בלאט 1 פון 2
ווער גייט זיין מיין רבי?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:17 pm
דורך חסיד פון ליטא
פון יונגווייז אן פלעג איך שטענדיג קוקן מיט פאראיבל אויף די אלגעמיינע חסידישע רבי'ס, רוב היינטיגע רבי'ס זענען ווי באקאנט, נישט באמת ראוי לאותו איצטלא, איך פארגין זיי עס גערן, אבער איך קוק אן ווי אזא סארט ירושה asset וואס זיי האבן געירשנ'ט פון זייערע עלטערן.
אודאי זענען פאראן רבי'ס וואס פראבירן זיך אביסל צוצושטעלן צו זייער ציבור, אבער דאס איז אלס פאר ביזנעס, די רבי וויל פלייש (חסידים) ווי מער ער ווער פארמאגן דערפון, אלס מער כבוד מיט געלט וועט צוגעטיילט ווערן, ממילא כדי די פלייש זיינע זאל נתרבה ווערן דארף ער זיך אריינשטעלן אין די מאוד פון דינען דעם ציבור (אדער הפנים מאכן אזא אנשטעל).
מיך אבער איז דאס בכלל נישט קיין ארטיקל, איך דארף נישט קיין רבי ווייל איך דארף באלאנגען ערגעץ, איך דארף א רבי וואס זאל זיין מיין מוסטער, א רבי וואס קען באמת פארשטיין וואס באדערט מיך, א רבי וואס דינט באמת דעם אויבערשטן און נישט קיינע בשר ודם, א רבי וואס זוכט נישט קיין כבוד אדער חסידים, א רבי וואס איז נישט להוט נאך געלט מיט תענוגי עוה"ז, א רבי וואס ווייסט וואס דאס מיינט עבודת השם, א רבי וואס קען איבערנעמען דאס מענטשהייט מיט זיין כח הדיבור, א רבי וואס האט די קוואליפיקאציעס צו זיין א מנהיג, א רבי מיט כאריזמע, א רבי וואס קען כל התורה כולה און איז זיך מייגע דערין כל ימי חייו, א רבי וואס לאזט זיך אראפ צו יעדע מענטש באשר הוא שם, א רבי וואס איז קלוג און מ'קען ביי אים שואל עצה זיין, א רבי וואס ווייסט גענוי וואס זיין ציהל איז און מישט זיך נישט אין דברים של מה בכך.
איך האב געטראפן איין אזא רבי אין דעם דור.
נ.ב. ער איז יעצט אין אמעריקע
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:23 pm
דורך berlbalaguleh
חסיד פון ליטא: איך האב אויך געטראפן אזא רבי. מיט די מערסטע פון די מעלות וואס דו האסט דא אויסגערעכנט....ער וואוינט שוין אין אמעריקע. און ער וועט מסתמא וואוינען אין אמעריקע עד ביאת משיח צדקנו בב"א...! אזוי אז איך דארף נישט ליינען אין מאמענט, אין די וואך אדער אין דער איד אז ער איז אנגעקומען...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:23 pm
דורך אברך משי
איר מיינט אוואדע כבו"ק מרן אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חסיד פון ליטא האט געשריבן:איך האב געטראפן איין אזא רבי אין דעם דור.
אלס פיין און וואויל ביז זיינע קינדער וועלן ירשנען און at some point down the road וועט דאס אויך פארוואנדלט ווערן אין א ביזנעס און מ׳זעמיר צוריק ביי אל״ף.
Re: ווער גייט זיין מיין רבי?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:28 pm
דורך יהודי פשוט
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
איך האב געטראפן איין אזא רבי אין דעם דור.
ווען ער שלאגט זיך ווען נישט מיט גור, און מ'מאכט נישט פון אים דעם PR וואס מ'האט געמאכט וואלסטו אים אויך נישט אנגעקוקט
דוק וטישטעך.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:36 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ער’ חסיד פון ליטא: גראדע איז ער א חסידישער רבי מיט דעם ליטווישען דרך הלימוד...
Re: ווער גייט זיין מיין רבי?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:55 pm
דורך חסיד פון ליטא
יהודי פשוט האט געשריבן:חסיד פון ליטא האט געשריבן:
איך האב געטראפן איין אזא רבי אין דעם דור.
ווען ער שלאגט זיך ווען נישט מיט גור, און מ'מאכט נישט פון אים דעם PR וואס מ'האט געמאכט וואלסטו אים אויך נישט אנגעקוקט
דוק וטישטעך.
