[justify]דאסמאל זענען די צייטונג קעפלעך אמת ויציב. יהדות הגולה באמעריקע איז עלעקטעריזירט מיטן באזוך פון הגאון הראש ישיבה ר' שאול אלתר. די באריכטן און בילדער פונעם וואך און פונעם שב"ק קומען אריין. דער עולם שטראמט, די מאסן האלטן מיט, און דער געשפרעך פון טאג איז ר שאול, ר שאול.
פארוואס?
וואס איז דער מאגנעט וואס ציט כלל ישראל צו ר' שאול? וואס ציט מיר?
ר' שאול איז א נרדף. מילא. א גוטע סיבה צו ארויסווייזן סימפאטיע, אבער נישט גענוג אויף צו עלעקטעריזירן. מאסן שטראמן בלויז אויף צו ווייזן שטיצע? מע.
ר' שאול איז א גאון. נו? דער עולם לויפט נישט צו א יעדער גאון וואס קומט אהער.
גור איז צי גרויס אלס א חסידות און צי מאכטפול א קהילה. א שפאלט איז געווינטשן. אמת, אבער וואס האט עס מיט מיר. כ'בין נישט קיין גערער.
ר' שאול פירט זיך בפשטות און מיט עניוות און איז צוגעלאזן צו אלעמען. ער איז א געלונגער דרשן מחדש און רעדנער און בקי בכל מכמני התורה. ס'איז אלעס אמת פיין און וואויל. אבער ס'נישט גענוג. עפעס האט ער. עפעס פארקויפט ער וואס מאכט אים באליבט ביי אלעמען.
ר' שאול איז א חידוש בעולם החסידות. מיר ווייסן אלע און שפירן אלע אז רביסטיווע איז קארופטירט. די אדמורים פירן זיך ווי מלכים און לעבן אין זייער אייגן באבעל. די רביס שפילן הייליג און פליען און הימל. די רביס רייטן על ראשי עם קודש און ירשנען די רביסטיווע צו זייערע קינדער צו זיי זענען ראוי אדער נישט. רביסטיווע איז פארפוילט. דאס איז נישט קיין נייעס.
אימיצער האט אויפגעפאסט אינמיטן וואך אז די דראמא דא דערמאנט אים פון שמואל א', נאר שאול האט פארטוישט ראלע. מיר דערמאנט עס ליבערשט פון מלכים א'. דוד און שלמה האבן געבויט א מלכות מאוחדת מיט זייער טאלאנט און פירערשאפט. רחבעם האט גע'ירשנט. רחבעם האט נישט פארמאגט די גלאנץ. ער האט אלץ אנגעוואוירן.
ר' שאול איז טאקע א בנש"ק, א זון פונעם פריערדיגען רבי'ן. אבער ער איז נישט דער גער'ער רבי און נישט זיין יורש. ער איז וואס ער איז בזכות עצמו.
כלל ישראל לעכצט נאך אויטענטישקייט. מיר ווילן אמת'ע מנהיגים, אמת'ע משפיעים, רבי'ס מיט כאריזמע. מיר ווילן שפירן א טעם אין אידישקייט, א טעם אין רביסטיווע. עס בענקט זיך נאך פאלקסישע רביס, נאך רעוולאציאנערישע רביס וועלכע זענען דירעקט נישט קיין יורשים און גיין נישט אין שפאן. עס בענקט נאך די אמת'ע פארטרעטער פונעם בעל שם טוב.
מיר שפירן אין ר' שאול א פלייץ פון ענערגיע. אן אינפיוזשן אין די אדערן פון חסידות בכללית וואס מיר דארפן אזוי וויכטיג אונז צו אויפלעבן און אריינבלאזן א חיות אין די עצמות היבשות. דאס אנלויפעניש ארום ר' שאול שרייט ארויס, מיר זענען דורשטיג! מיר ווילן עפעס!
היינו טעמא דקרליבך, היינו טעמא דברסלב, היינו טעמא דר' שאול.
א גוטע וואך.[/justify]
הכה שאול באלפיו
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
איך מיין אז די עולם גייט גאגא פאר אים ווייל גער פארשעמט כלל ישראל פאר יארן און אונז האב מיר נישט קיין געלעגנהייט צו פראסטירן זייער קאלטישע מהלך החיים. הרב שאול טראגט די שופר פאר אונז ארויסצושרייען אין לנו חלק ונחלה בזה. ועוד, ס'איז חיזוק פאר די וואס שטיין on the fence פון אנטלויפן פון די קאלט.
להבדיל ווען די וויזניצער שמייליגע וועלן זיך צוטיילן און ס'וועט ארויסוואקסן איין נארמאלע זין וואס וועט בועט זיין און די שוואנצנות, וועט מען זען די זעלבע התלהבות ביי יעדעם און בארא פארק.
אויך ווייל די עולם חלשט פאר אביסל ספארטס. ועוד חזון למועד.

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
עדיאל האט געשריבן:[justify]דאסמאל זענען די צייטונג קעפלעך אמת ויציב. יהדות הגולה באמעריקע איז עלעקטעריזירט מיטן באזוך פון הגאון הראש ישיבה ר' שאול אלתר. די באריכטן און בילדער פונעם וואך און פונעם שב"ק קומען אריין. דער עולם שטראמט, די מאסן האלטן מיט, און דער געשפרעך פון טאג איז ר שאול, ר שאול.
