בלאט 1 פון 4

קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:16 pm
דורך רימון
עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי היסטאריע טוט זיך איבערשפילן אין אזא נאנטער צוקונפט. שוין וואכן און חדשים וואס מ'רעדט פון דעם שרעק אנווארפנדן טערמין "גערער טעראר" כאילו דאס איז עפעס א געהיימע אפעראציע וואס לייגט אייסיס און חיזבאלא אין שאטן, און עפעס וואס יעדער מוז פאר דעם פאלן און קיינער קען זיך נישט קעגנשטעלן. די גאנצע באזוך פון גערער רבי מיט אייניגע חדשים צוריק איז לויט יודעי דבר געווען צו באפעסטיגן דעם באדן וואס רופט זיך "גערער טעראר", עס זאל יעדער פארשטיין און געדענקען, אז בל יהין איש און דערוואגן זאל מען זיך נישט, ווייל דאס איז עפעס וואס לוינט זיך נישט פאר סיי וועלכן מאן דהוא צו האבן אפילו א מחשבה זרה דערקעגן.

שטעלט ארויס ווי דער גאנצער בערלינער וואנט איז צעפאלן ווי א זייפן בלאז און ווי דער פאפירענער טיגער זי איז. גאנץ יהדות החרדית בגולה איז אויף די פיס און אין א לבשי בגדי תפארתך גייסט צו באגריסן דעם געערטן גאסט רבי שאול. די יו"ט שטימונג איז אויף די העכסטע אקטאוועס. אלע געווענליכע קלישיים וואס מ'שרייבט ווען רבי'ס קומען איז יעצט פשוט אמת.
ס'געדענקט זיך נישט אין די לעצטע היסטאריע ווי א רב בישראל זאל ענטפאנגען ווערן מיט אזא אינטערעסע און געניסן פון אזא רעספעקט, פון אזא עקסטאז, פון אזא ליבשאפט בין כל שכבות העם. צום ערשטן מאל וואס איך קען געדענקען וואס א באזוך פון א גדול פון ארץ ישראל זאל ממש איבערנעמען דעם סדר היום ביים גאנצן יהדות החרדית.

פלוצלונג זעט מען ווי ס'איז נישטא פון וואס מורא האבן נאר פון מורא אליין. אין כאן לא טעראר ולא גער, לא קאמאנדעוועס ולא וועדה, לא זילבערבערג ולא גארנישט, נאר אנשטאט אנטפלעקט זיך א וואונדערליכע סצענע פון תורה בנעימים, תורה מיט א לקח טוב, תורה וואס לוינט זיך צו זיין א תורתי אל תעזובי.

יעדעס ווארט פון רבי שאול, צי אין אידיש צי אין עברית צי אין א צעקיאליטשן ענגליש איז צום קושן און צום לעקן, יעדעס בריוו זיינע טראגט דאך אזא מתיקות און חן, מיט די פינגער אפדרוקן פון א ריכטיגער גדול בתורה דורכגעפלאכטן מיט ענווה און גדלות אויף יעדע שורה.

אויב האט איינער געמיינט אז די אינטימידאציע און סטראשע דראאונגען וועט אויסמאכן, שטעלט זיך ארויס אז לא מיניה ולא מקצתיה. דא אין קאווע שטיבל איז שוין אנגעוויזן געווארן דעמאלט ביים גרויסן טשערידי קאמפיין ווי כלל ישראל איז ממש ארויס פון וועג צו מחזק זיין די נייע קהלה קדושה אריינגיסנדיג שווערע מיליאנען דאלארן אויף א פארנעם וואס מ'האט נאך קיינמאל געזען. אצינד חזר'ט זיך דאס ווידעראמאל איבער ביתר שאת ויתר עז ווען רבבות אלפי ישראל תושבי בארא פארק גרייטן זיך צו מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש פונעם ראש ישיבה. די גרעסטע גבירים וויינען זיך צום ראש ישיבה זאל ארויפקומען צו זיי פאר א באזוך צי א פרישטאג אדער נאכטמאל. צווישן די משבקים און ביתו נאווה קודש איז געווארן א קאנקורענץ ווער עס קען געלונגען צו האבן א באזוך פון רבי שאול וועלכער וועט אויפגענומען דורך די גרעסטע גדולי ישראל און אדמורים מיט אפענע ארעמס. אין סאמע גערער תלמוד תורה אליין האט דער ראש ישיבה באקומען א פייערליכע אויפנאמע ווען יונג און אלט שטייען באימה וביראה צו באגריסן רבם ומאורם שמביאם לחיי עולם הבא.

