בלאט 1 פון 1

יוכי ברנדס און אירע ביכער

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 11:08 pm
דורך מונטסורי
עס איז מיר א פלא אז מען האט נאך כמעט נישט גערעדט דא פון יוכי ברנדס און אירע ביכער, בעיקר אירע היסטארישע ראמאנען.

יוכי ברנדס איז געבוירן אין חיפה צו הרב יצחק יעקב רבינוביץ דער פריערדיגע ביאלה רבי פון רמת אהרן (נפטר בשנת תש"ע) און זיין רביצין יפה, זי איז א שוועסטער מיט די היינטיגע ביאלה אדמורי״ם פון רמת אהרן און הר יונה. זי איז א שטיק צייט אויפגעוואקסען ביי איר זיידע טשכויב'ע רבי פון חיפה (נפטר בשנת תשמ"ד) און זי איז געגאנגען אין די ארטיגע חרדישע בית יעקב שולעס אבער מיט די צייט האט זי פארלאזט די די חרדי'שע געזעלשאפט אין פארגעזעצט שטודירן אין מכללת ירושלים התורנית, בר-אילן אוניווערסיטעט, און אין מכון שכטר לרבנים. מרס. ברנדס האלט א בעטשלארס דעגרי אין עדזשוקעישען און תנ"ך און א מעסטערס אין תנ"ך און יהדות (וויקיפידיע).

ברנדס האט שוין מחבר געווען פארשידענע היסטארישע ראמאנען אבער וואס אינטערעסירט מיר דאס מערסטע זענען אירע לעצטע דריי, מלכים ג, הפרדס של עקיבא, און אדל (די לעצטע ליגט מיר נאך דערווייל אינם שאנק אומגעליינט). די צד השווה פון די ביכער איז אז זיי שטעלן פאר די צד פון די אנדערדאגס אין אונזער אידישע קאַנאָן, די צד וואס האט פארלוירן, און די פעמינישע פערספעקטיוו וואס ווערט פארווישט אדער עקזיסטירט פשוט נישט אין נ״ך אדער גמרא.

אין מלכים ג עקספלארירט ברנדס די געשיכטעס פון די צען ״אנדערע״ שבטים, זייער ווערסיע פון די מעשיות אין אונזער נ״ך, זייערע חגים, מנהגים, פארהייליגטע סימבאלן, און מקדשות וואס - פון זייער שטאנדפונקט - זענען אונטערדרוקט געווארן דורך א אומ׳יושר׳דיגע מאנארכיע. די בוך נעמט ארום דוד׳ס כאראקטער און זיטן, מיכל בת שאול׳ס געפילן און באציאונגען צו דוד און שאול, און נאך. די מעשה האט אויך א שיינע טוויסט אינמיטען וואס כ׳וויל אייך נישט ספּוילן.

אין הפרדס של עקיבא באקענען מיר זיך מיט די פריעסטע רבנישע פיגורן און די דיפערענצען צווישען בית שמאי ובית הלל. צב"ש מיר ווייסן אלע רבי עקיבא׳ס מעשה לויט וויאזוי זיינע תלמידים האבן עס אנגעקוקט, אבער וואס איז רחל׳ס פערספעקטיוו? זי האט טאקע געוואלט ער זאל לערנען, אבער האט זי באמת געוואלט בלייבן אליינס אזויפיל יאר? רבי עקיבא האט זיך פארליבט אין אשת טורנוסרופוס אויף דער עלטער, וויאזוי האט עס רחל אנגענומען נאכן מקריב זיין אזויפיל פאר אים? ווער איז רבי יהושע בן קרחה? די נוצרים זענען ממש ווי פארמעקט פון רבני׳שע אידישקייט, אבער פון די אנדערע זייט ווייסן מיר פונם ברית החדשה אז רבן גמליאל האט זיך גאר אנגענומען פאר זיי, וואס איז געווען די מעשה? וואס איז פארגעגאנגען אינם פרדס? וכהנה רבות.

