בלאט 1 פון 2

א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:19 pm
דורך הדד בן בדד
בס"ד

אין שנת תש"ח איז הרה"ק ר' יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל, באקאנט אלס אדמו"ר מ'סקווירא זצ"ל, אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו ער האט געהאפט צוריק אויפצושטעלן א חסיד'ישן הויף, און ממשיך זיין מיט די עבודה פון אבותיו הקדושים, וועלכע האבן געפירט חסיד'ישע הויפן און משפיע געווען אידישקייט, תורה, קדושה, טהרה און חסידות, פאר אידישע קינדער.

ער האט געזוכט א מקום וואו עס פעלט זיך אויס אזא זאך און ער האט זיך באזעצט אין בארא פארק, וואו עס איז דעמאלס נישט געווען קיין חסיד'ישע הויפן, און אזוי האט ער געהאפט אז עס וועט זיין א מקום פאר אים.

אבער בארא פארק איז נאך נישט געווען גרייט דאן פאר א חסיד'ישע הויף, און דער רבי זצ"ל האט זיך געפלאגט מיט מנין, בשעת ווען הרה"ח ר' גדלי' שווארץ ז"ל, א חשוב'ער קאסאנ'יער חסיד פון דער אלטער היים, וועלכער האט יא מכיר געווען דעם חשיבות פון א חסיד'ישן הויף, האט כסדר אריינגעשלעפט אידן און זיכער געמאכט עס זאל זיין מנין, צו די תפילות און טישן.

נאך תקופה וואס דער צדיק האט געזעהן אז דער מקום איז נישט רייף פאר דעם, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין וויליאמסבורג, וואו עס האבן שוין דאן געשפרודלט עטליכע חסיד'ישע הויפן, און האט דארט פון פריש עטאבלירט זיין הויף. אין וויליאמסבורג האט טאקע דער רבי געהאט מער הצלחה און ער האט געהאפט אז ער וועט קענען בלייבן דארט.

למעשה אבער האט ער נאך א תקופה פון עטליכע יאר באשלאסן צו גרינדן אן אייגן שטעטל. סיי ווייל ער האט געשפירט אז עס איז בעסער פאר די רוחניות און סיי ווייל ער האט געשפירט אז עס איז בעסער פאר'ן הויף. א הויף קען זיך בעסער בויען אין א שטעטל, וואו אין א שטאט, וואו די באגרעניצונגען, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, זענען פיל מער. ווי אויך איז געווען דארט אין שטאט מערערע רבי'שע הויפן, און דאס האט פארשווערט דאס בויען זיך.

דער רבי אפגעקויפט א שטח נישט ווייט פונעם אידישן מאנסי, וועלכע מען וועט קענען נוצן פאר די וויכטיגע זאכן ביז דאס שטעטל בויעט זיך אויף. ער האט מפרסם געווען אז ער גייט בויען א שטעטל, און דאס האט גערעדט צום הארץ פון פילע אונגארישע און גאליציאנע אידן, וועלכע האבן זיך געבענקט צום ווארימקייט פון די אמאליגע חסיד'ישע קליינע ישובים, און א גרויסער צאל האבן זיך דארט באזעצט, אריינגערעכנט עטליכע חשובי חסידי קאסאן.

די רעשט איז, ווי מען זאגט, היסטאריע. פון די קליינע הייפעלע איז זיך צואוואקסן דער סקווערער חסידות וואס מיר קענען אלע היינט.

-

תשע"ה. די איסט 18'טע גאס אין פלעטבוש איז געווארן געטוישט אין זאונינג פון רעזידענשאל צו קאמערשאל, און די פרייז פון די הייזער זענען שטארק געשטיגן. רוב איינוואוינער האבן פארקויפט זייערע הייזער פאר ביזנעסער און האבן זיך אוועק געצויגן.

