בלאט 1 פון 2
בילד גענומען דורך א גוי - סאדיגורא בני ברק טיש
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 2:22 pm
דורך בעל דרשן
חסידים ואנשי מעשה זענען אין שאק ווען צוליב אביסל פראפעגאנדע שיקט מען ארום בילדער פון א פרייטיג צונאכטס טיש ביי א געוויסע רבי וואס איז געווען צוגאסט אין בארא פארק אויף שבת און צוליב דעם וואס ביי שלש סעודות איז זיי נישט געלונגען צו שלעפן א ציבור שיקן זיי ארום בילדער גענומען דורך א גוי (ווי אזוי די בילדער קוקן אויס איז מסתבר אז ער איז געווען געדינגען וד"ל) וואס איז א גרויסע חילול שבת.
ס'איז צום האפן אז אונזער היימישע אויסגאבעס וועלן נישט שטיצן אזעלכע פראפעגאנדע.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 2:35 pm
דורך היכי דמי
עס איז אייביג דא בילדער געכאפט דורך א גוי.
מסתם יעדע קהילה האט אזאנס אין די פארגאנגענהייט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 2:47 pm
דורך קהל'ס נער
איינער האט שוין מעיר געוועין דארט אויפן פלאץ אז עס איז א געשטיקעלטע בילד, און מען דארף טאקע נישט זיין קיין מבין עס צי כאפן, אזוי ווי יענער האט טאקע פארגעזאגט "דוק ותשכח",
מילא קען גאר זיין אז א יוד האט עס געמאכט מוצ"ש א שעה נאך ר"ת זמן.
ועוד, וואס איז אזוי געפערליך אמירה לעכו"ם אויף א זאך וואס איז ניטאמאל א דרבנן, די פוסקים מיטשענען זיך צי טרעפן א איסור אויף עלעקטראניקס אום שבת.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 3:31 pm
דורך בעל דרשן
אפיציעל וועסטו קיינמאל נישט זעהן קיין בילדער פון א גוי ארויסגעשטעלט דורך די אייגענע הויף, דא שיקן זיי עס אפיציעל ארום אן קיין שום בושה.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 3:32 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
געפערליכע פירצה.
פאר גאדס סעיק, פארוואס האט עס פונקט געמוזט געשעהן ביי די חצר וואס דו האסט אזוי פיינט?
פארוואס האט עס פונקט געמוזט געשעהן ביי די חצר וואס דו האסט פרובירט צו לייקענען די מילתא דעבידא לגלויי אז ער האט געהאט שווערע טויזנטע מענטשן ביים טיש פרייטאג צונאכטס?
נישט אז איך בין מסופק צו דו וואלסט מוחה געווען אין סיי וועלכע אנדערע חצר, אבער דאך.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 3:33 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
בעל דרשן האט געשריבן:אויפציעל וועסטו קיינמאל נישט זעען קיין בילדער פון א גוי ארויסגעשטעלט דורך די אייגענע הויף דא שיקן זיי עס אויפציעל ארום אן קיין שום בושה
וואו זעסטו אז זיי שיקן עס ארום?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 3:35 pm
דורך בעל דרשן
איך האב זיי פיינט חלילה וחס
נאר דאס אז מיטן נאמען פון צוואה קענען זיי עובר זיין אויף אלע עבירות אין תורה
און ווי עס קומט צו פראפעגאנדע איז נישט דא קיין שבת עקעלט עס
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 3:36 pm
דורך בעל דרשן
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:בעל דרשן האט געשריבן:אויפציעל וועסטו קיינמאל נישט זעען קיין בילדער פון א גוי ארויסגעשטעלט דורך די אייגענע הויף דא שיקן זיי עס אויפציעל ארום אן קיין שום בושה
וואו זעסטו אז זיי שיקן עס ארום?
בחדרי חרדים און אזוי ווייטער אלע נייעס פלאטפארמע באקומען א פעטע פרייז ס'איז א דבר ידוע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 3:37 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
דבר ידוע. שלאג מיך.