די ראמאנען זענען געשריבען מיט די הנחה אז אונזערע מעשיות פון נ״ך און גמרא זענען טאקע באזירט אויף די פאקטישע געשעענישן אבער זענען אויך באיינפלוסט פון אגענדעס, מלכים ג און הפרדס של עקיבא ווערט דערציילט דורך די עיקר כאראקטערן וואס געבן איבער דאס וואס די ארגינעלע שרייבערס פונם קאנאן האבן אויסגעלאזט. ברנדס נוצט אומבאמערקטע פסוקים און פארשטופטע מדרשים צו בויען און בארייכערן אירע כאראקטערן, אירע ספרים ענטהאלטען נישט קיינע מראי מקומות און ס׳איז מיר געווען גאר אינטערעסאנט צו טרעפן תשעה באב ביים לערנען מדרש איכה פארשידענע אנעקדאטן וואס זי האט גאוניש גענוצט צו מאכן סענס פון די גרויסע בילד.

אפשר קען איינער שרייבן א קורצע סינאפסיס אויף אדל, אבער אנע ספּוילערס ביטע.

די ביכער האב איך איינגעקויפט אויף די ישראל'ישע סייטס https://www.steimatzky.co.il/ און https://pashoshim.com/

נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 8:40 am
דורך berlbalaguleh
העניך: איך ווייס נישט. מסתמא דער נאראטיוו איז (א ביסל) באורינג.

איך ברענג אייביג א ראיה פון דעם בוך פון דעם אשמדאי שד שבכל השדים. דער צורר ישראל ימ"ש וזיכרו. אדאלף שיקלגרובער. המכונה היטלער. שר"י עפ"ל. זיין בוך מיין קאמף האביך געקויפט און געליינט מכח איזה סיבה שהוא. די נקודה איז אז ס'איז זייער א באורינג בוך. געשריבן אן א סדר. און אן טעם וריח. פארשטייצעך אז ער האקט אויף אידן. און ער שימפט. אבער פון א שרייבערישן שטאנדפונקט איז עס זייער שלעכט געשריבן. אפילו זיינע גוטע פריינט
.און פארערערס זענע מודה אז ס'איז שרעקליך שלעכט און אומפראפעסיאנאל געשריבן געווארן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 9:28 am
דורך מונטסורי
[tag]berlbalaguleh[/tag] די ביכער זענען אייגענטליך גאר פיין געשריבען, אמווייניגסטענס די העברעאישע וואס איך האב געליינט. לויט ווי איך פארשטיי זענען די ביכער געווען גאנץ פאפולער אין ישראל.

גראדע האב איך טאקע געהערט צום ערשט פון ברנדס׳ ביכער אין צוויי שמועסן מיטן ענגלישען איבערזעצער Dan Libenson אויף די History in the Bible Podcast (לייבנזון איז אליינס אויך א פאדקעסטער Judaism Unbound). ס׳איז מיר געווען אינטערעסאנט אז ער אליינס האלט אז אסאך ווערט פארלוירן אין טראנזלאציע, איבערהויפט אין הפרדס של עקיבא, וואו רבי עקיבא איז מחדש א נייע וועג צו פארשטיין די תורה און דרשנ׳ט יעדע תג און שפילט זיך ארום מיט די העברעאישע ווערטער.

אלענפאלס, פאר ווער ס׳איז אינטערעסירט און ענגליש:
‏The Orchard
https://www.indiebound.org/book/9789652299307

The Secret Book of Kings
https://www.indiebound.org/book/9781250076984

אויך אוועילעבל אויף אמאזאן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:16 am
דורך מיימון
איך האב אויך געהערט דעם זעלבן פאדקעסט לעצטנס און האב שנעל געליינט מלכים ג' צו קענען מיטהאלטן. וואס זאל איך אייך זאגן? עס איז פשוט אומגלויבליך. יוכי האט א כח. א בוך פון איר קען מען נישט אראפלייגן ביז מען ענדיגט עס.

אדל האב איך געליינט א וויילע צוריק, און איז פונקט אזוי מורא'דיג. א הפלא'דיגע בליק אויפ'ן בעל שם טוב און ראשית החסידות, ארייננעמענדיג אלע היסטארישע אנעקדאטן וואס מען קען צוזאקראצן אויפ'ן לעבן פונעם בעל שם, אבער מיט א וועג וואס קען באמת האבן פארגעקומען אין ריעל לייף. א מורא'דיגע רייזע אריין אין די טיפענישן פונעם נפש און א נייע וויזיע אויף אידישקייט. עס איז ווערט א ליין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 10:41 am
דורך ליב צו וויסן
מונטסורי האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag] די ביכער זענען אייגענטליך גאר פיין געשריבען, אמווייניגסטענס די העברעאישע וואס איך האב געליינט. לויט ווי איך פארשטיי זענען די ביכער געווען גאנץ פאפולער אין ישראל.

