בלאט 1 פון 1

מיהו טראול?

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 1:02 am
דורך קהל'ס נער
ס'דרייט זיך דא א רביש אייניקל וואס ווערט באשילדיגט אלס א טראול, אבער זעיט אויס אז ער כאפט נישט קלאר וואס דאס מיינט, האב איך דא מחבר געוועין א ספר אויף הלכות טראולינג.

דיני טראול ונטרל והמסתעף ובו ו' סעיפים.

א. פארדרייען א אשכול ע"פ רוב איז א טראול חוץ אויב מען האט עפעס א גיט ווארט אין מען גייט גלייך ציריק צים נושא.

ב. פעיגערן אדער אנפילן א אשכול מיט תגובות איינס נאך די אנדערע אן זאגן עפעס צים זאך הייסט ספעמען.

ג. תגובות וואס די גאנצע מטרה איז צי אויפרעיגן מענטשן איז א טראול.

ד. פארקערטע טראולינג איז ווען מען באשייגעצט איינעם אלס א טראול, כאטש יענער איז נישט קיין טראול (בבחינת פארקערטע פסיכאלאגיע)

ה. די אלע הלכות גייען אויך אן אין אישי.

ו. די עולם איז געלאדענט זיך צי דינגען מיט מיר (אבער ביטע נישט טראולן :lol:).

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 7:07 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
שרייב יודיש !
דער בנש"ק קענט נישט קיין איין ווארט אויף עהנגלאי"ש !

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:25 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
איך האב גארנישט פארשטאנען פין די הלכות כאטש האלב פין די הלכות זענען עהנגלאי"שע ווערטער !

נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 am
דורך Lesser
אפילו ער ווערט אפישיאלי נישט הלכה'דיג אנגערופן א טראלל בלע"ז, קען עס פיין נערוועז מאכן....

ער זיצט אויפן בית כסא אין רעדט איין די ציבור אז ער איז א רבי מיט מיט חסידים...


קרן זיין סאיז אמת, אבער סמאכט אין אויסקוקען ווי א טראלל.