בלאט 1 פון 2

ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש - אינטערנעט רבי

נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 5:55 pm
דורך גיב א שמייכעל
מ'האט שוין אסאך מאל ארויפגעברענגט בילדער פון זיינע ציטאטן און דברי גאונות ופקחות אויף אינטערנעט און סמארטפאונ'ס, און איך מיין אז ער פארדינט זיך שוין אן אייגענער אשכול פאר זיך.
אין די אשכול איז ער שוין אביסעל בארעדט געווארן אבער איך וויל אויסברייטערן די נושא.
ווער איז ער? מה טיבו?
וואס וויל ער מיט זיינע קוריאזע, מאדנע סטיטמענטס אויף די מענטשען מיט סמארטפאונס?
וועלכע קליענטעל באדינט ער?
ווען האט ער זיך דערקלערט אלס סאמע שפיץ פיקוח און די אינטערנעט מערכה, אז ער מיז יעדע שטיק צייט לאזן פאלן א.ג. פסקים -וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן- איבער די מענטשען מיט סמארטפאונס?
חוץ די טרויעריג בארימטע שונד-בלעטל 'השמיענו את קולך' איז דא נאך איינער וואס הערט איהם אויס??

אויב איינער האט מער דעטאלן ביטע ארויפקומען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 5:58 pm
דורך גיב א שמייכעל
צווי פון זיינע שטיקער חכמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 12:20 am
דורך שמעון וואלף
א לייק פאר די קעפל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:14 am
דורך berlbalaguleh
גיב א שמייכעל האט געשריבן:צווי פון זיינע שטיקער חכמה

גיב א שמייכל: איך קען נאר זאגן אזויפיהל אויף זיינע..."פסקים"...און אויף איהם אליינס אלס ערנסטער מענטש..."לאל" לאל. שברים תרועה לאל, לאל, לאל...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:18 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז נאר אינטרעסאנט צו באמערקן אז די אלע גדולים וקדושים וטהורים וועלכע קומען ארויס מיט אלערליי מאדנע אזויגערופענע ..."פסקים"...קומען נישט ארויס מיט א פסק דין אז ערליכע אידן טארן נישט (לשיטתם) גיין נעמען געלט צו אזעלכע הייזער און פון אזעלכע מענטשן וועלכע האבן סמארטפאונס און אנדערע טמא'נע כלים, רחמנא ליצלן ...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:52 am
דורך מאנטריאל
די פראבלעם איז נאר אז ער פארקויפט זיך אלס מורא'דיגער חכם ופיקח, ער הייסט דאך און אויפגעקלערטער אביסל, דאס איז דער חורבן,
לכאורה דאס איז א וועג וויאזוי ער באדעקט זיינע שמוץ ווייל ווי מער ער האקט אויף אינטערנעט ווייזט ער פאר יעדן איינעם ווי פרום ער איז.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 4:29 pm
דורך שמעקעדיג
וואט דע העלל איז ראנג וויט דיס גאי?

.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 5:38 pm
דורך קהל'ס נער
שמעקעדיג האט געשריבן:וואט דע העלל איז ראנג וויט דיס גאי?

.


די פרעיגסט ווהאטס ווראנג ווהיט הים?
איך פרעיג ווהאטס רייגהט ווהיט הים?
איך האב נאכנישט געהערט קיין איין נערמאלע ווארט ארויסקימען פון זיין פתח פתוח.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 3:02 am
דורך chosen people
איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א בחור וואס איז אריינגעגאנגען אין ישיבה, און ער האט דעמאלט געעפענט זיין ישיבה אור תורה. ער האט געהאלטן א בין הזמנים דרשה פאר אלע בחורים נישט נאר פאר זיין ישיבה, האט ער דארט געזאגט בתוך הדברים אז א בחור דארף מתפלל זיין אז זיין ראיה זאל זיין שוואך אז ער זאל דארפן האבן גלעזער צו זעהן, אזוי אז ווען ער גייט אין גאס זאל ער עס קענען אויסטוהן די גלעזער כדי נישט צו זעהן קיין ראיות אסורות. דאס איז געווען די לעצטע מאל וואס איך בין געווען אינטערסירט צו הערן זיינע השקפות.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 9:17 am
דורך berlbalaguleh
טשאוזן פיעפל: א משוגע'נער און א היפאקריט. מיט א מייק...!