גראדע האב איך טאקע געהערט צום ערשט פון ברנדס׳ ביכער אין צוויי שמועסן מיטן ענגלישען איבערזעצער Dan Libenson אויף די History in the Bible Podcast (לייבנזון איז אליינס אויך א פאדקעסטער Judaism Unbound). ס׳איז מיר געווען אינטערעסאנט אז ער אליינס האלט אז אסאך ווערט פארלוירן אין טראנזלאציע, איבערהויפט אין הפרדס של עקיבא, וואו רבי עקיבא איז מחדש א נייע וועג צו פארשטיין די תורה און דרשנ׳ט יעדע תג און שפילט זיך ארום מיט די העברעאישע ווערטער.

אלענפאלס, פאר ווער ס׳איז אינטערעסירט און ענגליש:
‏The Orchard
https://www.indiebound.org/book/9789652299307

The Secret Book of Kings
https://www.indiebound.org/book/9781250076984

אויך אוועילעבל אויף אמאזאן


מונטסורי, וואלסט געקענט אפשר מרחיב הדיבור זיין איבער דעם History in the bible פאדקעסט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 6:33 pm
דורך מונטסורי
[tag]ליב צו וויסן[/tag] איך האב שוין דערמאנט דעם פאדקעסט א וויילע צוריק דא, כ׳האב נאך דאן געהאלטען פאר די צווייטע סעזאן, אפשר דארף מען טאקע צוריקקומען מיט אן אפדעיט.

און קורצען, די פאדקעסט אנאליזירט לייכטערהייט גאנץ תנ״ך על הסדר אויף א מאדערענע פארנעם. דיסקלעימער, ס׳איז לאו דווקא ארטאדאקסיש כשר, זהירות איז רעקאמענדירט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 10:20 pm
דורך מונטסורי
איך האב נארוואס אראפגעלייגט דאס ביכל אדל, א ראמאן איבער דעם בעל שם טוב׳ס לעבן דערציילט דורך זיין טאכטער. כ׳קלער אז דאס איז ברנדס׳ בעסטע ארבעט דערווייל מעסטענדיג וויפיל מאל זי האט מיר גערירט צו טרערן (א קנאפע קונץ, מיינד יו), אנגעהויבען פונם בעש״ט׳ס טרויעריגע קינדער יארן, די פולע וואגעלנישען און פארלוסטען פון זיין פריעסטע יוגענט, די נפילות און פארלוירענע האפענונגען, ביז זיין הארץ רייסענדע פטירה. די דערציילונג אנדעקט וויאזוי דער בעש״ט׳ס לעבנס פאסירונגען און משפחה האבן באאיינפלוסט די שאפונג פון זיין תורה.

די בוך, אזויווי די פריערדיגע צוויי וואס כ׳האב דערמאנט האט נישט קיין מקורות ממילא איז דא עטליכע זאכן וואס זענען מיר נתחדש געווארן דורכאויסען בוך וואס עס וואלט געווען גאר אינטערעסאנט פון וואו די מחברת נעמט עס, למשל:

ס׳איז מיר געווען א חידוש אז די פענאמענאן פון ״חסידים״ אלץ א עקסטערע געהויבענע קבוצה וואס האבן פרובירט מקרב צו זיין די גאולה דורך העלאת ניצוצות וכו׳ האט שוין בעצם עקזיסטירט פארן בעש״ט וואס האט בלויז מחדש געווען דאס צו טון בשמחה אנשטאט בסיגוף און נאך פארשידענע נייע יסודות. אפילו דער ווילנער גאון קוקט די מחברת אן ווי א חסיד פון די אלטע צייט פארן התגלות הבעש״ט.

כ׳האב געמיינט אז א בעל שם איז געווען א חשובער בעל מקובל, כעין א באבא היינטיגע צייטן. לויט דעם בוך אבער זענען די בעלי שם אין יענע צייט לאו דווקא געווען אנשים חשובים נאר ענדערש פשוט׳ע היילערס, אוודאי האט זיך געקענט מאכן א חשובער בעל שם א תלמוד חכם אבער ס׳האט נישט געמוזט גיין צוזאמען.