איך בין נישט קיין גערער. איך פרוביר צו פארשטיין פארוואס רבי שאול פארכאפט נישט נאר גרויסע שיכטן פון גער נאר נעמט פשוט איין די וועלט און גבירים און חסידים ואנשי מעשה וואס האבן נישט קיין שייכות מיט גער, אדער אפילו ליטווישע אידן (מיין שכן איז א ליטווישע בן תורה א בן שבעים וחמש און ממש קאכט זיך אין די תורות פון רבי שאול) זענען ממש פארקאכט אין רבי שאול.

לבי אומר לי אז דאס איז צוליב וואס רבי שאול איז דער בעסטער קאנטער אילוסטראציע וואס איז ראנג מיט אונזער רביסטעווע היערארכיע. ער איז א מענטש וואס איז נישט אויפגענומען געווארן בלויז ווייל ער איז א בן בנו של קל וחמור, נאר צוליב יחוס עצמו.

ער איז א מענטש וואס ס'שרייט זיך ארויס פון זיך אליין, אז די גאנצע רביסטעווע היינט איז גארבעדזש, ווען רוב רביס זענען עמי הארצים שלא שמשו כל צרכם, און די גאנצע געים פון רבי'ס, שיריים, קוויטלעך, יא אריינלאזן נישט אריינלאזן, גרויסע בענקלעך, מלכות'דיגע חתונות, סדר הבאסעס, איז איין שטיק פוסטקייט און הבל ורעות רוח.

פןן רבי שאול שרייט זיך ארויס אז ערנסטקייט און אהבת התורה, דאס איז די ריכטיגע סחורה, אין א צייט וואס רבי'ס פירן אן אקטיווע קאמפיינען מ'זאל זיי פארגעטערן און פארהייליגן שרייט ער לא ולא. כ'בין נישט קיין רבי און לאזט מיך צורו. כ'בין א פשוטער מענטש, עברי אנוכי, את אלקים ירא, ואת מצותיו שמור און הערט אויף דרייען א קאפ אין נאמען פון חסידות.

כלל ישראל שטייט אין א זמן וואס ס'ווערט מקויים דער לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע ה', אזויפיל טויזנטער און אפשר אפילו מיליאנען אידן זענען פארגרוילט פון דער גאנצער מציאות וואס הייסט רביסטעווע, זיי לעכצן נאך אביסל קרבת אלוקים וואס איז נישט קעדילעקס און עסקעלעידס און עם הארצות, מחלוקת און השחתה, נאר א ואני טוב. זיי ווילן זען אן ערנסטער מנהיג וואס נעמט יהדות, כבוד היהדות, וכבוד ישראל ערנסט, א מענטש וואס איז נישט כבוד עצמי אני דורש, א מענטש וואס חכמתו בחוץ תרונה און נישט מ'דארף גלייבן אז מסתמא לערנט אליהו הנביא מיט'ן רבי'ן ביי חצות ווען קיינער זעט נישט.

אט דערפאר, איז בכלל נישט קיין וואונדער פארוואס רבי שאול ברענגט ממש אן ערדציטערניש אין דער גאנצער יהדות החרדית. גבירים ליידיגן אויס זייערע טייסטער. חסידים ואנשי מעשה זענען גרייט צו מקיים זיין דעם לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך, ליידן בזיונות און טעראר און צרות ויסורים אלעס פאר א קורטב של אמת.

דער גאנצער כלל אידישער גאס שטייט באגייסטערט פון דעם מבריק של אמת וצדק וואס האט אויפגעשיינט און קוקט ארויס פאר הצלחת ושגשוג קהילת הקודש פני מנחם בראשות מרן הגאון שר התורה הראש ישיבה שליט"א, וואס האט די פאטענציאל צו פארוואנדלט ווערן אין א תורה'דיגע רעוואלוציע וואס וועט זיך איבערגיסן אין אלע קהלות קדושות בישראל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:25 pm
דורך yn.NY
WOW! אייזן ארויסגעברענגט די געפילן!

זייער פאזיטיוו :like

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 6:05 pm
דורך curious
טעות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 6:51 pm
דורך חד גדיא
הערליך געשריבן.
איך ווייס נישט אויב ס'איז געווען נאך א מחלוקת אין כלל ישראל וואס גאנץ כלל ישראל איז געווען אויף איין זייט.... כ'האב נאך נישט געטראפן אפילו איין מענטש וואס איז נישט קיין גערער וואס האלט אז גער איז גערעכט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:05 pm
דורך moneyminded
חד גדיא האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס'איז געווען נאך א מחלוקת אין כלל ישראל וואס גאנץ כלל ישראל איז געווען אויף איין זייט.... כ'האב נאך נישט געטראפן אפילו איין מענטש וואס איז נישט קיין גערער וואס האלט אז גער איז גערעכט.