נייעס פלאטפארמעס מיינט נישט אפיציעל ביי מיר.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 4:09 pm
דורך בעל דרשן
מחאה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 4:20 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:איינער האט שוין מעיר געוועין דארט אויפן פלאץ אז עס איז א געשטיקעלטע בילד, און מען דארף טאקע נישט זיין קיין מבין עס צי כאפן, אזוי ווי יענער האט טאקע פארגעזאגט "דוק ותשכח",
מילא קען גאר זיין אז א יוד האט עס געמאכט מוצ"ש א שעה נאך ר"ת זמן.
ועוד, וואס איז אזוי געפערליך אמירה לעכו"ם אויף א זאך וואס איז ניטאמאל א דרבנן, די פוסקים מיטשענען זיך צי טרעפן א איסור אויף עלעקטראניקס אום שבת.
קהל'ס נער: די עלעקטראניקס איז די גרינגערע חלק. איך ווייס נישט פונקטליך וואס די הגדרה קען זיין ביי כאפן בילדער אום שבת. נאר למשל ביי נוצן אן אוידיאו סיסטעם איז נישט אזוי ווייט די פראבלעם מיט די עלעקטראניקס. אויף דעם וואלט מען געקענט טרעפן עפעס אן אופן פון א ..."היתר"... די עיקר פראבלעם איז מיט השמעת קול בשבת. (גזירה שמא יתקן כלי שיר). ממילא איז טון די מלאכות דורך א גוי וואס מען האט געדינגען, איז אן ערנסטער פראבלעם...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 4:27 pm
דורך היכי דמי
אונז ווייסן די אמת, פאר @בעל דרשן באדערט בכלל נישט די גוי, עס באדערט אים די בילד…
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 11:07 pm
דורך בן נון
וועלכע שמוציגע לץ האט געשריבן די מחאה כגיי נאטס פאר די קול קורא אשפ”ג
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 2:09 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
איך וועל מיר עכט נישט ווינדערן אויב בעל דרשן איז א ברידער פין די רבי אדער גאר די רבי פין ירושלים אדער איינער פין דיינע קינדער....
דער אהבה שרייט ארויס פין דיין פענע....
האב הצלחה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 2:32 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
אזא גערעדעכץ איז א סקאנדאל אין מיינע אויגן, עפנט אן אשכול מכלומרשט אנגעדרייט מיטן גארטל האלטנדיג סגעפילטע פישל אויפן אקסל, קומט אריין ווי א גאנצער הייליגער וועם כבוד שמים גייט אין די בלוט, אבער די געשיכטע איז אז ער ווייסט אז זיי האבן געדינגען דעם פאטאגראפירער וויבאלד בחדרי פובליצירט עס.........
דער פרובירט אפילו נישט צו באהאלטן זיין שנאה צום חסידות און מישט א קאשע פון קלייען. כזע נישט וויאזוי אזא זאך קען טאלערירט ווערן, אגענדעס קען מען שטופן ביי זיך אין מקוה אדער פאר ישיבה בחורים.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 9:02 pm
דורך בעל דרשן
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:איך וועל מיר עכט נישט ווינדערן אויב בעל דרשן איז א ברידער פין די רבי אדער גאר די רבי פין ירושלים אדער איינער פין דיינע קינדער....
דער אהבה שרייט ארויס פין דיין פענע....
האב הצלחה
איך בין שטערנבוך די רבי'ס שווער איך טו עס קעגן עין הרע פאר מיין איידעם
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 7:49 am
דורך שמעקעדיג
בעל דרשן האט געשריבן:מחאה
א עקל צו ליינען, פון יעדע ווארט שפריצט שנאה.
אסאך אידן פארגעסן אז אינעם זעלבן פסוק פון "הוכח תוכיח" שטייט גלייך דערויף "ולא תשא עליו חטא".