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 4:02 am
דורך דוד שריפטליך
נישט סתם. די פראבלעם איז אז איינער דאהי איז געווען זיין שוואנץ פאר עטליכע יאר געלופטערט שיינע שיעורים און נאכדעם האט ער אנגעהויבן אליינס געבן שיעורים און די נושא פון סעלף קאנפידענס און נאכדעם האט דאס שוין באקומען א שיינע פראפעשענל נאמען מיט גרעפיקס און היינט האלט דאס שוין אויף א שטאפל ווייטער אז אויב מען איז עלידזשעבל וועט אפילו די רעגירונג עס צאלן און אלעס איז געבויט אויף די ראסטיגע פונדומענט פון.......

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 7:36 am
דורך הקטן
דוד שריפטליך האט געשריבן:נישט סתם. די פראבלעם איז אז איינער דאהי איז געווען זיין שוואנץ פאר עטליכע יאר געלופטערט שיינע שיעורים און נאכדעם האט ער אנגעהויבן אליינס געבן שיעורים און די נושא פון סעלף קאנפידענס און נאכדעם האט דאס שוין באקומען א שיינע פראפעשענל נאמען מיט גרעפיקס און היינט האלט דאס שוין אויף א שטאפל ווייטער אז אויב מען איז עלידזשעבל וועט אפילו די רעגירונג עס צאלן און אלעס איז געבויט אויף די ראסטיגע פונדומענט פון.......
זענען זיינע שיעורים אויף סעלף קאנפידענס, אויף עדיקשען און אויף אנדערע נושאים און תורת הנפש גוט צי נישט?

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2022 1:13 am
דורך דוד שריפטליך
קענסטיך שוין פארשטעלן יענקי שטיינמץ האט שיעורים ער רופט עס ............

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 5:41 pm
דורך שמן למאור
לעצטע וואך אין די גליון השמעיני את קולך (די השומרים גליון)

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 6:03 pm
דורך שמעקעדיג
נישט נארמאל דער

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 6:53 pm
דורך פערינא
נישט נארמאל אדער נישט נארמאל גוט. וואס ער זאגט וועגן קדיש.

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 7:03 pm
דורך מי אני
אין כלל פון דאס וואס ווערט גע'פסק'נט ביו"ד סימן שמה סעיף ה גייט עס זיכער נישט אריין. צום מערסטענסט קען ער דאס פרובירן אריינשטופן פריער אין רמ"א בסימן שמ סעיף ה לגבי די הלכה וואו אנדערע שאינם קרוביו שטייען דארט בשעת יציאת נשמה של איש וואס בדרך כלל חייבין לקרוע "אבל רגיל לעשות עבירה (אפילו לתיאבון, ש"ך שם ס"ק ח) אין מתאבלין עליו" ע"ש.

אויב וואלט ער געוואלט ארויסברענגען חומר הענין ובענין קדיש וואלט ער געדארפט זאגן פונקט פארקערט. והיינו, ווייל שפעטער בסימן שעו סעיף ד זאגט דער רמ"א "ונהגו שאין אומרים קדיש ותפלה רק י"א חדשים כדי שלא יעשו אביהם ואמם רשעים, כי משפט רשע י"ב חדש" ע"ש. און דער פתחי תשובה דארט בס"ק ט ברענגט צו פונעם ס' חומות ירושלים (סימן רנז) "דמי שיודע באביו ואמו שהיו רשעים מאותם שנידונים י"ב חודש ראוי ומחוייב שיאמר קדיש י"ב חודש" ע"ש. דארף דאס קינד, לשיטתו, זאגן פאר נאך לענגער און נאך מער קדישים ווי א צווייטער...

אחוץ טאמער געבט מען אים די פּרינציפּ פון טשעריטי אז וואס ער מיינט צו זאגן איז אז איינער מיט א סמאַרטפוין איז עלול דאס מוחל צו זיין פאר זיין קינד.

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 9:08 pm
דורך צקון לחש
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט נארמאל דער
גוט אז ער באגראבט זיך אליין

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 11:43 pm
דורך לעקיש בעער
אני חושב כדאי להעמיד בא' הקובצים בירור הלכה בענין לומר קדיש אחר אביו אם היה לו סמארטפאן
לכ' לענ"ד זה העצה הכי מועיל להשתיק כל המשגעים כמותו (והסוברים שהתורה מיוסד על הרגשים של מאסקאויטש)

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:30 am
דורך תוהו ובוהו
Screenshot_20220706-174354_Gallery.jpg
טויש דעם בעל המאמר, און ס'איז אקוראטע עתידות אויף די רבנים..

