בלאט 1 פון 1

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 12:47 pm
דורך ערבי נחל
פשוט אלע גערע מיט סאדיגורה זענען פארטריבען געווארען פון ווילי וד״ל

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 2:22 pm
דורך מחצה''ק
ערבי נחל האט געשריבן:פשוט אלע גערע מיט סאדיגורה זענען פארטריבען געווארען פון ווילי וד״ל

גור'ע מילא אבער סאדיגורא?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 2:44 pm
דורך אויסגעהאלטן
יאפ בארא פארק איז א סווינג סטעיט - יעדער קומט דא קאמפיינען פאר זייער פארטיי :D :D

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 3:10 pm
דורך דערהויבענע איד
איך זע נישט פארוואס עס זאל זיין א הווא אמינא אז וויליאמסבורג זאל זיין כלל ישראל'ס שטאט. נישט וויליאמסבורג וויל עס, און נישט כלל ישראל וויל עס. ווילי איז "אפציעל" אקופאיט ביי סאטמאר. אזוי ווי כ'טראכט נישט אז קראוין הייטס זאל ממליך מלכים זיין.
חוץ המעשה וואס בארא פארק איס סאך גרעסער, ס'איז מן הסתם די גרעסטע חרדי'שע שטאט נאך בני ברק.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 3:12 pm
דורך דערהויבענע איד
חוץ המעשה וואס כ'זע בכלל נישט אז ווילי זאל טראגן פרומע אידישקייט, רוב כלל ישראל קוקט אן סאטמער סתם פרום, און לערנען זיך נישט פון זיי, נאר סאבקאנשעסלי. און אז מ'רעדט פון סאבקאנשעס, איז מן הסם לב טהור די פאן טרעגער פון פרומקייט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 4:19 pm
דורך berlbalaguleh
העניך: איך ווילל נאר דערמאנען (אפשר וועט עס נישט שמעקן פאר אונזערע ..."געוויסע"...קריטיקירערס פון מיינע מיינונגען.נו, מילא. דער עיקר איז אז די פאטעיטא קוגל ואס מיין רביצין שתליט"א האט אפגעבאקן לכב' שב"ק איז געלונגען. איך וועיס. איך האלט שוין טועמיה )...!...נאר ס'איז נישט אייביג אזוי געווען. בארא פארק איז נישט פון אייביג אויס געווען די עיר הטעירעה והחסידות. געווען אמאל א צייט מימי קדם ווען דאס עצם ווארט בארא פארק איז געווען א טריפה ווארט.

איך האב אמאל געהאט א (בדרך אגב'דיגן) שמועס מיט אן עלטער'ן איד וואס האט געמופט פון וויליאמסבורג קיין סי-געיט. זאגט ער מיר בלשון פלא..."נו, ס'איז דאך נישט ערגער ווי איך וואלט (ח"ו) געמופט קיין בארא פארק.

אויך האט "דער איד" געברענגט א מעשה'לע אז א איד וואס האט צוערשט געוואוינט אין וויליאמסבורג האט נאכדעים (רח"ל) געמופ'ט קיין בארא פארק. ווען ער איז אמאל אריין צום רבי'ן זי"ע און ער האט געשמועסט פארציילנדיג אז ער וואוינט שוין היינט אין ב.פ. האט איהם די רבי געפרעגט..."ווילאנג נעמט צו פארן (מיט א קאר) פון ווילי. קיין בארא פארק? האט דער איד געענטפערט...בערך 18 מינוט...האט איהם די רבי געענטפערט... דאס איז דאך א שיעור חימוץ. (ביי מצות. פאר די וואס פארשטייען נישט...לאל)

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 4:27 pm
דורך berlbalaguleh
דערהויבענע איד האט געשריבן:חוץ המעשה וואס כ'זע בכלל נישט אז ווילי זאל טראגן פרומע אידישקייט, רוב כלל ישראל קוקט אן סאטמער סתם פרום, און לערנען זיך נישט פון זיי, נאר סאבקאנשעסלי. און אז מ'רעדט פון סאבקאנשעס, איז מן הסם לב טהור די פאן טרעגער פון פרומקייט

דערהויבענע איד: איז דאך משמע פון דעים. אז נישט אייביג איז דער וואס זעהט אויס צו זיין דער ..."פרומסטער"... דער נארמאל'סטער. און דאס איז די בעסטע וועג פון וואס א יעדער דארף זיך אפלערנען...!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 8:34 pm
דורך תרמב
בוהוש האט מען ממליך געווען אין וויליאמסבורג...... און באניע אין מאנסי.......