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 9:31 am
דורך צעיר בישראל
דאס איז א נייע ערשיינונג וואס וועט מיט די צייט ווערן נארמאל, ס'איז געווען בילדער פון גער (די גרויסע) שב"ק צופרי, אזוי אויך ויז'ניץ ב"פ, פרייטאג צונאכטס אין מעזיבוז. ס'ליגט מיר אין קאפ נאך עטליכע, אבער כ'געדענק נישט אויפן מאמענט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 10:39 am
דורך berlbalaguleh
צעיר בישראל: איך ווילל נישט זאגן. אבער, כ'האב מורא אז אונז גייען אויפ'ן מהלך פון די קאנסערוואטיוון. מ'גליטשט זיך צוביסלעך. א ביסל. און נאך א ביסל. מ'באמערקט אליין נישט. מ'זוכט און מ'טרעפט היתירים און קולות. און בדיעבד'ס. שפעטער ווערט פון די בדיעבד'ס א לכתחילה...!
איך ווילל נישט מאכן א פרעדיקשן. (פאראויסזאגונג). אבער כ'האב מורא אז אין א פאר יאר ארום וועללן די שבת גויים. די וועלכע כאפן די פיקטשערס ביי די רבי'ס טיש, גיין געהעריגע בעקישעס. און זיך אויסמישן מיט די חסידים.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 10:45 am
דורך נאך א מיינונג
וואס עפעס נאר טישן? און שבת שבע ברכות, ברמצוה און סתם פארברענגן?
ווילאנג וועט עס נעמן ביז מיר וועלן זען ווידיאוס פון ברמצוה בחורים ביי זייער עליה לתורה, חתנים ביים באווארפן, און דרשות ביי סעודות? די גאנצע סבה פון טוישן חתונות פון פרייטאג צו נאכטס אויף די וואכענטעג איז צוליעב קאמעראס. יעצט וואס דאס איז אויך מותר, וועט מען שוין זען חתונות פרייטאג צו נאכט, און פיקטשורס נאך די חופה, לכבוד שבת קודש.
ווי זענען די רבנים? פארוואס איז אן עלעוועיטאר א פראבלעם, און א ווידיאו פון א טיש נישט?
Re: בילד גענומען דורך א גוי - סאדיגורא טיש
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 10:48 am
דורך צעיר בישראל
berlbalaguleh האט געשריבן:צעיר בישראל: איך ווילל נישט זאגן. אבער, כ'האב מורא אז אונז גייען אויפ'ן מהלך פון די קאנסערוואטיוון. מ'גליטשט זיך צוביסלעך. א ביסל. און נאך א ביסל. מ'באמערקט אליין נישט. מ'זוכט און מ'טרעפט היתירים און קולות. און בדיעבד'ס. שפעטער ווערט פון די בדיעבד'ס א לכתחילה...!
איך ווילל נישט מאכן א פרעדיקשן. (פאראויסזאגונג). אבער כ'האב מורא אז אין א פאר יאר ארום וועללן די שבת גויים. די וועלכע כאפן די פיקטשערס ביי די רבי'ס טיש, גיין געהעריגע בעקישעס. און זיך אויסמישן מיט די חסידים.
איך האב נישט געמיינט עד כדי כך, אבער קודם כל היינט פארמאגט כמעט הונדערט פראצענט פון די פאבליק ארענא קעמעראס, און בנוסף צי דעם, איז יעדער ארבעט מיט א שטאב פון גוים פון פאר שבת ציציגרייטן אז זאכן זאלן קלאפן, און זיי אלע נעמען בילדער פון די ארבעט וואס זיי האבן אריינגעלייגט און משיקט עס ארום
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:48 pm
דורך בעל דרשן
סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס
נישט דא גוים וואס גרייטן אן דארט ?
פינקט דא האבן זיי גענומען און געמאכט בילדער רואיג ביז פאליציי איז געקומען האט מען זיי געהייסן סטאפן מאכן ...
כמעט ווי זיכער אז מ'האט זיי באשטעלט פאר שבת אלעס פאר אביסל פראפעגאנדע
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 1:01 pm
דורך מפיל קינד
בעל דרשן האט געשריבן:סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס
אויב דו ווילסט זאגן אז הרב מש"י פון ירושלים האט ביים טיש בערך וויפיל סקווירא בארא פארק האט, גלייב איך דיר. אבער האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט געהאט ביים טיש 3 מאל מער וויפיל רחמסטריווקא האט יעדע וואך און 5 מאל מער פון באבוב.