בלאט 1 פון 1

ווער זענען די "ליצני הדור"?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:04 pm
דורך berlbalaguleh
רש"י הק' אויפ'ן ערשטן פסוק אין די וואכעדיגע פרשה (תולדות) שטעלט זיך אויף די ווערטער אין פסוק..."אברהם הוליד את יצחק"...זאגט רש"י אז דער אייבישטער האט געמאכט דעם קלסתר פנים פון יצחק אינגאנצן ווי אברהם. פארוואס?! ווייל די ליצני הדור. די לצים פון דעם דור היו אומרים, האבן געזאגט..."מאבימלך נתעברה שרה"... דער תורה תמימה ברענגט נאך מער בפרטיות. פון א גמ' (ירושלמי?). אז די מענטשן פון דור האבן געזאגט אז אברהם אבינו איז געווען אלט 100 יאר. ס'קען נישט זיין אז אברהם איז דער טאטע פון יצחק...פארדעים האט די אייבישטער געמאכט אז יצחק זאלל אויסזעהן אינגאנצן ווי אברהם...!

שטעלט זיך א פראגע. ווער זענען געווען די ליצני הדור, דאמאלס. און ווער הייסט א לץ היינטיגע צייטן?

נאר ווי ס'זעהט אויס איז דא א טעות. מענטשן מיינען אז ווען איינער איז א ווערטלזאגער אדער א בדחן הייסט ער א לץ.

אויך. זיין א לץ איז נישט אזא גוטע זאך. ווי ס'שטייט אין פסוק..."אל תוכח לץ פן ישנאך"... אויך די מוסר ספרים רעדן פון דעם אז ליצנות איז נישט א גוטע זאך...ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות...!

נאר אין אמת'ן זענען דאס 2 אנדערע זאכן. א ווערטל זאגער איז נישט קיין לץ. א לץ הייסט א ..."שפעטלער"... אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט. ד.מ. איינער וואס גלייבט נישט אין גארנישט. ער לאכט און שפעט אלעס אויס... אט די זענען די ליצני הדור. אקעגן וועם מ'האט זיך געדארפט באווארענען...!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:28 pm
דורך מי אני
A2A5A856-18DD-429A-908C-00E3EF2636C4.jpeg

2FC46C1C-951F-46B0-8CB6-543E584FB43A.jpeg

תורת משה להחת״ס.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 11:06 pm
דורך וואלווי
מי אני האט געשריבן:
A2A5A856-18DD-429A-908C-00E3EF2636C4.jpeg

2FC46C1C-951F-46B0-8CB6-543E584FB43A.jpeg

תורת משה להחת״ס.


א"כ, וואס איז די תירוץ צר קלסתר פניו?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 11:37 pm
דורך מי אני
ער שרייבט אינעם פריערדיגן שטיקל אז די ״צר קלסתר פניו״ בתחילת יצירה איז בכלל נישט אזא ראיה. ולפי״ז אז עס איז שוין געווען א נס בעצם קען מען אולי נוצן די תירוץ אויף צו זאגן אז עס איז געווען להראות זכותו של אברהם בפני עצמו.
C2C7502D-D48F-4057-A899-B95407AFD1B7.jpeg

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 12:02 am
דורך נפה
די לידה פון יצחק איז געווען א יאר א האלב נאך די מעשה פון אבימלך ועוד אז אברהם האט געהאט א קינד ישמעל פון הגר די פראבלעם איז דא געווען שרה

Re: ווער זענען די "ליצני הדור"?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 12:11 am
דורך תוהו ובוהו
וואלווי האט געשריבן:א"כ, וואס איז די תירוץ צר קלסתר פניו?

ס'מיר אויך שווער געווען, כ'האב נישט געוואלט פרעגן כדי נישט לענגער צו מאכן דעם דרוש..[emoji3]

אלענפאלס קען זיין, אז דאס דארף אוודאי נישט קיין תירוץ ס'דאך גארנישט שלעכט דערמיט, אפגערעדט אז ס'איז דאך טאקע ריכטיג לפי חז''ל.