פאר דעם קאסאנ'יער רבי'ן איז דאס געווען א טאפלטער פראבלעם. די יארן רוקן זיך און מען ווערט נישט יונגער, און ער האט געשפירט אז עס פעלט אים אויס א קינד זאל זיך באזעצן נעבן אים. אבער מיט די פרייזן אין פלעטבוש, נאך איידער דעם טויש אין זאונינג, איז דאס כמעט ווי נישט מעגליך געווען. יעצט אבער, מיט דעם טויש אין זאונינג, איז עס געווארן פיל שווערער. צו דעם איז צוגעקומען דער פראבלעם, אז מיט דעם טויש אין זאונינג, האבן מענטשן געזוכט צו פארלאזן דעם געגענט, וואס האט ווידער שווערער געמאכט פאר דעם בית המדרש.

דער רבי שליט"א, וועלכער האט כל ימיו עוסק געווען אין הרבצת התורה, אויף א איידעלן, שטילן פארנעם, און משפיע געווען אויף אידישע קינדער מאור תורתו הקדושה, און מיט זיין זעלטענעם ענוות חן האט ער געהאט א שטארקע השפעה אויף פילע אידישע קינדער, האט געשפירט אז עס איז געקומען דער צייט מקיים צו זיין דעם לך לך מארצך.

ער האט אבער נישט געוואלט ווייטון קיינעם דורך זיך באזעצן נעבן א צווייטנס שול. צו דעם האט דעם רבי'ן אויך גאר שטארק וויי געטון דער שווערער מצב פון דירות ביי אידישע קינדער. ער האט גאר גוט מיטגעהאלטן ווי עס איז געווארן כמעט אוממעגליך פאר א אינגערמאן צו קויפן א הויז, אויב מען איז נישט א גאר גוטער פארדינער. און דער רבי האט באשלאסן צו מקיים זיין ביידע אויף אמאל.

ער וועט זיך ציען צו א געגענט וועלכע איז נאכנישט באוואוינט מיט אידן, וואו הייזער זענען באדייטענד ביליגער און אזוי ארום וועט ער אריינכאפן ביידע. סיי ער וועט קענען ממשיך זיין מעשי אבותיו, אזוי ווי ער האט געטון זיין גאנץ לעבן, און סיי ער וועט קענען העלפן אינגעלייט זיך איינהאנדלען א וואוינונג פאר ביליגער ווי אין אנדערע געגענטער.

נאך א לאנגע צייט זוכן האט מען געטראפן א מקום, אבער ווען מען האט שוין געהאלטן ממש ביים סיינען קאנטראקט, איז דער רבי געוואויר געווארן אז דאס הויז געפונט זיך אין די מייל פון דעם סקווערער שטעטל, און היות אז דער סקווערער רבי האט געבעטן אז אידן זאלן זיך נישט באזעצן אין דעם מייל פון זיין שטעטל, האט דער רבי זיך ארויסגעצויגן פון דעם געשעפט און געבעטן דעם בראוקער צו טרעפן א הויז אינדרויסן פון דעם מייל.

דער בראוקער האט געווארנט דעם רבי'ן אז אינדרויסן פון דעם מייל קאסט טייערער, אבער דער רבי איז איינגעגאנגען אויף דעם. ער וויל קיינעם נישט וויי טון, אפילו ווען יענער איז נישט גערעכט.

מען האט זיך גענומען זוכן אינדרויסן פון דעם מייל, און אלס א תוספת זהירות האט מען ספעציעל געבעטן רשות ביים ראש הקהל דקהלת סקווער, וועלכער האט פארזיכערט אז דער ארט פון דעם נייעם בית המדרש איז אויסגעהאלטן, אפילו לפי שיטת סקווירא.

מען האט געשריבן קאנטראקט און זיך געגרייט צום שווערן אריבערגאנג.

-

זוממער תשע"ו

ויהי היום, אין ויהי אלא לשון צער, מען ציעט זיך אריין אין דעם נייעם הויז, און בו ביום באקומט מען א רוף פון דעם אויבנדערמאנטן ראש הקהל, אז זאכן האבן זיך געטוישט און מען מוז אוועק גיין פון דארט.

שאק!!!