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 9:08 pm
דורך קהל'ס נער
תרמב האט געשריבן:בוהוש האט מען ממליך געווען אין וויליאמסבורג...... און באניע אין מאנסי.......

דאכט זיך אז קרעטשניף סיגעיט האט מען אויכט ממליך געוועין אין וויליאמסבורג.

וואס מאכסטו משוגע מען רעדט פון סיריעס רבי'ס, נישט פון קיין סאטמאר'ע אפצווייגן.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 9:33 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: יא. אבער נישט קרעטשניף-סי-געיט. סיגעט...! ס'קען זיין ס'וועט נאך אמאל (אי"ה) זיין א קרעטשניף-סיגעיט'ער רבי. אבער דערווייל איז נאכנישט דא...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 12:44 am
דורך petergrifin
berlbalaguleh האט געשריבן:העניך: איך ווילל נאר דערמאנען (אפשר וועט עס נישט שמעקן פאר אונזערע ..."געוויסע"...קריטיקירערס פון מיינע מיינונגען.נו, מילא. דער עיקר איז אז די פאטעיטא קוגל ואס מיין רביצין שתליט"א האט אפגעבאקן לכב' שב"ק איז געלונגען. איך וועיס. איך האלט שוין טועמיה )...!...נאר ס'איז נישט אייביג אזוי געווען. בארא פארק איז נישט פון אייביג אויס געווען די עיר הטעירעה והחסידות. געווען אמאל א צייט מימי קדם ווען דאס עצם ווארט בארא פארק איז געווען א טריפה ווארט.

איך האב אמאל געהאט א (בדרך אגב'דיגן) שמועס מיט אן עלטער'ן איד וואס האט געמופט פון וויליאמסבורג קיין סי-געיט. זאגט ער מיר בלשון פלא..."נו, ס'איז דאך נישט ערגער ווי איך וואלט (ח"ו) געמופט קיין בארא פארק.

אויך האט "דער איד" געברענגט א מעשה'לע אז א איד וואס האט צוערשט געוואוינט אין וויליאמסבורג האט נאכדעים (רח"ל) געמופ'ט קיין בארא פארק. ווען ער איז אמאל אריין צום רבי'ן זי"ע און ער האט געשמועסט פארציילנדיג אז ער וואוינט שוין היינט אין ב.פ. האט איהם די רבי געפרעגט..."ווילאנג נעמט צו פארן (מיט א קאר) פון ווילי. קיין בארא פארק? האט דער איד געענטפערט...בערך 18 מינוט...האט איהם די רבי געענטפערט... דאס איז דאך א שיעור חימוץ. (ביי מצות. פאר די וואס פארשטייען נישט...לאל)

אין דער איד איז געווען לעצטנס איין וואך וואס איינער פון די גאר נאנטע וואס דערציילט זיינע זיכרונות אז ער האט אמאל געזאגט פאר דער רבי זצ"ל וואס מען זאגט נאך בשמו וועגן די 18 מינוט. זאגט ער אז די רבי זי"ע האט עס זייער שטארק געלייקנט אז ער זאל האבן געזאגט אזא זאך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 1:00 am
דורך יין שרף
petergrifin האט געשריבן:

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 1:23 am
דורך petergrifin
שוין, יעצט ווייס איך נישט וועמען צו גלייבן. דער רבי זי''ע האט טאקע נישט געגלייבט די אלע מעשיות.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 5:10 am
דורך שמעקעדיג
אזוי ווי דיין חתימה: באבע מעשיות....

אגב, אז מען רעדט שוין - וועלקאם בעק! דו ביסט שוין אפוועזנד א שיינע פאר יאר, און עס איז אונז א כבוד אז דו ביסט צוריק.