נאר די ליצני הדור האבן דאס געזאגט מכוח דעם חז''ל (און דעריבער רופט מען זיי אן לצים), און סתם מענטשן האבן עס אנגענומען בוכשטעליך.., און פאר די סתם מענטשן האט מען געדארפט דעם ''צר קלסתר פניו''.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 4:03 am
דורך berlbalaguleh
מי אני האט געשריבן:
A2A5A856-18DD-429A-908C-00E3EF2636C4.jpeg

2FC46C1C-951F-46B0-8CB6-543E584FB43A.jpeg

תורת משה להחת״ס.

מי אני: א מורא'דיגער פשט. וואס נאר דער חת"ס (דער עכטער) האט געקענט...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 4:07 am
דורך berlbalaguleh
נפה האט געשריבן:די לידה פון יצחק איז געווען א יאר א האלב נאך די מעשה פון אבימלך ועוד אז אברהם האט געהאט א קינד ישמעל פון הגר די פראבלעם איז דא געווען שרה

ביטע מאך א ביסל מער קלאר דיין נקודה. וויאזוי דאס האט געהאט א שייכות מיט די ליצני הדור...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 4:11 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:
A2A5A856-18DD-429A-908C-00E3EF2636C4.jpeg

2FC46C1C-951F-46B0-8CB6-543E584FB43A.jpeg

תורת משה להחת״ס.


א"כ, וואס איז די תירוץ צר קלסתר פניו?

וואלווי: ווי ס'זעהט אויס האבן די ליצני הדור נישט געווואוסט פון די דרשה פון חת"ס. זיי האבן געמאכט ליצנות לפי פשוטו של מקרא. פארדעים האט אויסגעפעהלט דער צר קלסתר פניו של יצחק לאברהם...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 7:03 am
דורך מונטסורי
א אלטע שמועס דערוועגן אויף אייוועלט, זארעכפעפער טענה׳ט אז לץ/מליץ/מליצה איז פון איין שורש. אינטערעסאנט איז אויך אז איינער ברענגט דארט אראפ [tag]מי אני[/tag]׳ס ווארט פונם חתם סופר בשם דער חידושי הרי״ם:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=17&t=2898

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 10:54 am
דורך נפה
איך וויל ארויסברענגען אז עס האט סתם נישט געמאכט קיין סענס אז שרה איז נתעבר געווארן פון אבימלך מיט יצחק ווייל כידוע האלט זיך נישט אן עובר און די מאמע פאר א יאר א האלב

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 11:18 am
דורך וואלווי
נפה האט געשריבן:איך וויל ארויסברענגען אז עס האט סתם נישט געמאכט קיין סענס אז שרה איז נתעבר געווארן פון אבימלך מיט יצחק ווייל כידוע האלט זיך נישט אן עובר און די מאמע פאר א יאר א האלב


מהיכי תיתי אז פרשת אבימלך איז געווען א יאהר א האלב פאר לידת יצחק?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 11:28 am
דורך berlbalaguleh
מונטסורי האט געשריבן:א אלטע שמועס דערוועגן אויף אייוועלט, זארעכפעפער טענה׳ט אז לץ/מליץ/מליצה איז פון איין שורש. אינטערעסאנט איז אויך אז איינער ברענגט דארט אראפ [tag]מי אני[/tag]׳ס ווארט פונם חתם סופר בשם דער חידושי הרי״ם:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=17&t=2898

מונטסורי: ייש"כ. דער לינק געט א ביסל א ברייטער'ן פערספעקטיוו איבער די גאנצע פרשה....!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 11:38 am
דורך נפה
וואלווי: ערוך לנר ראש השנה דף יא עיין שם שנתקשה בזה לפי חשבון המהרש״א

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 12:51 pm
דורך היסטאריע
און אלע, האבן פארזעהן א אבן עזרא אז לצנים מיינט יענטעס. והכל מיושב.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 1:43 pm
דורך תוהו ובוהו
היסטאריע האט געשריבן:און אלע, האבן פארזעהן א אבן עזרא אז לצנים מיינט יענטעס. והכל מיושב.

