס און געבן "צניעות נאוטס" אדער גאר פסקים פאר די קינדער אדער די עלטערן. זעהטס נאר אין דעם "אכשר דרא? אשתגע דרא!" אשכול. וכן די אלע מחאות אקעגן קליידער געשעפטן וכו' איז צומאל ממש א איבל (הגם צומאל יא אויסגעהאלטן).
לאמיר נעמען נאך א באוואוסטע משל - דער ענין פון טעכנאלאגיע. איך שרייב נאכאמאל א דיסקלעימער אז סתם מעורר זיין אידן איז א חשוב'ע זאך, און געוואונטשן. עס זענען פאראן שיינע גליונות אויף שמירת עינים, תשואות חן חן להם. איך גיי אפילו נישט רעדן דא פון דעם עקלהאפטיגן שונד-בלעטל "השמיעיני את קולך" פון די טרויעריג-בארימטע "השומרים" קליקע, און אודאי נישט פון די השומרים קארטלעך, ווייל דאס זענען שוין ליידער גלוי וידוע פאר יעדן נארמאלן מענטש, און אפילו די פרומע מענטשן לאכן אפ פון זיי. לאמיר יא נעמען א משל פון די קאמפיינס וואס מען מאכט ביי קינדער אז "מען גייט נישט צורירן אדער אריינקוקן אין א סמארטפאון" פאר כך וכך חדשים. דא רעדט מען אפילו אין דעם טאטנ'ס, אפילו געפילטערט, אפילו כשר'ע זאכן, ווי בלויז מאכן א פאון קאלל – גארנישט. עס איז מוקצה מחמת מיאוס! עס האט מיר דערמאנט 2 וואכן צוריק ווען כ'האב געלערנט די פרשה פון די עץ הדעת, און די מדרשים שרייבן אז די סיבה ווי אזוי אדם הראשון איז אדורכגעפאלן ווייל דער נחש האט גענומען השי"ת'ס ווערטער "ומעץ הדעת לא תאכל ממנו", און האט מוסיף געווען דערויף "לא תאכלו ממנו ולא תגעו בו פן תמיתון". מען טאר נישט אנרירן!
אז מען רעדט שוין פונעם נחש הקדמוני, קען מען שוין אויך ממליץ זיין דעם מאמר חז"ל "לא הנחש ממית אלא החטא", ס'איז נישט דער כלי סמארטפאון וואס הרג'עט, ס'איז דער חטא. וואס איז די חוצפה צו זאגן פאר קינדער נישט אנצורירן אדער אריינקוקן אין דעם טאטנ'ס טעלעפאן? אויב דער טעלעפאן איז פולקאם כשר און דאס קינד רעדט אונטערן אויפזיכט פון טאטן, ווער ביסטו צו זאגן אנדערש? וועמענס קינד איז דאס? איז דער טעלעפאן זעלבסט דער פראבלעם אדער די קאנטענט וואס קען זיין א סכנה? איך פארשטיי דו ווילסט עס פאר'מיאוס'ן אין די אויגן פון די קינדער, אבער אנשטאט פאר'מיאוס'ן דעם סמארטפאון ביסטו ליבערשט גורם צו פאר'מיאוס'ן אידישקייט און פארשעמען דעם טאטן, מיט דיין קטנות המוח פון בנין נערים סתירה!
אדער לאמיר נעמען דאס ענין פון תפלה און נישט רעדן ביים דאווענען. אויך דא בין איך א גרויסער חסיד פון נישט מאכן קיין קופקעס און שמועסן אין ביהמ"ד. עס איז קלאר אקעגן די הלכה, און איך אליין בין צומאל מעורר בדרכי נועם אויב א חבר שמועסט ביים דאווענען ובפרט ביי קדיש, ווי די הלכה איז. איז אבער געקומען די "קרן תוספות יום טוב", אנגעהויבן קאמפיינען פאר דעם ענין פון נישט רעדן, און געבן ארויס וועכנטליכע גליונות "נקדישך", וואס האט גענומען דעם גאנצן ענין אויף נעקסט לעוועל, אויף א עקסטרעמען אופן וואס אפילו אבותינו ורבותינו האבן זיך נישט נוהג געווען מיט אזא איבריגע זהירות. עס איז ידוע דער מאמר פון מסילת ישרים, "מן הזהירות שלא תיזהר הרבה", זיי נישט צופיל געווארנט, תפסת מרובה לא תפסת!