וואס איז געשעהן? מען איז דאך געגאנגען אינדרויסן פון מייל, מיט רשות. אבער דער ענטפער איז געווען אז, איך ווייס נישט צו איר וועט גלייבן, עס איז יא אין די מייל! איי עס איז נישט. אבער ווען מען רעכנט עיר מייל, לופט מייל, דאס מיינט, אז ווען מען ציעט א גראדער ליניע פון דעם עק פון שיכון סקווירא ביז דער רבי'נס הויז, פעלט נאך עטליכע הונדערט פוס פון דעם מייל. ועל זה יצא הקצף. איי מען האט דאך קלאר באקומען רשות. נונו, יעצט האבן זאכן זיך געטוישט.

וואס טוט מען יעצט? על זה חרדנו כל החרדה הזאת. מען האט געטון אלס אין דער וועלט נישט וויי צו טון יענעם און יעצט פאדערט מען אז ער זאל זיך אוועק ציען. אבער דער רבי איז נאך אלץ געווען גרייט, לפנים משורת הדין, זיך אוועק צו ציען. פון פריש אנהייבן דעם גאנצן קאפוויי, פריש זיך פאקן, זוכן א מקום, און אלעס וואס קומט מיט מיט דעם. אבער היות אז דער רבי איז געענגט אין געלט, האט מען מודיע געווען פאר דעם ראש הקהל, אז מען בעט כאטש אויסצוצאלן די שאדן.

אבער צו דעם אומגלויבליכן שוידער האט ער דאס אפגעזאגט. יא, ממש אזוי. איך פארלאנג דו זאלסט זיך אוועקציען, נאך וואס איך האב קלאר געזאגט אז עס איז אקעי (אויף עפעס וואס איך האב בכלל נישט קיין רעכט), אבער איך בין נישט גרייט דיר אפילו צו פארגיטיגן דעם שאדן. מען רעדט שוין נישט פון עפעס מער פון דעם, עפעס פאר שכר טירחא, נאר פשוט דעם שאדן.

באין ברירה איז דער רבי געבליבן אויפן ארט.

מען האט געהאנגען צעטלעך אין בית המדרש אז איינער איז געקומען אין דעם מייל "להרוס ולקעקע יסודות הקדושה" (בערך אזא לשון). און מען בעט ווער עס קען זאל טון עפעס אז ער זאל זיך אוועק ציען – פארשטייט זיך, נאר בדרכי נועם...

און דא האט זיך אנגעהויבן א מסע השמצה און טעראר. עפעס אזא סארט הכרת הטוב אויף דעם וואס א קאסאנ'יער חסיד האט געהאלפן שלעפן מנין פאר סקווערער רבי זצ"ל, און אויף דעם וואס סקווער האט זיך געבויעט דורך עטליכע קאסאנ'יער חסידים, וועלכע זענען געווען פון די ערשטע איינוואוינער אין שטעטל.

יעדער וואס האט געקויפט א הויז אינעם געגענט האט אנגעהויבן אריבערגיין עינויים קשים. טעלעפאנען, באזוכן, ווענדונגען צו זיין קהילה אדער משפחה, אז מען זאל יענעם נישט לאזן זיך אהינציען.

מענטשן האבן זיך טאקע דערשראקן, און מען האט מורא געהאט זיך אהינצוציען. פאר א גאנצע יאר האט דער רבי געוואוינט דארט איינער אליינס. זיי האבן געהאפט אז דער רבי וועט זיך אוועקציען, זעענדיג אז ער בלייבט אליינס. אבער דער רבי, בכח אבותיו הקדושים, איז געבליבן און נאך א יאר האבן זאכן זיך אנגעהויבן צו ריקן.

איין פאמיליע האט זיך אריינגעצויגן. נאך עטליכע חדשים, נאך איינס. און בערך נאך דריי יאר האט דער רבי שוין געהאט אן אייגענעם מנין אין געגענט.