דאס איז די גאנצע מעשה, גור רבי איז נישט געקומען קיין אמעריקע זייט ער איז רבי, ער האט פארלוירן דע גור'ע עולם אין אמעריקא, זייער סימפל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:18 pm
דורך ארי נוהם
שקר וכזב.
גערער רבי איז דא געווען א שיינע פאר מאל. איך געדענק אליינס אפאר מאל אין די לעצטע פופצן יאר.
נאר וואס דען? דער עולם דא האט נישט מורא פון טעראר אזוי שטארק ווי אין ארץ ישראל, און דא קען מען נישט ברעינוואשן מוחות ווי די תמימים אין ארץ ישראל.
ער האט נישט געדארפט "פארלירן" די אמעריקאנע עולם. ער האט זיי קיינמאל נישט געהאט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:33 pm
דורך מפיל קינד
גורע רבי איז דא געווען כמעט יעדע יאר פאר א שבת אין בארא פארק, נאר נישט געמאכט קיין מצב. ער פלעגט פירן אין מתיבתא אויף 16. לעצטע מאל ער איז דא געווען פאר קאראנא איז ער געווען אין די פאלאס זאל. ער איז דא געווען צום לעצט זומער תשפ"א, ביים חתונה פון זיין אייניקל.

מען ברעינוואשט דא אויך, נאר דא ארבעט עס נישט. די אידן אין אמעריקע זעען דעם אמת. מען דרייט זיך מער מיט פרעמדע און די מציאות קומט ארויס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 11:24 pm
דורך פארווע חסיד
וואלט איך געהאט גאלדענע ראמען, וואלט איך די ארטיקל אין זיי אריינגעפאסט.... הערליך!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 11:31 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך ארויסגעברענגט!!

Re: קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 1:48 am
דורך פתחון פה
וויאזוי האט יענער געזאגט איינער וואס מאכט אוועק רבי זלמן' לייבן איז עס עבו"ז פארוואס ווייל ס'איז עבודתו בכך ודי למבין

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 8:45 am
דורך תרמב
הערליכע דיבורים! אמתדיגע נקודות!
די ארטיקל פארט שוין ארום אויף די גרופעס, גאנץ א גוטע איידיע אריינצורוקן עפעס א ווארט וועגן קאווע שטיבל ערגעץ אינמיטן אז מ’זאל כאטש וויסן פון ווי ס’קומט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 1:04 pm
דורך פארווע חסיד
ווער רעדט נאך ווען מען נעמט אין באטראכט די אנדערע זייט. האמיר א פערפעקטע סקריפטעד דראמא פילם.
גור ווערט באטראכט צו זיין די פאן-טרעגער און די שפיץ סימבאל פון רעבי'שע/פארטיי'שע שחיתות און קארופציע. וואס ביי אנדערע איז בדיעבד אונטערן טיש - איז ביי גור לפני ולפנים לכתחילה אריבער. ווער דארף מער ווי די לעצטע פאר וואכן פאר א ראיה... קיינער וואגט זיך נישט צו טון בגלוי ווי ער.
און ער האט אלע סימני דורס, רייך ווי קורח, פאליטישע פאוער אן קיין ברעג, דרייט מיט אגודת ישראל און די גאנצע איזראעלי פאליטיק כרצונו, ברצותו מקים ממשלות וברצותו מפילם, מענטשן כחול הים. דעריבער טוט ער וואס ער וויל, 'ניין' איז קיין ענטפער, הן מי יאמר לו מה תעשה...
איז שפילט זיך אויס די שטרייט צווישן זיי, ווי א פלוגתא צווישן די עליטע פאליטישע פאוער - לעומת דעם המון וואס לעכצט לשמוע את דבר ה' - מיט א משהו של אמת און ארגיענעלקייט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:25 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
תרמב האט געשריבן:הערליכע דיבורים! אמתדיגע נקודות!
די ארטיקל פארט שוין ארום אויף די גרופעס, גאנץ א גוטע איידיע אריינצורוקן עפעס א ווארט וועגן קאווע שטיבל ערגעץ אינמיטן אז מ’זאל כאטש וויסן פון ווי ס’קומט.