איך האב הנאה געהאט ווי א אייוועלט שרייבער האט זיך אויסגעדרוקט, אז היינטיגע בחורים נאכן זיך אנליינען מיט די גליונות ווייסן נישט קיין חילוק פון אויסרעדן פאר ברוך שאמר ביז נאכדעם. עס איז איין לאנגע הלכה פון נישט רעדן א ווארט "פון אדון עולם ביז אדון עולם"! דאס אז עס איז א ריזיגע חילוק פון "שמועסן" ביז "אויסרעדן א ווארט" מאן דכר שמי'. אודאי טאר מען נישט שמועסן אין ביהמ"ד בשעת התפלה, אבער זאגן א ווארט צוויי פאר א שכן? א קינד? ולא נתקררה דעתם ביז זיי האבן אראפגעברענגט א הלכה פון א מורה הוראה (געווענליך די זעלביגע עקסטרעמע סארט מורי הוראות וואס דער גליון 'הליכות החיים' נוצט, די סארט וואס האלטן אז כחא דאיסורא עדיף וכל המחמיר הרי זה משובח) אז מען טאר נישט זאגן דאס ווארט "נא" אינמיטן דאווענען, ווייל נא איז א ווארט, און עס הייסט אויסגערעדט! איר כאפט ווי מען האלט דא?
פון נישט אויסרעדן ביים ליינען אפי' בדברי תורה בין גברא לגברא, איז געווארן א גאנצע קאמפיין אקעגן אריינקוקן אין א ספר אדער א גליון בשעת התפלה, אפילו בשעת דו זינגסט לכה דודי און דו דאווענסט נישט, אדער ווען דער בעל תפלה שלעפט ווי א טרעילאר. איי אבותינו ורבותינו קדושים וטהורים האבן בכלל נישט מקפיד געווען דערויף? הו קעירס. מען האט געטראפן עפעס א פארשטופטע מאמר פון א ספר וואס איז מעורר דערויף און דאס ווערט א בחינה "זה הוא כל התורה כולה ואידך פירושא זיל גמור".
אנשטאט מחזק זיין אידן וואס שטרענגען זיך אן צו קומען אין ביהמ"ד 3 מאל א טאג, יא אין ביהמ"ד, טאקע אין באשעפערס הויז, און מאכן זיי זאלן זיך שפירן באקוועם, ודילוגו עלי אהבה, טוט מען פונקט דאס פארקערטע, און מען מאכט שפירן א איד וואס דאווענט ערליך נאר קוקט צומאל אין א ספר כאילו ער האט ממש פוגם געווען אין דאס הארבסטע און דער רבש"ע איז זייער ברוגז אויף אים. נאכאמאל, הלכה איז הלכה – סעלפאונס (אויכעט בעיסיק) דארפן זיין גענצליך פארלאשן, מען טאר נישט קופקען, בפרט אינמיטן קדיש און חזרת הש"ץ, אבער פון דעם ביז מאכן שפירן א מענטש וועלכע זאגט א ווארט פאר'ן קינד וואס דארף פונקט אין ביהכ"ס.... אדער א שכן וואס דער בענקל שטערט אים און זאגט אים "נא", כאילו ער איז א עוכר ופושע ישראל וואס איז גורם אז די תפלות פון דעם גאנצן ביהמ"ד ווערט יעצט נישט נתקבל איז כרחוק מזרח ממערב!
נאך א ווייטאגליכע משל. עס איז נישט קיין סוד וואס טוט זיך ליידער אפ אויף די וועלט היינט מיט שלום בית. ליידער איז ממש אין שם בית שאין שם מחלוקת, און א גרויסע חלק פון שולד ליגט אויף די חתן וכלה מדריכים, ווי שוין אויסגעשמועסט אויף מערערע פלעצער דא אין שטיבל, בפרט אין מאחורי הפרגוד, וואס כאטש עס ווערט שוין בעסער אין געוויסע הינזיכטן, גייען זיי נאך אלץ צו מיט א מורא'דיגע איבריגע זהירות, און די פארפאלק איז צעמישט, נישט וויסנדיג ווי אזוי זיך אויפצופירן און וואס מעג מען/דארף אדער נישט ע"פ תורה. עס זענען ערשינען לעצטנס 2 געוואלדיגע בוכער (צום ערשטן מאל אין אידיש!) אין דעם נושא, וואס איז א ריכטיגע דורכברוך אין דעם הינזיכט. איינס איז דער ספר 'מה טובו', וואס איז א ליקוט פון ש"ס ופוסקים און ספרי מוסר ארויסצוברענגען די ריכטיגע אופן פון אהבה ואחוה ושלו' ורעות, און ביודעי ומכירי קאמינא דער בוך איז אדורכגעזיפט פיל מער ווי י"ג נפה, איבער "זעכציג" היימישע ערליכע רבנים האבן דאס איבערגעקוקט און געגעבן זייער פולע הסכמה דערויף (נישט בכתב, מחמת סיבות מובנות ליידער) און געהייסן שניידן שטיקער אויב עס איז