בלאט 1 פון 1

דער איד: נישט דא מער קיין ציונות!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 4:12 pm
דורך בן נון
עס איז מיר געווען שאקירנט ליינענדיג דער איד די וואך ווי דער שרייבער י. פעלדמאן אין זיין פראפאגאנדע קאלום וואס רופט זיך 'קורצע נאטיצן' ערקלערט אומצוויידייטיג אז היינט זענען די אראבער די פאקטישע בעלי בתים אין מדינת ישראל, שרייבנדיג אוף די אראבישע באפעלקערונג ”זיי זענען איצט די קעסט קינדער פון די רעגירונג” און צווישן אנדערע ווערטער שרייבט ער איבער אראבישע יוגנטליכע וואס ווארפן שטיינער און טעראריזירן די מאסן, ”אבער דער בית המשפט באפרייט זיי בדרך כלל אן קיין שום עונש”. ווייטער שרייבט ער ”זיי שפירן זיך בעלי בתים אין די מדינה”.

די אלע טענות און נאך אנדערע האט ער קעגן די פארשאלטענע ציונים אז היתכן מען לאזט די אראבערס לעבן אנשטאט זיי דערביטערן די יארען סארא ציונעס,
אחוץ ארויסברענגען די היפאקריטיסווע פון זיינע ווערטער איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער אומאפהענגיקער ארגאן פון די חרדי'שע אידנטום פון אמעריקע דערקלערט אז די אראבער זענען מער נישט באקריוודעט אין ישראל, זאגאר זיי פילן זיך גאר בעלי בתים וואס לפי זה איז מער נישטא קיין ציונות.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 4:21 pm
דורך berlbalaguleh
בן נון: די עכטע ציונים פון אמאל זענען שוין נישטא. (כ'וועלל נישט זאגן געפגר'ט). דאך קען זיין ציונות אן ציונים. אזוי ווי ס'קען זיי אנטיסעמיטיזם אן יודן. דאס איז שוין גארנישט קיין דזשאוק. מיט עטליכע יארן צוריק האט מען נאך געהערט שטארק אנטיסעמיטישע דעקלאראציעס פון פוילישע רעגירונגס מענטשן און פראמינענטע גלחים. האטציך אנגערופ-ן א ראדיא פערסאנאליטי פון אידישן אפשטאם אז דאס איז א היכי תימצא. אנטיסעמיטיזם אן אידן...!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 2:50 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
אנשולדיגט ר' בן נון שליט"א אאבער וואס מיינט בא אייך ציאניזם אז די מיינסט אז לויט וואסדי אסט געשריבען איז נישטא קיין ציונות ?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 8:00 pm
דורך בן נון
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:אנשולדיגט ר' בן נון שליט"א אאבער וואס מיינט בא אייך ציאניזם אז די מיינסט אז לויט וואסדי אסט געשריבען איז נישטא קיין ציונות ?


אויב די אראבער זענען די בעלי בתים און די יודן די נרדפים זאג די הזאת יקרא התגרות באומות ?
הזאת נעמי אויף דעם האט דער רבי געוויינט?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 8:36 pm
דורך berlbalaguleh
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:אנשולדיגט ר' בן נון שליט"א אאבער וואס מיינט בא אייך ציאניזם אז די מיינסט אז לויט וואסדי אסט געשריבען איז נישטא קיין ציונות ?

טאהשער אייניקל: אויב דו מיינסט אז דא איז דייקא א קנאי'שער פלאץ האסטו א טעות. דא זענען דא געפערליכע ציונים. בערל בעל עגלה. און נאך א פאר שלא כדאי לפרט שמותיהם. אמת. ס'זענען אויך דא ערליכע אידן. די ברכיים אשר לא/לו כרעו לבעל הציוני. אבער איך האב מורא אז דו וועסט ארויסגיין מיט הארצווייטאג אויף די (אזוי גערופענע) דברי כפירה וואס דו גייסט דא באגענען טאג טעגליך.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 8:45 pm
דורך בן נון
און מיין אשכול איז יעדער וועלקאם נישט זיך שלאגן

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 8:50 pm
דורך בן נון
בכלל איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן די טאהשע שיטה און ציונות איז דאס די זעלבע ווי סטאמאר אדער מער נטירא קארתא געשטימט ?
כידוע האט הרה”ק מטאהש זי”ע אויפגענימען משה בער בעק
אייניקל טייל אינז מיט

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 3:42 am
דורך berlbalaguleh
בן נון: קודם. טאהשער רבי זי"ע האט אויפגענומען א יעדן איד מיט כבוד און אהבת ישראל. אויך דער זיידע הרב משה בער בעק בכבודו ובעצמו איז געווען זייער אן איידלער איד. ער האט גערעדט זייער שטארק איידל און רואיג.(איך האב אים געקענט פערזענליך.) דו האסט זיכער אן אימידזש אז ער איז אזוי ווי דער צודרייטער ישראל דויד ווייס. וואס שרייט ביז הייזעריג ווערן און רעדט צוזאם אלערליי שטותים און גיסט פעך און שוועבל פון שנאת ישראל און אהבת ישמעאל. הרב משה בער בעק האט נאר געהאט איין פראבלעים. ערגעץ האט זיך זיין קאמפאס (ברוחניות) אוועקגערוקט. און ער האט געמיינט אז ער דינט דעם אייבישטן און ברענגט ישועות פאר כלל ישראל מיט האלזן זיך און קושן דעם ארכי רוצח אכמאדינעזשאד. איך בין זיכער אז ער איז נישט אריין אין זיין שטוב פאר ער האטציך געטובל'ט ח"י פעמים ש"י טבילות אין מקוה...!