גראדע שטייט יא ערגעץ אינמיטען וועגן קאווע שטיבל [וועגן דעם געלט קאמפיין- דו"ק וטישטוך]

Re: קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:49 pm
דורך אונטער חכם
מסכים מיט רוב פונעם ארטיקל, אבער איין זאך איז נישט אמת, ר' שאול איז יא אויפגענומען געווארן וועגן זיין יחוס.
וואלט ער געבוירן געווארן ביי א פשוט'ע משפחה, וואלט ער געווען א גוטער מגי''ש און רעדנער ותו לא.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:55 pm
דורך תרמב
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:הערליכע דיבורים! אמתדיגע נקודות!
די ארטיקל פארט שוין ארום אויף די גרופעס, גאנץ א גוטע איידיע אריינצורוקן עפעס א ווארט וועגן קאווע שטיבל ערגעץ אינמיטן אז מ’זאל כאטש וויסן פון ווי ס’קומט.

גראדע שטייט יא ערגעץ אינמיטען וועגן קאווע שטיבל [וועגן דעם געלט קאמפיין- דו"ק וטישטוך]

דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען אז סאיז געווען א גוטע איידיע אריינצורוקן די ווארט ק"ש

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:17 pm
דורך מיסטעריע
ק/פ

שמועות דערציילן אז בית יעקב ד'גור סקול ריפט יעצט ביינאכט אן אין אינפארמירט אלע עלטערן וואס האבן זיך משתתף געווען ביי הגר"ש מגור אז זייער קינדער קענען נישט קימען מער אין סקול.

איז דאס אמת אדער סתם שמועות פורחות באוויר?

איינער מחסידי הראש ישיבה שליט"א קען דאס באשטעטיקן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:24 pm
דורך לך לך
אויב איז עס אמת זענען די בני יעקב אזוי נאריש... אז כקען דיר נישט זאגן

מארגן נאכמיטאג איז דא א נייע סקול! כמיין

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:35 pm
דורך מיסטעריע
לך לך האט געשריבן:אויב איז עס אמת זענען די בני יעקב אזוי נאריש... אז כקען דיר נישט זאגן

מארגן נאכמיטאג איז דא א נייע סקול! כמיין


כ'האב יעצט טאקע גערעדט מיט צוויי ערליי גערער'ס, איינער א אפענע חסיד, וואס האלט אלעס מיט און האט נישט מורא פאר גארנישט, ער האט מיר באשטעטיגט אז ער האט באקומען א טעלפון קאול, און דער צווייטער איז פון די אנוסים, ער האט זיך ביזדערווייל נאכנישט באוויזן ביי קיין שום צערעמאניע, ער זאגט מיר ער רעדט באהאלטערנערהייט מיט רבי שאול יעדע פאר וואכן, ער רירט זיך נישט אהן איהם, גראדע זאגט ער אז רבי שאול פארשטייט איהם... עניוועי ער זאגט מיר פארוואס פארשטייסטו נישט די גערער סקול פארוואלטונג, טאמער ס'גייט אזוי ווי ס'איז יעצט, און ער לייגט נאך צו א תנאי, אז רבי שאול דארף דא בלייבן לכל הפחות פאר נאך צוויי וואכן, לויט זיין שאצונג וועט 90 פראצענט עולם אריבער גיין פון רבין צו רבי שאול

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 11:23 pm
דורך היכי דמי
עס איז אמת. די שאלה איז ווי סאך.

איינער זאגט 10 מיידלעך זענען געפלויגן און א צווייטער זאגט 20

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 11:29 pm
דורך פערינא
א שטיקל מהלך, הלנו און לצרינו. נדלן דארף נישט קיין האלבע מענטשען, נאר פאנאטישע קולטיסטן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 11:54 pm
דורך שמעקעדיג
וואס מיינט נדלן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 11:57 pm
דורך קויפער
פערינא האט געשריבן:א שטיקל מהלך, הלנו און לצרינו. נדלן דארף נישט קיין האלבע מענטשען, נאר פאנאטישע קולטיסטן


אויב איז אמת אז מען האט טאקע געווארפען קינדער, ווייזט דאס אז בנפשם הדבר ממש!

זיי זענען געווארן געווארענט דורך אדוואקאטען אז מען וועט נישט פארשווייגען אזעלכע טעראר אקציעס און מען וועט נעמען לעגאלע שריט אקעגן דעם. עס מוז זיין, אז זייער שרעק פון ר׳ שאול׳ס הצלחה איז גרעסער ווי זייער שרעק פונעם געזעץ.

א פעסטע ריזיקע, ביי בערלינער האבן זיי מיאוס פארלוירן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 12:05 am
דורך קהל'ס נער
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינט נדלן?


נדל"ן איז ר"ת נכסי דלא ניידי, ריעל עסטעיט בלע"ז.

די טעראריסטישע גור איז גור נדל"ן, די דרכי נועם גור איז גור תורה.