ער שלאט זיך נישט מיט קיינעם.
גור האט אים ארויסגעשטויסן און זיינע מעריצים האבן אים פארוואנדלט אין א רבי
Re: ווער גייט זיין מיין רבי?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:56 pm
דורך חסיד פון ליטא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:חסיד פון ליטא האט געשריבן:איך האב געטראפן איין אזא רבי אין דעם דור.
אלס פיין און וואויל ביז זיינע קינדער וועלן ירשנען און at some point down the road וועט דאס אויך פארוואנדלט ווערן אין א ביזנעס און מ׳זעמיר צוריק ביי אל״ף.
יתכן, איך וועל דאן קענען גיין זוכן א צווייטן אויב וועט דאס אויספעלן, דערווייל בין איך מסודר.
Re: ווער גייט זיין מיין רבי?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 3:57 pm
דורך חסיד פון ליטא
berlbalaguleh האט געשריבן:חסיד פון ליטא: איך האב אויך געטראפן אזא רבי. מיט די מערסטע פון די מעלות וואס דו האסט דא אויסגערעכנט....ער וואוינט שוין אין אמעריקע. און ער וועט מסתמא וואוינען אין אמעריקע עד ביאת משיח צדקנו בב"א...! אזוי אז איך דארף נישט ליינען אין מאמענט, אין די וואך אדער אין דער איד אז ער איז אנגעקומען...!
אדרבה, איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווער דאס איז.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:29 pm
דורך yn.NY
חסיד פון ליטא האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:חסיד פון ליטא: איך האב אויך געטראפן אזא רבי. מיט די מערסטע פון די מעלות וואס דו האסט דא אויסגערעכנט....ער וואוינט שוין אין אמעריקע. און ער וועט מסתמא וואוינען אין אמעריקע עד ביאת משיח צדקנו בב"א...! אזוי אז איך דארף נישט ליינען אין מאמענט, אין די וואך אדער אין דער איד אז ער איז אנגעקומען...!
אדרבה, איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווער דאס איז.
@בערל גיבט נישט ארויס! ער האט מורא וועסט איהם קומען אויפזוכן דארט'ן...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:30 pm
דורך וואלווי
חסיד פון ליטא האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:חסיד פון ליטא: איך האב אויך געטראפן אזא רבי. מיט די מערסטע פון די מעלות וואס דו האסט דא אויסגערעכנט....ער וואוינט שוין אין אמעריקע. און ער וועט מסתמא וואוינען אין אמעריקע עד ביאת משיח צדקנו בב"א...! אזוי אז איך דארף נישט ליינען אין מאמענט, אין די וואך אדער אין דער איד אז ער איז אנגעקומען...!
אדרבה, איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווער דאס איז.
ביסט זיכער אז די ווילסט וויסען...?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:44 pm
דורך moneyminded
יהודי פשוט האט געשריבן:ווען ער שלאגט זיך ווען נישט מיט גור, און מ'מאכט נישט פון אים דעם PR וואס מ'האט געמאכט וואלסטו אים אויך נישט אנגעקוקט
דוק וטישטעך.
זעט אויס אז מענטשן קענען נישט די אלף בית פון היסטאריע.
ר' שאול אלתר איז די זעלבע יורש ווי די גור'ע רבי, פשוט ער האט זיך קיינמאל געשלאגן פארן בענקל. גור חסידים פון איבער די גאנצע וועלט זענען זיינע מעריצים און אנהענגער אומאפיציעל שוין זייט די גור'ע רבי איז רבי, מענטשן האלטן אז ער איז פאסיג. ר' שאול אלתר שטייט שוין אויס רדיפות 20 יאר ביז ווילאנג עס האט געקראכט וועגן גור רבי האט אפיציעל שוין רעטייערט, אלעס האבן זיינע קינדער שוין געטון, למעשה טוט יעצט גור רבי זאכן וואס ער האט קיינמאל געטון זייט ער איז רבי וועגן די פאליטיק.
ס'איז בכלל נישט ווי א בעל מחלוקת האט זיך דערקלערט רבי א שיינעם טאג.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:50 pm
דורך גאבד טאהש והגלילות
חסיד פון ליטא האט געשריבן:פון יונגווייז אן פלעג איך שטענדיג קוקן מיט פאראיבל אויף די אלגעמיינע חסידישע רבי'ס, רוב היינטיגע רבי'ס זענען ווי באקאנט, נישט באמת ראוי לאותו איצטלא, איך פארגין זיי עס גערן, אבער איך קוק אן ווי אזא סארט ירושה asset וואס זיי האבן געירשנ'ט פון זייערע עלטערן.