"ס'וועט קומען א צייט וואס רבנים וועלן זיין אזוי אין דער ערד, אז זיי וועלן פסק'נען פאר קינדער וואס די עלטערן האבן א סמארטפאון נישט צו זאגן קדיש. ווארטס נאר צו!"

שומר הפתח גן עדן/גיהנום

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 3:07 am
דורך דוד שריפטליך
איך האב געזען א פרישע קריאזע סטעטמענט פון ר' יצחק אלעזר אויך אין דעם שינדבלאט השמיעני את קולך ווי עס איז ציטירט דארט א היפאקריטישע הנחה אז די אידן מיט די ווייסע בערד מיט סמארטפון'ס וועלן נישט ארויסגיין פון גיהנום
איז אמאל געווען א מעשה אין שטאט אומאן אין אוקראינה פאר עס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה זענען אנגעקומען אהין חסידישע בחורים פון פולין און אזוי ווי עס האט אויסגעבראכן די מלחמה האבן זיי געמוזט בלייבן דארט האבן זיי נישט געהאט ווי צו גיין זענען זיי געבליבן שלאפן אין בית מדרש און זיי פלעגן זיך דרייען דארט אין הויף וואס דארט איז אויך געווען א מקוה טהרה פאר נשים פלעג דער שמש שרייען אויף זיי און ער האט געזאגט עטץ וועטס נישט ארויסגיין פון גיהנום האבן זיי אים געענטפערט דאנקען גאט אז מען האט דיר נישט געשטעלט צו זיין שומר הפתח פון גיהנום

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 12:45 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
די ווערטער פון מיסטער מאסקאוויטש זענען וואנזיניג פאר זיך אחוץ גאס עקסטרעמיזם.

אזעלכע נארישע ווערטער ווי סוועט נאך קומען א צייט וואס מען וועט פסקנען, אדער אז סאיז דא רבנים וואס טוען דורך צו א פרוי מיט א סמארטפאון איז נאמן אויף כשרות זענען נישט נאר ווילד עקסטרעם נאר אויך נאריש גערעדט, סווייזט אז ער אנערקענט נישט אין זיין אייגענע דעה און זעהט זיך נישט פאר א תורה אויטאריטעט נאכוואס ער שיסט לאזונגען ווי א קינד אן קיין ארגומענטן אחוץ דאס אז סוועלן זיין רבנים און מגייט פסקנען.

סאיז אזויווי רבי זלמן לייב פיליפ זאל זאגן אז סוועט נאך קומען א צייט וואס מוועט דן זיין אויף פרידזשידערס צו מען מעג עס נוצן אין שבת.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 12:59 pm
דורך מי אני
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:די ווערטער פון מיסטער מאסקאוויטש זענען וואנזיניג פאר זיך אחוץ גאר עקסטרעמיזם.

אזעלכע נארישע ווערטער ווי ס'וועט נאך קומען א צייט וואס מען וועט פסק'ענען, אדער אז ס'איז דא רבנים וואס טוען דורך צי א פרוי מיט א סמארטפאון איז נאמן אויף כשרות, זענען נישט נאר ווילד עקסטרעם נאר אויך נאריש גערעדט. ס'ווייזט אז ער אנערקענט נישט אין זיין אייגענע דעה און זעהט זיך נישט פאר א תורה אויטאריטעט נאך וואס ער שיסט לאזונגען ווי א קינד אן קיין ארגומענטן אחוץ דאס אז ס'וועלן זיין רבנים און מ'גייט פסקנען.
און עס קומט אויס אז מיין פריערדיגע אנטווארט דערויף איז א case in point פון בּרענדאליני׳ס געזעץ.
תוהו ובוהו האט געשריבן:
Screenshot_20220706-174354_Gallery.jpg
טויש דעם בעל המאמר, און ס'איז אקוראטע עתידות אויף די רבנים..

"ס'וועט קומען א צייט וואס רבנים וועלן זיין אזוי אין דער ערד, אז זיי וועלן פסק'נען פאר קינדער וואס די עלטערן האבן א סמארטפאון נישט צו זאגן קדיש. ווארטס נאר צו!"
און דאס האט שוין יא א מקור ועפ"י הסמיכות בסוף סוטה מט: אודות מה יקרה בעקבות משיחא:
בן מנוול אב בת קמה באמה כלה בחמותה אויבי איש אנשי ביתו פני הדור כפני הכלב הבן אינו מתבייש מאביו