די שכנים פון אריבער דעם דיספיוטעד מייל האבן נישט גערוט. זאכן ווי פאני קאלס אין אלע שעות פון טאג און נאכט, פאר עטליכע טעג נאכאנאנד, אדער שיקן עטליכע טאצן פיצא ערב יום כיפור צום זמן הדלקת הנרות, זענען געווארן רעגלמעסיגע זאכן מיט וואס דער רבי און די איינוואוינער דארפן זיך ספראווען.

אבער טראץ דעם אלעם איז דער רבי נאך אלץ געווען גרייט נאכצוקומען די קאפריזן פון די שכנים, אויב נאר זיי זענען גרייט צו צאלן די הוצאות. מען האט פארהאנדלט צענדליגער מאל. יעדעס מאל זיי האבן געשיקט א שליח אז זיי ווילן פארהאנדלען, איז מען געקומען צום טיש און געווען גרייט. אבער נאך יארן פון אזעלכע סארט פארהאנדלונגען, האט מען איינגעזעהן אז אלע פארהאנדלונגען האבן נאר איין ציהל: אז דערווייל זאל מען נישט בויען דעם נייעם שול און די איינוואוינער זאלן זיין ענג און אומבאקוועם.

אויב א איד פון די געגענט האט געמאכט א שמחה און עס איז געווען מפורסם אין איינס פון די אויסגאבעס; אדער אויב האט אן איינוואוינער פון די געגענט אנאנסירט זיין ביזנעס, האט מען געהאט צו ליידן. מען האט טעראריזירט די אויסגאבע, און זיי ארויסגעווארפן פון סקווירא. און ווען דאס האט נישט געהאלפן, האט מען פשוט ארויסגע'גנב'עט די אויסגאבע פון אנדערע ערטער אויך, אז קיינער זאל עס נישט קענען באקומען. און ווען אויך דאס האט נישט געהאלפן, האט מען אנגעהויבן אנרופן די אנדערע אדערווערטייזערס פון די אויסגאבע און זיי טעראריזירט.

אזוי גייט אן דער סארט שטילער טעראר פאר העכער פינף יאר, בשעת די איינוואוינער זיצן שטיל. ליידן און שווייגן.

ווען מען האט געמאכט אן עירוב אין די געגענט האט דער רב המכשיר פון דעם עירוב באקומען א פארציע פון טעראר. גארנישט איז נישט געווען ארויס פון די גבולים. אויב איז עס קעגן דעם נייעם אידיש'ן געגענט אין הילקרעסט איז אלעס מותר.

(און מיר האבן בכלל נישט צוגערירט דא וואס די מאדערנע און ליטווישע אידן וועלכע וואוינען אין שכינות פון סקווירא, אריבער דעם רוט 45, האבן זיך אנצוליידן. דא רעדן מיר בלויז פון הילקרעסט)

אצינד אידן. ווען ר' שאול אלטער'ס קהילה האט געמאכט א קאמפיין, האט כלל ישראל געוויזן אז מען איז קעגן טעראר. לאמיר עס יעצט ווייזן נאכאמאל.

די אידישע קהילה אין הילקרעסט באשטייט היינט פון ארום 50 פאמיליעס, מיט ארום 350 נפשות, זיי האבן נישט קיין געהעריגער בית המדרש און אויך נישט קיין געהעריגער מקוה. זיי ליידן זיך אן צרות צרורות בלויז פאר די סיבה אז זיי וואוינען אין א געגענט וואס א אנדערע קהילה האט באשלאסן אז מען טאר דארט נישט וואוינען, פלעין ווייל אזוי וויל איך. לאמיר זיי ווייזן אז כלל ישראל איז נישט מסכים מיט דעם און טאלערירט נישט קיין טעראר.

לאמיר ביישטייערן צו דעם קאמפיין.