אודאי זענען פאראן רבי'ס וואס פראבירן זיך אביסל צוצושטעלן צו זייער ציבור, אבער דאס איז אלס פאר ביזנעס, די רבי וויל פלייש (חסידים) ווי מער ער ווער פארמאגן דערפון, אלס מער כבוד מיט געלט וועט צוגעטיילט ווערן, ממילא כדי די פלייש זיינע זאל נתרבה ווערן דארף ער זיך אריינשטעלן אין די מאוד פון דינען דעם ציבור (אדער הפנים מאכן אזא אנשטעל).
מיך אבער איז דאס בכלל נישט קיין ארטיקל, איך דארף נישט קיין רבי ווייל איך דארף באלאנגען ערגעץ, איך דארף א רבי וואס זאל זיין מיין מוסטער, א רבי וואס קען באמת פארשטיין וואס באדערט מיך, א רבי וואס דינט באמת דעם אויבערשטן און נישט קיינע בשר ודם, א רבי וואס זוכט נישט קיין כבוד אדער חסידים, א רבי וואס איז נישט להוט נאך געלט מיט תענוגי עוה"ז, א רבי וואס ווייסט וואס דאס מיינט עבודת השם, א רבי וואס קען איבערנעמען דאס מענטשהייט מיט זיין כח הדיבור, א רבי וואס האט די קוואליפיקאציעס צו זיין א מנהיג, א רבי מיט כאריזמע, א רבי וואס קען כל התורה כולה און איז זיך מייגע דערין כל ימי חייו, א רבי וואס לאזט זיך אראפ צו יעדע מענטש באשר הוא שם, א רבי וואס איז קלוג און מ'קען ביי אים שואל עצה זיין, א רבי וואס ווייסט גענוי וואס זיין ציהל איז און מישט זיך נישט אין דברים של מה בכך.
איך האב געטראפן איין אזא רבי אין דעם דור.
נ.ב. ער איז יעצט אין אמעריקע
איך וויס נישט וועם די מיינסט אבער איך קען אזא איינער אין ער וואוינט אין ארץ ישראל אין ער איז יעצט אויך אין ארץ ישראל (ער גייט כמעט נישט ארויס פין ארץ ישראל)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:59 pm
דורך קאך_לעפל
דער טאהשער קנאבל קומט אריין מיט א קלארקייט, חזק ואמץ...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 11:50 pm
דורך נפה
חסיד פון ליטא האט געשריבן:פון יונגווייז אן פלעג איך שטענדיג קוקן מיט פאראיבל אויף די אלגעמיינע חסידישע רבי'ס, רוב היינטיגע רבי'ס זענען ווי באקאנט, נישט באמת ראוי לאותו איצטלא, איך פארגין זיי עס גערן, אבער איך קוק אן ווי אזא סארט ירושה asset וואס זיי האבן געירשנ'ט פון זייערע עלטערן.
אודאי זענען פאראן רבי'ס וואס פראבירן זיך אביסל צוצושטעלן צו זייער ציבור, אבער דאס איז אלס פאר ביזנעס, די רבי וויל פלייש (חסידים) ווי מער ער ווער פארמאגן דערפון, אלס מער כבוד מיט געלט וועט צוגעטיילט ווערן, ממילא כדי די פלייש זיינע זאל נתרבה ווערן דארף ער זיך אריינשטעלן אין די מאוד פון דינען דעם ציבור (אדער הפנים מאכן אזא אנשטעל).
מיך אבער איז דאס בכלל נישט קיין ארטיקל, איך דארף נישט קיין רבי ווייל איך דארף באלאנגען ערגעץ, איך דארף א רבי וואס זאל זיין מיין מוסטער, א רבי וואס קען באמת פארשטיין וואס באדערט מיך, א רבי וואס דינט באמת דעם אויבערשטן און נישט קיינע בשר ודם, א רבי וואס זוכט נישט קיין כבוד אדער חסידים, א רבי וואס איז נישט להוט נאך געלט מיט תענוגי עוה"ז, א רבי וואס ווייסט וואס דאס מיינט עבודת השם, א רבי וואס קען איבערנעמען דאס מענטשהייט מיט זיין כח הדיבור, א רבי וואס האט די קוואליפיקאציעס צו זיין א מנהיג, א רבי מיט כאריזמע, א רבי וואס קען כל התורה כולה און איז זיך מייגע דערין כל ימי חייו, א רבי וואס לאזט זיך אראפ צו יעדע מענטש באשר הוא שם, א רבי וואס איז קלוג און מ'קען ביי אים שואל עצה זיין, א רבי וואס ווייסט גענוי וואס זיין ציהל איז און מישט זיך נישט אין דברים של מה בכך.