איך האב אלץ געוויסט אז די שטריימל איז א חשוב׳ע מלבוש פון די העכערע קלאס וואס חסידים האבן אנגעהאלטען לכבוד שבת, לויט ווי איך פארשטיי פונם בוך אבער, איז דאס גאר אזא פויערישע מלבוש וואס דער בעש״ט האט געקריגען פון א נאנטע יוגענט פריינט.

ס׳ליגט מיר עפעס אין זכרון א מכתב/קול קורא וואו דער בעש״ט שרייבט אונטער מיט ר׳ חיים הכהן רפפורט און נאך איינעם אקעגן יעקב פרנק, למעשה קען איך עס נישט טרעפן איצט אויפן געוועב, מסתמא מיש איך די יוצרות מיטן ויכוח וואס - כמקובל אצל החסידים - האבן אנטייל גענומען די דריי גדולי הדור אבער לויט ווי איך זעה איצט איז דאס מעגליך א שפעטערע פאבריקאציע. על כל פנים, איז מיר געווען א חידוש אז לויטן בוך איז דער בעש״ט גאר געווען אקטיוו אקעגן די מלחמת חרמה וואס די רבנים האבן געפירט קעגן די פרנקיסטים.

אויך איז אינטערעסאנט ווי זי נעמט אן מיט א פשטות אז די תלמידי בעש״ט האבן היבש געטוישט זייער רבי׳נס יסודות, וויאזוי קענען מיר דאס וויסן בשעת אלעס וואס מיר ווייסן פונם בעש״ט קומט דאך נאר פון די זעלבע תלמידים? וויאזוי אימער, איז גאנץ קלאר אז וואלט דער בעש״ט נאכאמאל אנגעקומען מיט זיין תורה היינטיגע צייטן אדער אפילו גאר בלויז צוויי דריי דורות נאך אים וואלטען אים די רבי׳ס ממשיכי דרכו אנגע׳רודפ׳ט פונקט ווי די רבנים אין זיינער צייט, אכן, דער סאטמארע רבי איז גערעכט געווען, נשתכח דרך הבעש״ט און טאקע א סאמע דור צוויי נאך זיין פטירה (זע דא ווי [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] טענה׳ט אז טאקע אטע דאס איז געווען די התנגדות אקעגן ר׳ נחמן ברסלבער). די וואך שבת האב איך טאקע דורכגעבלעטערט די מפתחות פונם ספר עבודת ישראל און כ'באמערק אז דער מעזריטשער מגיד ווערט דערמאנט דרייסיג מאל מיט אלע טיטלען אדומו"ר הקדוש וכו' בעת וואס דער בעש"ט ווערט דערמאנט קנאפע צען מאל און בלויז מיטן טיטל מורינו ריב"ש וכדו'.

פון די זאכן וואס כ׳האב נישט באמערקט דערמאנט אינם בוך איז די זאכן וואס - לויט ווי עס איז מקובל ביי חסידים - דער בעש״ט האט מתקן געווען אפילו פאר פשוט׳ע אידן אזויווי הודו פרייטאג ביי מנחה, נוסח ספרד, מקוה, תפילין דרבינו תם, וכו׳.

ברנדס דערמאנט צום סוף פיר ביכער איבערן בעש״ט אויף וואס זי האט בעיקר געבויעט איר בוך:
הבעל שם טוב - האיש שבא מן היער
הבעש״ט - מאגיה, מיסטיקה, הנהגה
החסידות: בין אקסטזה למאגיה
השער לאַין

דוכט זיך מיר עס איז נאך נישט דא קיין אשכול מיוחד פארן בעל שם טוב און בכלל איבער התחלת החסידות, הגם ס׳איז מ׳האט שוין גערעדט דערפון דא דארט, אפשר וואלט דאס געווען א גוטע נושא פאר אן אשכול.

אגב, אז מ׳רעדט שוין, דא האב איך געטראפען אן אינטערוויו מיט ברנדס וואו זי רעדט ארום איבער איר בוך מיט א פלאמפייערדיג חסידישע קאך ווי אנ׳עכטע רביצין:
https://m.youtube.com/watch?v=bKFpIpTCdXM

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:38 pm
דורך אבשלום בן מעכה
שכוח פאר די אלע ידיעות.

אדל, האב איך געליינט, העכסט אינטערעסאנט.