בלאט 1 פון 1

די "תושבי הפינעקעל" ענטפערן אין די שבת עלעוועיטאר סומאטאכע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:43 pm
דורך [NAMELESS]
אין די גאנצע טומעל פון די שבת עלעוועיטאר אין די פינעקעל בילדינג אין בארא פארק איז ארויסגעקומען א לאנגע בריוו פון תושבי הפינעקעל ווי אלע פרטים ווערן זייער באריכות אויסגעשמועסט. כ'מיין אז ס'איז די ערשטע מאהל וואס מ'הערט די אנדערע זייט פון די מערכה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 10:11 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר: דו האסט שוין אלעס פארענטפערט. ביי מיר (און איך בין זיכער אז ביי רוב כלל ישראל) זענען די ווערטער פון די גדולי הפוסקים ווי ר' שלמה זלמן אויערבאך און דער בעל מנחת יצחק א מיליאן מאל מער באגלייבט ווי די בויך גרימענישן פון די ליידיגייערס וסייעתם וועלכע זענען שוכן כבוד אויף 81 אדער 85 דיוויזשן עוו. אין וויליאמסבורג...! זיי האבן ליעב צו שרייבן אין זייערע נארישע און פאלשע קול קורא'ס..."ותרגז בטננו"...זאללן זיי נעמען אלקא סעלצער...לאל

נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 5:19 am
דורך Nanach
חתם סופר האט געשריבן:אין די גאנצע טומעל פון די שבת עלעוועיטאר אין די פינעקעל בילדינג אין בארא פארק איז ארויסגעקומען א לאנגע בריוו פון תושבי הפינעקעל ווי אלע פרטים ווערן זייער באריכות אויסגעשמועסט. כ'מיין אז ס'איז די ערשטע מאהל וואס מ'הערט די אנדערע זייט פון די מערכה

ווען גייט זיין די וואלן? (עס איז מיר נישט נוגע, סתם נייגעריג)

נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 4:08 pm
דורך היסטאריע
וואס איז די מעשה מיט די צוויי מיליאן דאלאר?

און וואס וויל מען פין דער נייע בארד? זיי זאלען פטור ווערען די שבת עליוועיטערס?