איך האב געטראפן איין אזא רבי אין דעם דור.
נ.ב. ער איז יעצט אין אמעריקע
דו מיינסט ר׳ דוב לאנדא ? ער איז שוין צוריק געפארען
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:16 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:חסיד פון ליטא האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:חסיד פון ליטא: איך האב אויך געטראפן אזא רבי. מיט די מערסטע פון די מעלות וואס דו האסט דא אויסגערעכנט....ער וואוינט שוין אין אמעריקע. און ער וועט מסתמא וואוינען אין אמעריקע עד ביאת משיח צדקנו בב"א...! אזוי אז איך דארף נישט ליינען אין מאמענט, אין די וואך אדער אין דער איד אז ער איז אנגעקומען...!
אדרבה, איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווער דאס איז.
ביסט זיכער אז די ווילסט וויסען...?
וואלווי: דאס דערמאנט מיך אן אינטרעאנט ווערטל וואס דער עולם האט ארומגעטראגן מיט א סאך יארן צוריק. ווען ר' הערשל קעסטנבוים , בג"ע תהא מנוחתו האט מצליח געווען ארויסצושלעפן פוןו אונזער פעטער שמואל, זז"ג א סכום הגון, כדי מקיים צו זיין א רש"י אויפ'ן פסוק ..." וילכו לרעות דותינה"... זאגט רש"י הק' לרעות את עצמן הלכו...! בשם כל הקהל הקודש. אבער דאך. דער פעטער געט דאך נישט סתם אזוי קיין טשעקס. האט ער (ר' צבי, ע"ה) געגרינדעט אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען או.די.עי ...(ODA).
וואס האט געדארפט צו העלפן פאר אחינו בני ישראל צו באקומען א הלוואה אויב מ'האט געוואלט אויפמאכן א ביזנעס. אבער למעשה, ווער ס'איז געקומען האט באקומען א פייג. האבן די גוטזאגערס זיך געווערטלט...זיכער. ס'איז מרומז אין נאמען...ווען איינער איז געקומען נאך א הלוואה. האט ר' הערשל געזאגט..."או, דו. עי"....! (גיי דיר אוועק. פאר דיר געב איך נישט.)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:23 am
דורך berlbalaguleh
moneyminded האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:ווען ער שלאגט זיך ווען נישט מיט גור, און מ'מאכט נישט פון אים דעם PR וואס מ'האט געמאכט וואלסטו אים אויך נישט אנגעקוקט
דוק וטישטעך.
זעט אויס אז מענטשן קענען נישט די אלף בית פון היסטאריע.
ר' שאול אלתר איז די זעלבע יורש ווי די גור'ע רבי, פשוט ער האט זיך קיינמאל געשלאגן פארן בענקל. גור חסידים פון איבער די גאנצע וועלט זענען זיינע מעריצים און אנהענגער אומאפיציעל שוין זייט די גור'ע רבי איז רבי, מענטשן האלטן אז ער איז פאסיג. ר' שאול אלתר שטייט שוין אויס רדיפות 20 יאר ביז ווילאנג עס האט געקראכט וועגן גור רבי האט אפיציעל שוין רעטייערט, אלעס האבן זיינע קינדער שוין געטון, למעשה טוט יעצט גור רבי זאכן וואס ער האט קיינמאל געטון זייט ער איז רבי וועגן די פאליטיק.
ס'איז בכלל נישט ווי א בעל מחלוקת האט זיך דערקלערט רבי א שיינעם טאג.
מאנימיינדעד:וואס האסטו געוואלט אז די קינדער (פון מרן רבינו שליט"א) זאללן נישט ארבעטן פאר די פעמילי ביזנעס...! וואס דען 'עללן זיי טון? גיין דרייוון א טעקסי...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:30 am
דורך נפה
דא האסטו נאך אן פאפולער רבי מיט אסאך כאריזמע
Re: ווער גייט זיין מיין רבי?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:14 pm
דורך תוהו ובוהו
די אשכול מאכט מיר אזאנס לאכן..