מיינסט מסתמא אב"ע אנהייב תהילים:
ולצים – מגזרת (בראשית מב כג): "כי המליץ בינותם", שהוא יגלה סוד ראובן לשמעון. והלצים הם הפך הענוים: (משלי ג לד): "אם ללצים הוא יליץ", ואחריו – "ולענוים יתן חן" (שם). והענוים הם הביישנים לדבר דבה ולתת דופי ולגלות סתרים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 10:49 pm
דורך יעקב מעקסוועל
איך טראכט די ליצני הדור זענען פשוט די סייענטיסטן... מען זעט אברהם אבינו וואוינט מיט שרה פאר אזויפיל יארן און גארנישט. עפעס א פרשה פאסירט מיט אבימלך, און פלוצלונג שמועסט די גאס שרה ווארט... יעדע באגלייבטע וויסנשאפטלער וואלט געזאגט יש דברים בגו, סטאטיסטיש איז עס גאנץ א שטארקע ראי'.

אויב אזוי פארשטייט מען שוין אויך די פשט פון צר קלסתר פניו. אן ערליכע איד ווייסט טאקע אז דאס איז נישט קיין שום ראי', אזוי ווי דער חתם סופר שרייבט אז עס קען זיין ווייל זי האט געטראכט פון אברהם בשעת מעשה. אבער א סייענטיסט נעמט דאך נישט אן דעם חתם סופר, וואו ווייט וויסנשאפט ווייסט מאכט בכלל נישט אויס וואס די פרוי טראכט. איז טאקע א שטארקע ראי' ע"פ סייענס אז יצחק איז יא אברהם'ס קינד. וק"ל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הפלא ופלא, לויט דעם אבן עזרא פארשטיי איך שוין די מימרא פון רבי ירמיה בר אבא ״כת לצים אין מקבלין פני שכינה״, ווען איך וואלט געווען א העיטער וואלט איך געזאגט אז ס׳גייט ארויף אויף די חרדישע קולטור וואס איז איין גרויסע יענטע chatterbox (ווער ס׳האט זיך נאכנישט געדרייט אינדרויסן פון געטאו פארשטייט ניטאמאל וואסערע יענטעס מיר זענען.)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:54 pm
דורך יעקב מעקסוועל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען איך וואלט געווען א העיטער...

א מזל ביסט נישט קיין העיטער :lol:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:23 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך טראכט די ליצני הדור זענען פשוט די סייענטיסטן... מען זעט אברהם אבינו וואוינט מיט שרה פאר אזויפיל יארן און גארנישט. עפעס א פרשה פאסירט מיט אבימלך, און פלוצלונג שמועסט די גאס שרה ווארט... יעדע באגלייבטע וויסנשאפטלער וואלט געזאגט יש דברים בגו, סטאטיסטיש איז עס גאנץ א שטארקע ראי'.

אויב אזוי פארשטייט מען שוין אויך די פשט פון צר קלסתר פניו. אן ערליכע איד ווייסט טאקע אז דאס איז נישט קיין שום ראי', אזוי ווי דער חתם סופר שרייבט אז עס קען זיין ווייל זי האט געטראכט פון אברהם בשעת מעשה. אבער א סייענטיסט נעמט דאך נישט אן דעם חתם סופר, וואו ווייט וויסנשאפט ווייסט מאכט בכלל נישט אויס וואס די פרוי טראכט. איז טאקע א שטארקע ראי' ע"פ סייענס אז יצחק איז יא אברהם'ס קינד. וק"ל.

יעקב מעקסוועל: נאר א ביסל אויסצוברייטערן דיינע הייליגע ווערטער. די סייענטיסטן זענען (ביי דעפינישן) סקעפטיקער. ליצנים/ליצני הדור. און אויב ס'איז געווען צר קלסתר פניו של יצחק לאברהם זענען זיי אויך מודה אז..."אברהם הוליד את יצחק"...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 11:32 am
דורך פאלאצ'ינטא
אלע רעבעס, רעבנים און ראש ישיבות

מען וויל זיי נישט אנרופען וואס זיי זענען באמת רופט מען זיי ליצני הדור בלשון סגי נהר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 11:47 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: איך בין נישט מסכים. נישט אלע. א טייל. אונז דארפן מיר ארבעטן אז אונז זאללן מיר (ח"ו) נישט זיין פון די ליצני הדור...לאל