ולסיום וויל איך רופן צו קהילת סקווירא, אויב איר ווילט האבן אייער שטעטל, אייער הויף, מיט א גאנצע מייל ארום פון אלע זייטן 'יודנריין', האב איך פאר אייך אן עצה:
https://www.ranchflip.com/ranch/290844
https://www.ranchflip.com/ranch/287655
https://www.ranchflip.com/ranch/266361

אט זענען דריי שטיקער לאנד, וועלכע זענען גרויס גענוג צו בויען א שטעטל, פיל גרעסער פון דעם יעצטיגן, און עס זאל נאך אלץ בלייבן גענוג שטח צו לאזן ליידיג איבער א מייל פון אלע זייטן. יעדעס איינע פון די שטחים קאסט ביליגער פון דעם נייעם בית המדרש וואס מען בויעט יעצט אין שטעטל, קען מען זיך שפארן אסאך געלט און האבן א ליידיגן מייל ארום זיך אויך.

קהילת סקווער איז מכובד זיך אריבערצוציען אהין און על ישראל שלום.

-

און אצינד, קאווע שטיבל מעמבער, לאמיר ארויסהעלפן די נאנחים ונאנקים תחת ידי הטעראר, און לאמיר שיקן א מעסעדזש אז כלל ישראל וועט זיך אננעמען פאר די טעראריזירטע.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:20 pm
דורך הדד בן בדד
מיר האבן געעפנט א בלאט אויף דעם קאמפיין, ספעציעל פאר חברי הקאווע שטיבל. ביטע אנטייל נעמען.

אויב איר האלט אז אונזער גאול איז צו ווייניג, ביטע לאזט וויסן.

https://kosonhillcrest.org/khs/4321

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 10:53 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב פינקט לעצטענס גערעדט צו ידידי הרב קרויס פון די ביזנעס דירעקטערי האט ער מיר דערציילט אז סקווער האט אים געסטראשעט מיט'ן לעבען אז ער טאר נישט אריינשרייבן די הילקרעסטע שוהל אין זיין דירעקטערי.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:26 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר: איך האב א קשיא. אבער דער העיליגער רעבע (וואס ער וועיסט קעינמאל גארנישט) האט דאך געזאגט אזוי..."אונז געי מיר עיביג נאר בדרכי נועם"...! מיין שאלה איז צי האט ער געמעינט אויף מר. שפיצער'ס מעטאד פון דרכי נועם?!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דרכי נועם איז בלשון סגיא נהור. נאך א פשט, לויט זיינע באגריפן איז עס דרכי נועם. (נשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף???)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:52 pm
דורך בעל דרשן
סאיז א מצוה צו העלפן אזא קאמפיין טאקע אויסשרייען פאר קהילת סקווירא אז טעראר האט נישט קיין פלאץ ביי אונז אידן !!!
כל הכבוד פאר אדמו"ר מקאסאן הילקריסט שליט"א פארן בלייבן דארט מיט מסירת נפש און זיך נישט דערשראקן פון טעראר

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:40 am
דורך רימון
ישר כח הרב הדד פאר'ן געבן דעם גאנצן ווייטאגליכן היסטאריע און אונטערגרונדה פון די געשיכטע און ישר כח פאר'ן גיין פתיחה און עפענען א בלאט ווי חשובי אנ"ש וועלן זיך בעז"ה משתתף זיין.

ס'איז הארץ רייסנד צו ליינען וואס דא גייט פאר און פון דער אנדערער זייט פרייד דאס הארץ אז עוד עם ישראל רד קל חי און דער קאסאנער רבי שליט"א האט באוויזן זיך צו דערהאלטן און גרייט זיך צו מרחיב זיין גבולי הקדושה.
אז מ'טראכט אריין איז עס ממש אומגלויבליך ווייל די פאוער געפ דא איז אבנארמאל און ס'איז ממש חוץ לדרך הטבע פאר א קליינעם רב זיך קעגן שטעלן קעגן אזא מאכטפולן מעגא טעראר אפאראט ווי סקווירא. פאר דעם אליין, אז דער קאסאנער רבי האט געוויזן דעם וועג זיך נישט צו בייגן פאר השחתה, דארף מען דעם רבי'ן שטיצן מיט'ן גאנצן הארץ

איך נעם זיך אונטער בעז"ה 100$ פאר דעם קאסאנער קאמפיין און כ'בעט אלעמען דא מיך נאכצומאכן און אריינקומען מיט שיינע סכומים הגונים.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 6:01 am
דורך Nanach
ב”ה איך האב געהאט די זכיה צו גיין פתיחה די ערשטע $10
ווער גייט נעקסט?