יעדער פארשטייט אז א ריזיגע פראצענט פונעם פרא ר' שאול ווינט אין די גאס, איז א דירעקטע תוצאה פון די גור'ער טעראר, וכאן מצא בע''ח מקום לגבות את חובו ארויסגעבן די אנגעווייטאגקייט אויף די מיינסטרים טעראר וואס טערארזירן יעדן וואס געפעלט זיי נישט, און נאך מיטן תורה שלייער.. און מ'וויל זיך אננעמען און באגיסן מיט געלט און מאראלישע שטיצע אין א פראטעסט קעגן טעראר.
און אוודאי איז ר' שאול די בעסטע דוגמא פאר אומבארעכטיגטע טעראר, זייענדיג א ת''ח, א איש מורם מעם, און א געטרייער מנהיג פאר זיינע חסידים, וואס האט אוודאי אלע רעכטן ארויסצוגיין און פראווענען פאר זיך, און ער ליידט רדיפות בלויז פארן חטא פון שטיין אין וועג פאר אזא מאכטפולע חסידות ווי גור.
אבער פון דעם ביזן אויפבלאזן זיין כאראקטער, און טרעפן אין אים די רבי וואס דו זוכסט שוין לאנג.. איי מין קאם אן.. האסט ביז יעצט נישט געהערט פון אים? און אויב נישט, וויפיל מיינסטו קענסטו אים יעצט? מיינסט טאקע אז ער איז די ישועה פאר כלל ישראל? האסט שוין אויספראבירט אלכסנדר בני ברק, ביאלא צפת, צו נדבורנא מאדים?
אינטערסאנט צו זעהן ווי מענטשן וועלן אויפבלאזן א זאך, נאר כדי זיך צו שפירן גוט אז די שטויס פאר גור איז טאקע אין די ביצים און מיט א שבת שיך...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 12:33 am
דורך אברך משי
תוהו ובוהו האט געשריבן:האסט שוין אויספראבירט אלכסנדר בני ברק, ביאלא צפת, צו נדבורנא מאדים?
שטארק שטארק!!!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 1:50 am
דורך תנחום
נדבורנא מאדים וואלט געוועהן אינטרעסאנט. העמיר ווארטן פאר מאסק'ס ראקעט.
Re: ווער גייט זיין מיין רבי?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 5:42 am
דורך פאליטיקאנט
תוהו ובוהו האט געשריבן:די אשכול מאכט מיר אזאנס לאכן..
יעדער פארשטייט אז א ריזיגע פראצענט פונעם פרא ר' שאול ווינט אין די גאס, איז א דירעקטע תוצאה פון די גור'ער טעראר, וכאן מצא בע''ח מקום לגבות את חובו ארויסגעבן די אנגעווייטאגקייט אויף די מיינסטרים טעראר וואס טערארזירן יעדן וואס געפעלט זיי נישט, און נאך מיטן תורה שלייער.. און מ'וויל זיך אננעמען און באגיסן מיט געלט און מאראלישע שטיצע אין א פראטעסט קעגן טעראר.
און אוודאי איז ר' שאול די בעסטע דוגמא פאר אומבארעכטיגטע טעראר, זייענדיג א ת''ח, א איש מורם מעם, און א געטרייער מנהיג פאר זיינע חסידים, וואס האט אוודאי אלע רעכטן ארויסצוגיין און פראווענען פאר זיך, און ער ליידט רדיפות בלויז פארן חטא פון שטיין אין וועג פאר אזא מאכטפולע חסידות ווי גור.
אבער פון דעם ביזן אויפבלאזן זיין כאראקטער, און טרעפן אין אים די רבי וואס דו זוכסט שוין לאנג.. איי מין קאם אן.. האסט ביז יעצט נישט געהערט פון אים? און אויב נישט, וויפיל מיינסטו קענסטו אים יעצט? מיינסט טאקע אז ער איז די ישועה פאר כלל ישראל? האסט שוין אויספראבירט אלכסנדר בני ברק, ביאלא צפת, צו נדבורנא מאדים?
אינטערסאנט צו זעהן ווי מענטשן וועלן אויפבלאזן א זאך, נאר כדי זיך צו שפירן גוט אז די שטויס פאר גור איז טאקע אין די ביצים און מיט א שבת שיך...