אלענפאלס, צוריק צום שמועס, וואס בארא פארק איז געווען אמאהל איז איין זאך; די מאדערנקייט איז נאך א זאך; אבער כו"ע מודי אז אין רבי'סטעווע איז נישטא קיין פארגלייך צו בארא פארק, אזויפיל פארשידנארטיגע הויפן און יעדער טרעפט זיך דאס פלאץ, אין דעם הינזיכט איז טאקע בארא פארק ממליך מלכים.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 8:13 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: איך וועלל מיך מפלפל זיין מיט דיר אין דעם. איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור. די אלגעמיינע אטמאספער איז געווען אז (וואוינען) אין בארא פארק איז געווען אן אומגעוויינליכע זאך. נאר ס'איז פשוט ומובן. אין יענע צייטן (די פריע '60ער יארן) איז בארא פארק נאכנישט געווען וואס זי איז היינט. אן עיר התורה וחסידות. פול מיט ישיבות ובתי מדרש, בליעה"ר. די איינוואוינערס פון בארא פארק אין יענע יארן זענען געווען אלטע אמעריקאנער אידן. און מזרחי'סטיש געשטימטע יונגערע איינוואוינערס.

איך געדענק נאך אפילו מיט יארן שפעטער ווען ס'האטציך געטון די סומאטאכע איבער'ן עירוב וואס דער ראצפערטער רבי האט געמאכט (אדער געוואלט מאכן) זענען א סאך גדולי ישראל ארויס אקעגן דעם. ובראשם הרה"צ ר' משה ביק זצ"ל. זיי האבן נישט געפסל'ט דעם עצם עירוב. זיי האבן נאר געטענה'ט אז לויט די קוואליטי פון אידישקייט ביי א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג וועללן זיי צום סוף (מיט'ן עירוב) אפילו גיין שאפינג אום שב"ק...! דאמאלס איז עס א פראגע פון חינוך. אבער דער מצב האטציך שוין ב"ה דראסטיש געטוישט זייט דאמאלס...! היינט האט בארא פארק גאנץ אנ'אנדער פנים...! אין א יעדע גאס זענען דא עטליכע בתי מדרשים. און ישיבות לרוב, בליעה"ר וכן ירבו...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 8:59 am
דורך שמעקעדיג
בערל ביסט זיך בכלל נישט מפלפל (אפשר יא, מלשון באפעפערן, פלפלין, תבלין...) ווייל ממש דאס האב איך געשריבן - אז אפגעזען ווי אזוי בארא פארק האט "אמאל" אויסגעזען, איז היינט דער מצב אז יעדער חסידישע חצר געפינט זיך דארט דאס בעסטע.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 12:17 am
דורך Hadasim
כולנו זוכים לראות איך שכלל ישראל בארה"ב קיבלו את פני מורנו הגר"ש מגור שליט"א ביותרת הכבוד באהבה וחמלה גדולה כראוי וכיאות לכבודה של תורה.

כולנו עומדים ומתפלאים עד שנהפך לשיחת היום, למה קהילת סקווירא לא קיבלו את פני הגאון שליט"א.

אבל האמת היא שאין זה פלא בכלל, מכיון שקהילות גור וסקווירא מתנהגים נגד אנשיהם באלימות בריונות ואיומים, ומטילים אימה על הציבור שלא לשם שמים, וזהו הסיבה שסקווירא וגור מחפות ומפרכסות זו את זו, רחמנא יצילנו מהם ומכל המונם ויגאלנו גאולת עולמים השתא בעגלא ובזמן קריב.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 12:27 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: יא. אבער נישט קרעטשניף-סי-געיט. סיגעט...! ס'קען זיין ס'וועט נאך אמאל (אי"ה) זיין א קרעטשניף-סיגעיט'ער רבי. אבער דערווייל איז נאכנישט דא...!

סיגוט, נישט סיגעט.
בערל, ווי קומט צו דיר אזא טעות?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 12:54 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלףף דו ביסט גערעכט. אויף דעם האט שוין א מאל דער עצי חים געזאגט א ווערטל. טייל מענטשן האבן גערופן די שטאט סי-גוט. אנדערע האבן איהר גערופן סי-האט. האט ער אמאל געזאגט..."נישט סי-האט. און נישט סי-גוט...!