Re: א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 9:08 am
דורך אמת וצדק
געגעבן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 11:07 am
דורך לך לך
סקווירא רופט ארום פייניגען די אויסגאבעס וואס האבן אריינגעלייגט די עדס
נעבעך

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:01 pm
דורך בעל דרשן
שרעקליך וואס סקווירא טוט
אלעס אינעם נאמען פון רבי ז"ל

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:18 pm
דורך מחצה''ק
געהערט בשם די בעל קול הציבור אז א סקווירא בחור אדער אינגערמאן האט ארויסגעווארפען יעדן פארטאגס פון א שיינע פאר גרויסע בתי מדרשים די קול הציבור אין דערנאך געקאלט די אדווערטייזערס אז זיי זאלן נישט אדווערטייזן אין קול הציבור ווייל ס'קימט פשוט נישט אן אין די בתי מדרשים
אלעס ווייל ער האט אריינגעלייגט עפעס א מסיבה פון קאסאן הילקרעסט

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 5:19 pm
דורך הדד בן בדד
ארטיקל איבער דעם קאמפיין

Re: א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 4:01 am
דורך פאליטיקאנט
כ'האב געליינט דעם ארטיקל און עס האט זיך געהערט אביסל איינזייטיג. דעם שבת איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט אן אפענעם סקווירא חסיד , און צו מיין שאק האט ער אלעס באשטעטיגט! עס איז נאר אין די "עיר מייל" (!), סקווירא האט נישט געוואלט צאלן אפי' זיי האבן פארדעם מאשר געווען דעם מקום, וכו'

יעצט בלייבט נאר טאקע צו מנדב זיין און שטיצן אזא מקום.

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 12:38 pm
דורך קהל'ס נער
איך האב אריינגעטשיפט מיט א הינדרעטער, כמנין ס"מ למען הסר שטן מלפנינו ומאחרינו וממיילינו.

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 12:40 pm
דורך קהל'ס נער
הדד בן בדד האט געשריבן:מיר האבן געעפנט א בלאט אויף דעם קאמפיין, ספעציעל פאר חברי הקאווע שטיבל. ביטע אנטייל נעמען.

אויב איר האלט אז אונזער גאול איז צו ווייניג, ביטע לאזט וויסן.

https://kosonhillcrest.org/khs/4321


אט איז די לינק.

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:13 pm
דורך היכי דמי
איך האף מנשה גייט גיבן מיט אלע זיינע ניקס…

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:40 pm
דורך הדד בן בדד
היכי דמי האט געשריבן:איך האף מנשה גייט גיבן מיט אלע זיינע ניקס…



מנשה גייט געבן מיט אלע זיינע ניקס, פעטש.

דער אומפארשעמטער בריאה איז פון די הויפט שלעגער דארט אין שטעטל

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 10:28 pm
דורך קהל'ס נער
לאמיר דא אפגעיבן די כבוד פאר @רימון
(אלע צוזאמען הויעך) בעבור שנתן מאה דאלער לבית מדרש, בשכר זה וכו' ונאמר אמן.

(נא ווי זענען די קענדיס?)

א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:45 am
דורך אמת וצדק
די עולם קומט אריין שיין, ווער איז נעקסט ?

https://kosonhillcrest.org/khs/4321

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:34 am
דורך Joseph
די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:47 am
דורך בעל דרשן
די קאמפיין שטייט גאר גוט ברוך השם

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:50 am
דורך בעל דרשן
פארט ארום א בריוו פון די קאסאן קהילה ווי זיי צונעמען גאר גוט די גאנצע פרשה ממש א שאנדע פאר סקווירא