איך בין נישט קיין גרויסע רבי'ס מבין, און כ'ווייס נישט קיין סאך אין קהילות / חסידות / גזע וכו'.
אבער פון די עיקרים וואס האט מיך אלס געשטערט לגבי די "סיסטעם" איז אז די עומדים בראש / מנהיגים זענען אונזערע אדמורי"ם וואס נעמען איבער פשוט בירושה. צוגעלייגט צו דעם קומט צו אז רוב רובם האבן נאך חסרונות ווי, טיפשות / קינדערישקייט, עגא (סענטריק), רשעות, עמי הארצים (עכ"פ נישט דעת תורה), מידות רעות, ועוד. עפעס וואס מ'טרעפט כמעט נישט ביי מנהיגים אין א נארמאלע פארגעשריטענע סאסייעטי, און עס איז קיינמאל געווען געווען אזוי ביי אידן (אמאל איז די מנהיג געווען א רב וואס איז ראוי)
און אפי' פון די געציילטע וואס זענען יא עפעס צום זאך זענען ווייניג אויפ'ן אריגינעלע שטייגער פון תורה שבכתב, בעל פה, הלכה. (כ'מיין צו זאגן אז אסאך משפיעים ווי ר' מאטל זילבער און ר' איטשע מאיר מארגענשטערן זענען מער אין קבלה אדער אבסטראקטע חסידות).
יעצט איז דא א פרישע קהילה מיט א נייע מנהיג וואס טשעקט אלע באקסעס, קלוג, תורה'דיג (און נאך ווי), ענוה, יראת שמים, שטארק מיט זיין דעה, מידות טובות, און איבערגעגעבן.
וואס נאך דארפסטו? יא, די' הייפ איז ריעל'.
Re: ווער גייט זיין מיין רבי?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 8:52 am
דורך חסיד פון ליטא
תוהו ובוהו האט געשריבן:די אשכול מאכט מיר אזאנס לאכן..
יעדער פארשטייט אז א ריזיגע פראצענט פונעם פרא ר' שאול ווינט אין די גאס, איז א דירעקטע תוצאה פון די גור'ער טעראר, וכאן מצא בע''ח מקום לגבות את חובו ארויסגעבן די אנגעווייטאגקייט אויף די מיינסטרים טעראר וואס טערארזירן יעדן וואס געפעלט זיי נישט, און נאך מיטן תורה שלייער.. און מ'וויל זיך אננעמען און באגיסן מיט געלט און מאראלישע שטיצע אין א פראטעסט קעגן טעראר.
און אוודאי איז ר' שאול די בעסטע דוגמא פאר אומבארעכטיגטע טעראר, זייענדיג א ת''ח, א איש מורם מעם, און א געטרייער מנהיג פאר זיינע חסידים, וואס האט אוודאי אלע רעכטן ארויסצוגיין און פראווענען פאר זיך, און ער ליידט רדיפות בלויז פארן חטא פון שטיין אין וועג פאר אזא מאכטפולע חסידות ווי גור.
אבער פון דעם ביזן אויפבלאזן זיין כאראקטער, און טרעפן אין אים די רבי וואס דו זוכסט שוין לאנג.. איי מין קאם אן.. האסט ביז יעצט נישט געהערט פון אים? און אויב נישט, וויפיל מיינסטו קענסטו אים יעצט? מיינסט טאקע אז ער איז די ישועה פאר כלל ישראל? האסט שוין אויספראבירט אלכסנדר בני ברק, ביאלא צפת, צו נדבורנא מאדים?
אינטערסאנט צו זעהן ווי מענטשן וועלן אויפבלאזן א זאך, נאר כדי זיך צו שפירן גוט אז די שטויס פאר גור איז טאקע אין די ביצים און מיט א שבת שיך...
איך האט שוין געלערנט זיינע תורות מיט פופצן יאר צוריק.
אין א"י איז ער שוין לאנג באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע תלמידי חכמים און פון די גרעסטע חכמים אינעם דור.
דאס אז דו מיט נאך עמך אידן זענען יעצט געוואר געווארן פון אים דורך די הייפ, מאכט אים נישט ווייניגער.
אדרבה, אויב קענסטו מיך אנצייכענען אן אדמו"ר וואס קען לערנען ווי אים און איז מעורב בין הבריות ווי אים, האט א שייכות מיט חכמה אפילו האלב ווי אים, קען רעדן האלב אזוי גוט ווי אים, וואלט איך שטארק געוואלט וויסן ווער דאס איז.