נישט גענוג איידל – כאטש אלעס איז גענומען פון גמרא – און עס איז אויסגעארבעט געווארן עס זאל זיין ריין בתכלית הריינקייט ממש שאין כדוגמתו. אין די געשעפטן איז עס פארשטענדליך נישט געליגן אפן נאר אין מגלין אותן אלא לצנועין וד"ל. דאס צווייטע בוך איז פון ר' יעקב משה גאנץ, וועלכע איז אקארשט געווען באשריבן אין די מאמענט, ער פערזענליך איז א חתן רבי און האט שוין אויפגעראכטן טויזענטער שטובער – לכה"פ לפי דבריו – און האט הסכמות פון גדולי הרבנים, ובתוכם אב"ד וויען שליט"א, און נאך באקאנטע. נאכ'ן זען דעם חורבן פון היינטיגן דור האט ער אויך ארויסגעגעבן א בוך אין אידיש פאר די היימישע אידן זאלן אויך טועם זיין וואס איז דאס שלו' בית (פארגעסט נישט אז עס זענען דא מסתמא הונדערטער בוכער דערויף אין עברית און טויזענטער אין ענגליש). אן א שיעור דאנק בריוון איז אריינגעקומען צו די מערכת פון 'מה טובו' ווי מענטשן דרוקן זיך אויס אז דער בוכל האט פשוט געראטעוועט זייער מערידזש!
ליידער קפצה עליה רוגזן של הרבנים, נאכדעם וואס געוויסע עקסטרעמיסטן מקצה המחנה זענען זיי געקומען אנרייצן, און זיי האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די געשעפטן און מדריכים אז דער ספר דארף ווערן אויסגעראטן מקרב מחנינו... לא יאומן כי יסופר! געוויסע רבנים פון התאחדות האבן זיך אויסגעדרוקט גאר שארף דערוועגן, און געשיקט די עקסטרעמיסטן צו טעראריזירן די געשעפטן וואס פארמאגן דעם ספר! א ביטער ווערטל האט ארומצירקולירט אז התאחדות פארלירט ליידער פרנסה פון די גיטין דורך דעם ספר, ממילא האבן זיי טעראריזירט די געשעפטן "לצורך פרנסה"... די עסקנים האבן געקלינגען די רבנים פערזענליך און פרובירט זיך אויס'טענה'ן מיט די רבנים, און אפילו מסכים געווען צו שניידן נאך חלקים אויב דאס וועט העלפן, אבער אן ערפאלג. איין גרויסע פוסק, ווען מען האט אים פארציילט וויפיל דאס העלפט עלימינירן ספיקות אין אידישע שטובער, האט ער זיך אנגערופן "זאלן זיי אלע בלייבן מיט די ספיקות, און דער בוך זאל אויסגעראטן ווערן"... ליידער די רבנים און די "עשקנים" זענען עתידין ליתן את הדין, און זענען א חלק פון די עקסטרעמיסטישע ווינטן וואס בלאזן ביי אונז.
די זעלבע זאך גייט אן אויף די אלע איסורים אקעגן רביצין בילגוריי אדער זכו וכדומה.
אדער לאמיר נעמען די "איסור" פון ווידיאו. יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז מען האט נישט געמיינט יעדע סארט ווידיאו, ווי צב"ש פון אייגענע קינדער און רבי'ס. אבער אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול מיט אזא מאס עקסטרעמיזם אז מען קען שפרינגען פון התפעלות... מען לערנט אריין פשט אין יעדן תג וקוץ וואס די רבנים בדור שלפנינו האבן געשריבן אין זייערע קול קורא'ס (וואס איז מסתמא געווען, ווי היינט, אפגעקאטשקעט דורך איין 'עשקן' און איז געגאנגען קאלעקטן חתימות), ממש מבהיל הרעיון. צו זאגן אז דאס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכול לעמוד בה איז א אנדערסטעיטמענט!
איך וועל אפילו נישט אריינגיין אין די אנדערע סארט מחאות און עקסטרעמיזם, ווי מוחה זיין אויפן פרעס טראק, עירוב, און סתם איסורים חדשים לבקרים, ווי אויף שירים ושיעורים, שבתונ'ס, אויף אדווערטייזמענטס (כאטש א חלק איז גערעכט), און נאך פארשידענע זאכן וואס איך געדענק ניטעמאל אויפן מאמענט.
וואס קענען מיר טון דערוועגן? איך ווייס נישט. אבער מיין ווייטאג מוז איך אויסגעבן... אויב האט איר איידיעס, אדרבה ואדרבה, לאזט אייך הערן!