פארוואס?
וואס איז דער מאגנעט וואס ציט כלל ישראל צו ר' שאול? וואס ציט מיר?
ר' שאול איז א נרדף. מילא. א גוטע סיבה צו ארויסווייזן סימפאטיע, אבער נישט גענוג אויף צו עלעקטעריזירן. מאסן שטראמן בלויז אויף צו ווייזן שטיצע? מע.
ר' שאול איז א גאון. נו? דער עולם לויפט נישט צו א יעדער גאון וואס קומט אהער.
גור איז צי גרויס אלס א חסידות און צי מאכטפול א קהילה. א שפאלט איז געווינטשן. אמת, אבער וואס האט עס מיט מיר. כ'בין נישט קיין גערער.
ר' שאול פירט זיך בפשטות און מיט עניוות און איז צוגעלאזן צו אלעמען. ער איז א געלונגער דרשן מחדש און רעדנער און בקי בכל מכמני התורה. ס'איז אלעס אמת פיין און וואויל. אבער ס'נישט גענוג. עפעס האט ער. עפעס פארקויפט ער וואס מאכט אים באליבט ביי אלעמען.
ר' שאול איז א חידוש בעולם החסידות. מיר ווייסן אלע און שפירן אלע אז רביסטיווע איז קארופטירט. די אדמורים פירן זיך ווי מלכים און לעבן אין זייער אייגן באבעל. די רביס שפילן הייליג און פליען און הימל. די רביס רייטן על ראשי עם קודש און ירשנען די רביסטיווע צו זייערע קינדער צו זיי זענען ראוי אדער נישט. רביסטיווע איז פארפוילט. דאס איז נישט קיין נייעס.
אימיצער האט אויפגעפאסט אינמיטן וואך אז די דראמא דא דערמאנט אים פון שמואל א', נאר שאול האט פארטוישט ראלע. מיר דערמאנט עס ליבערשט פון מלכים א'. דוד און שלמה האבן געבויט א מלכות מאוחדת מיט זייער טאלאנט און פירערשאפט. רחבעם האט גע'ירשנט. רחבעם האט נישט פארמאגט די גלאנץ. ער האט אלץ אנגעוואוירן.
ר' שאול איז טאקע א בנש"ק, א זון פונעם פריערדיגען רבי'ן. אבער ער איז נישט דער גער'ער רבי און נישט זיין יורש. ער איז וואס ער איז בזכות עצמו.
כלל ישראל לעכצט נאך אויטענטישקייט. מיר ווילן אמת'ע מנהיגים, אמת'ע משפיעים, רבי'ס מיט כאריזמע. מיר ווילן שפירן א טעם אין אידישקייט, א טעם אין רביסטיווע. עס בענקט זיך נאך פאלקסישע רביס, נאך רעוולאציאנערישע רביס וועלכע זענען דירעקט נישט קיין יורשים און גיין נישט אין שפאן. עס בענקט נאך די אמת'ע פארטרעטער פונעם בעל שם טוב.
מיר שפירן אין ר' שאול א פלייץ פון ענערגיע. אן אינפיוזשן אין די אדערן פון חסידות בכללית וואס מיר דארפן אזוי וויכטיג אונז צו אויפלעבן און אריינבלאזן א חיות אין די עצמות היבשות. דאס אנלויפעניש ארום ר' שאול שרייט ארויס, מיר זענען דורשטיג! מיר ווילן עפעס!
היינו טעמא דקרליבך, היינו טעמא דברסלב, היינו טעמא דר' שאול.
א גוטע וואך.[/justify]
כ'האב דיך געלייגט ווייל כ'האב הנאה וויאזוי דו האסט עס געשריבן. אלזא איך אגרי נישט מיט דיר אויף אלעמען. איבערהויפט אז איך האב גראדע יא געשריבן אז מענטשן לויפן צו אים ווייל מ'גלייכט כאאס ערגעץ...
לגבי ר' שאול'ן, אמת ער איז אויטענטיש, ער איז ארגינעל, אבער די וועג וואס ער האט היפש ארומגערעדט איבער די מסירות נפש וואס מ'דארף דא האבן, קוקט מיר יא אויס ווי, ווי נישט ווי בויעט ער זיך יא א שטיקעלע באזע בחסידות. איי געס, טיים וויל טעל צו ער איז טאקע דא פארן ציבור, צו אפילו נאר פאר זיין ציבור, צו ער גייט סוכ"ס בויען זיין אייגענע מלוכה וואס וועט יא גיין פאר הוא ובניו...
ימים ידברו!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
שעפטיל האט געשריבן:
לגבי ר' שאול'ן, אמת ער איז אויטענטיש, ער איז ארגינעל, אבער די וועג וואס ער האט היפש ארומגערעדט איבער די מסירות נפש וואס מ'דארף דא האבן, קוקט מיר יא אויס ווי, ווי נישט ווי בויעט ער זיך יא א שטיקעלע באזע בחסידות. איי געס, טיים וויל טעל צו ער איז טאקע דא פארן ציבור, צו אפילו נאר פאר זיין ציבור, צו ער גייט סוכ"ס בויען זיין אייגענע מלוכה וואס וועט יא גיין פאר הוא ובניו...
ימים ידברו!
אפילו אויב זיינע קינדער וועלן עווענטועל, ווערן קאראפטירט זאגט עס גארנישט אויף עים.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל