בלאט 1 פון 1

אידישע ניגונים פון נישט היימישע.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 2:48 pm
דורך יעקב מעקסוועל
עס איז פארהאן אן אוצר פון אידישע ניגונים פארשפרייט איבער די וועב, געשריבן געווארן דורך פארפאסער פון יעדע מדריגה אין אידישקייט. צומאל טרעף איך א ניגון וואס איך האב קיינמאל געהערט בעפאר, און אמאל ווער איך אנגעווארעמט פון א ניגון וואס איז מער באקאנט. דא וועל איך פראבירן ארויפצולייגן ניגונים וואס איך גלייך, און יעדער איז מכובד מיר צו העלפן. ווען איר לייגט ארויף א ניגון, ביטע ברענגט די פולע טעקסט מיט א לינק, און וואס נאך איר ווייסט איבער דעם ניגון.

----------

אינדרויסן איז פינסטער

אינדרויסן איז פינסטער, אינדרויסן איז פינסטער ס'איז שפעט ביינאכט.
מען הערט קיין דזום, קיין שארך, קיין פייגעלע פליען אויף דער גאס.
מען הערט קיין דזום, קיין שארך, קיין פייגעלע פליען אויף דער גאס.

אוואו ביסטו געווען, כ'וויל מיט דיר צוויי ווערטער רעדן.
אוואו ביסטו געווען, כ'וויל מיט דיר צוזאמען זיין.

טא קום ארויס צו מיר, מיין טייערע זיס לעבן.
איך שטיי און ווארט אין גאס, אליין איך ווייס נישט פארוואס.
איך שטיי און ווארט אין גאס, אליין איך ווייס נישט פארוואס.

אוואו ביסטו געווען, כ'וויל מיט דיר צוויי ווערטער רעדן.
קומ'זשע ארויס, כ'וויל מיט דיר צוזאמען זיין.

אוי דיין שיין פנים, מיט דיינע שווארצינקע אויגעלעך.
אוי און דיין מויל מיט דיינע שיינע ווייסיקע ציין.
אוי און דיין מויל מיט דיינע שיינע ווייסיקע ציין.

אוואו ביסטו געווען, כ'וויל מיט דיר צוויי ווערטער רעדן.
קומ'זשע ארויס, כ'וויל מיט דיר צוזאמען גיין.


*זיי נוצן "אטשקעלעך" פאר אויגעלעך, דאס קומט פון אוקרייניש.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 8:03 pm
דורך קהל'ס נער
דער דלות

מען וויינט מען שרייט,
ס'איז א שלעכטע צייט,

א קריזיס אויף די וועלט.

זיי האבן רעכט,
די צייט איז שלעכט,

קיינער האט קיין געלט.

איעדער וויינט איעדער קלאגט,
דאס לעיבן איז פארמיסט,
מען זיכט ארום דעם שילדיגן,
און ווייסטו ווער דאס איז.....

(פזמון: דער דלות, דער דלות,
ער הערשט היינט איבער אלעס,
איעדע יוד,
קען עים גיט,
ער איז אין יעדע שטוב.

דער דלות, דער דלות,
פארנומען האט ער אלעס,
אלס אפגעשריבען,
און פארבליבן,
איז דער דלות דארט.

צרות גרויסע ליידן מיר פון אים בייטאג ביינאכט,
ער מיטשעט אינז ער דיטשעט אינז ווער האט עים אויסגעטראכט,
דעים דלות, דעים דלות,
ביי חתנים און ביי כלות,
אין יעדע הויז,
די דלות גרויס,
געוואלד ווי האלט מען אויס.

ע"כ הפזמון.)

אויף א חתונה בין איך געוועין,
הערט א שיינע זאך
איך וויל אייך פארציילן וואס איז געשעין,
איך שעים זיך נישט פאר אייך.

צאלט אויס דעם נדן,
שרייט די חתן,
אהער געב דאס מזומן,
נאר ווייל ס'איז נאך די חופה געוועין האט ער נעבעך באקומען....

(פזמון: דעם דלות וכו')

צים טיאטער קום איך היינט,
די גאס מיט מענטשן שווארץ,
פונעם טיאטער וועט היינט זיין,
ס'פרייט זיך מיר דאס הארץ.

מ'רינגלט מיך ארום און שרייט,
מיר ווילן אייך שפילן זעין,
און ווי איך ווייז זיי אן דעם קאסע ענטפערן זיי מיר שיין.

מיר וואלטן געגאנגען אבער......

(פזמון: דעם דלות וכו')


בן ציון וויטלער

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 1:48 am
דורך טראכטכמוני
דער שרייבער משה פראגער האט ארויסגעגעבן א דיקן בוך געטיטלט "אנטאלאגיע פון רעליגיעזע לידער און דערציילונגען" אין תשט"ו, ס'איז אן אוצר בלום פון פארצייטישע אידישע ליטעראטור וואס אנטהאלט לידער, דערציילונגען, מאטיוון, אוו סקיצן וואס זענען פארפאסט געווארן דורך רעליגיעזער שרייבער - מענער און פרויען - וואס זענען אוועק אינעם ביטערן קריג, מיט ביאגראפישע שטריכן און פיקטשערס פון די שרייבער. די ביאגראפישע חלקים זענען געשריבן געווארן דורך דעם לעגעדארער יוסף פריעדענזאהן פון דאס אידישע ליכט.

עס איז א ריכטיגע אוצר פאר די וואס אינטערסירט זיי אידישע - און איבערהויפט רעליגעזע - שרייבעריי און פאעזיא. דא איז עס גענצליך עוועילעבל אנליין: https://archive.org/download/nybc205837/nybc205837.pdf

פאלגענד איז איין אינטערסאנטע הומאריסטישע גראם וואס שילדערט די קאשמארן וואס "ר' תחנון" גייט דורך ווען אימער מ'לאזט אים אויס פון דאס דאווענען. עס ליגט גראדע צווישן דערציילונגען און איז אן אלטן פאלקס-ליד, זיי ווייסן נישט ווער דער מחבר איז איך לייג עס צו אלס עטעטשמענט. ליינט און האט הנאה.

r_tachnin_Page_1 - Copy.png

r_tachnin_Page_2 - Copy.png

r_tachnin_Page_3 - Copy.png

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:06 pm
דורך תרמב
נעבעך! מיין הארץ גייט אויס פאר ר’ תחנון......

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 3:41 am
דורך יעקב מעקסוועל
אין ליכט פון די מעגליכקייט אז ליבע ניגונים קומען צוריק צום אידישען קולטור... לאמיר ברענגען א שטארקע ניגון. מעגליך די מערסט באקאנטע אידישע ניגון.

דער ניגון "ביי מיר ביסטו שיין" איז קאמפאזירט געווארן צווישן די ערשטע און צווייטע קריג, פאר א אידישע פילם אין ניו יארק. די ניגון האט זיך פארשפרייט גאר שנעל איבער די וועלט, און עס איז געווארן איבערגעטייטשט אין אנדערע שפראכן. איראניש, איז עס פארשפרייט געווארן צווישן די דייטשן, און זיי זענען געטאנצען צום ניגון מיינענדיג עס איז א "ריינער" דייטשן ניגון. ווען עס האט זיך פארשפרייט די ידיעה פון וואו די ניגון קומט, האבו עס די נאציס גע'אסר'ט צו זינגען. צווישן אנדערע האבן די רוסן אויך גענוצט די טון ארויפצולייגן שפעט ווערטער אויפן דייטש (לינק צום סוף).

----------

https://www.youtube.com/watch?v=G87IvmGRPvo

איך וויל דיר זאגן, איך גלייך צו הערן,
אז דו זאלסט מיר ליבע דערקלערן,
ווען דו רעדסט מיט די אויגן,
וואלט איך מיט דיר געפלויגן,
וואו דו ווילסט, עס ארט מיך ניט.

און ווען דו האסט אביסעלע שכל,
און ווען דו ווייזט דיין נארישע שמייכל,
ווען דו טאנצט ווי אן אינדיאנער,
ביסט אפילו א גאליציאנער,
זאג איך דאס ארט מיר ניט.

ביי מיר ביסטו שיין,
ביי מיר האסטו חן,
ביי מיר ביסטו איינער אויף דער וועלט.

ביי מיר ביסטו גוט,
ביי מיר האסטו it,
ביי מיר ביסטו טייערער פון געלט.

פיל שיינע אינגלעך האבן שוין געוואלט נעמען מיר,
און פון זיי אלע אויסגעקליבן האב איך נאר דיר.

ביי מיר ביסטו שיין,
ביי מיר האסטו חן,
ביי מיר ביסטו איינער אויף דער וועלט.

ביי מיר...


----------

אן ענגלישע ווערסיע:
https://www.youtube.com/watch?v=Q4-XIKt-ADs

די רוסישע ווערסיע, פארשעמענדיג די דייטשן:
https://www.youtube.com/watch?v=AHvLIoo7cQI

Re: אידישע ניגונים פון נישט היימישע.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:41 am
דורך פרנס החודש
זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג- איינע פון די מערסט רירנדע אידישע לידער.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 9:27 am
דורך cictim
ירושלים
אינדרויסן יאגט א ווינט א קאלטער, אין א פינסטערע נאכט, אין שטוב זיצט א איד א אלטער, אין צימער פארטראכט, די בארד שניי ווייס, די אויגן זיי גליהען, ער קלאגט און וויינט אויף שערי ציון, אין הארצן טיפן, הערט מען רופן , דאס איינציג הייליג ווארט.
ירושלים, ירושלים מיין איינציג הייליג ארט )ב"פ(

מיין פאטער פלעגט מיר ליבן, ווען איך וואהר איין ציכטיג קינד, אויך היינט האט ער מיך פארטריבן, צוליב מיינע גרויסע זינד, איך טראג שוין זיין צארן, שוין 2 טויזענט יאר, ווייס זענען שוין געווארן מיינע האר, היינט מוז איך וואנדערען, פון איין ארט צום אנדערן, נישט זיין נישט דא נישט דארט.
ירושלים, ירושלים מיין איינציג הייליג ארט )ב"פ(

אויך וויינען , מוז איך און זיפצן, און פארגעסן דעם לוסט פון טאנץ, באגראבן אונטער מיינע מויערן מיין פראכט, מיין שיין, מיין גלאנץ, קיין כהן געבליבן, קיין מזבח קיין קרבן, די לויים זענען נעבעך אין גלות אויסגעשטארבן, און די אראבישע מעטשעטן זעט מען אויף דעם טייערען הייליגען ארט.
ירושלים, ירושלים מיין איינציג הייליג ארט )ב"פ(

די צייט האט מיך אויפגעגעסן, מיט אירע שארפע ציין, אויך היינט קען איך נישט פארגעסן, נישט פארגעסן ניין, רוים האט פארוויסט, דאס יודישע לאנד, געבליבן איז נאר די מערב וואנט, און געבליבן דערויף געשריבן, מיט יודיש בלוט דאס ווארט.
ירושלים, ירושלים מיין איינציג הייליג ארט !


תנחום
טייערע תנחום- דו ביסט געוועהן א מתמיד געלערענט טאג און נעכט, היינט זענען דיינע מעשים זעהר שלעכט,
דו ביסט אראפ פון גוטן וועג, מיט טריפה פסול פארברענגסטו דיינע טעג,
לערן בעסער תורה לשמה, כי עץ חיים היא למחזיקים בה!
מאמע טייערע מאמע – דו גיבסט ארויס א הארבן מוסר, צו לערנען טריפה פסול איז דאך קיין איסור,
שוין גענוג געדאווענט פארן עמוד, שוין גענוג געלערענט פאר דעם נר תמיד,
אין הונגער און נויט אין מרה שחורה, און היינט זאג איך אם אין קמח אין תורה,
תנחום טייערע תנחום – דו רעדסט טאקע אן ישוב הדעת, דו קענסט ברענגן דעם בורא עולם אין כעס,
וואס איז דען דער מענטש גאר, דאס גאנצע לעבן הענגט דאך אין א האר,
לערן בעסער תורה לשמה, כי עץ חיים היא למחזיקים בה,
מאמע טייערע מאמע – הער אויף צו וויינען צו שרייען, דען חלילה לית דין ולית דיין,
דעם סוד ווייסט דאך יעדער פון אלי' רבה, אז דער עיקר איז עולם הזה און נישט עולם הבא,
דאס גן עדן איז אויך פאר לעבעדיגע מענטשן, ווייל דער עיקר איז דאס עסן און נישט דאס בענטשן,
תנחום טייערע תנחום – דו גראבסט דיר א גרוב אין מדבר שממה, אריסטאטליס תורה איז דאך קיין נחמה,
דיין טאטען אין קבר איז אויך נישט ניחא, רבונו של עולם בידך אפקיד רוחי,
מיין נשמה צאנגט שוואכער און שוואכער, שובו בנים שובבים חוץ מאחר!
מאמע טייערע מאמע – אויף דיין קבר וועל איך טרערן פארגיסן, ווי אליין בין איך געבליבן ווי זאל איך דיר זוכן,
א יאמער וועל איך וויינען אויף מיין חורבן, איבער מיינע זינד ביסטו מאמע נעבעך געשטארבן,
איך זיץ שוין ווידער ביי די חלב לעכט, און לערנן תורה טאג און נעכט,
תנחום טייערע תנחום – א פעלער ביסטו באגאנגען א שווערן, אבער נישט אומזינסט זענען דיינע טרערן,
זיי טוען דערגרייכן ביז מלך דוד, און אויך ביז צו דעם כסא הכבוד,
אבער נאך חרטה אויף דיינע שלעכטע כוונות, גייט אב יתומים און מוחל עוונות.


מנשה
איז זיך געזעסן ביי די גמרא דער אלטע מנשה, און געלערנט מיט התלהבות,
קומט צו גיין זיין ווייבל זלאטא און פרעגט א קשיא, פון וואנען נעמט מען אויף שבת,
ניע מאם בילקי נא צשטא מין השבת, ניע מאם וואדקי אי מיעסא נא קידוש,
אפשר וואלט געווען א סברה, צו פארמאכן די גמרא, און זיך גיין אויסבארגן אפאר גראשן אויף מארגן,
ווייל פון דיין לערנען מיט התלהבות, טא ניע בודיד נא שבת,
לערנט ווייטער דער אלטער מנשה, מה תכנת איז א שווערע קשיא,
ווייל קושייט חאצשיש, ווייל קושייט טרעבא, ווייל קושייט ני זשנא,
טא וואזשע דארפט מען צו זאגן, א תירץ פאר דעם מאגן,
ענטפערט איהם זיין ווייבל זלאטא, מנשה מנשה דו ביסט דאך א טאטע,
אז מיר האבן צוויי טעכטערלעך און זיי זענען שוין ראוי לברכה,
אי.. אי.. אי.. עסו ואלט דאך געקענט זיין א כבוד פאר די משפחה,
נאר די גרויסע למדן דו האסט דאך גאר פארגעסן, אז עס איז נישט דא קיין נדן קענען זיי נאך חלילה פארגעסן,
לערנט ווייטער דער אלטער מנשה, זלאטא זלאטא!
עס איז געשריבן אין די הייליגע רש"י, אז א יודישע טאכטער טאר נישט פרעגן קיין קשיא,
נאר דו דארפסט צו דאנקן און לויבן דעם בורא, אז די האסט א מאן א בן תורה,
מיר האבן קיין גראשן אויף היינט, און ווער שמועסט אויף מארגן,
דערפאר האבן מיר א גרויסע גאט, וועט ער אודאי פאר אונז זארגן!


אוי דעמאלס וועט דאך זיין א טומל, דאס שווער איך אייך בנאמנים,
אז שפאלטן וועט זיך דער הימל, עס וועט דונערן און בליצן עס וועט זיין סכנות,
און מיר חסידים'לך וועלן דעמאלס לעבן א וועלט, דאס לעבן וועט זיין צוקער זיס,
און מיר חסידים'לך וועלן האבן פילע קעשענעס מיט געלט, ווייל משיח וועט קומען פון פאריז,
אוי וויי וועט דאך דעמאלס זיין א לעבעדיגע וועלט, מיר חסידים'לך וועלן האבן פילע קעשענעס מיט געלט,
קינדער וועט דאך אונז נישט שטערן, מיר חסידים'לך וועלן זיין מיליאנערן – רעפרייען -
אוי דעמאלס וועט דאך זיין א רעש, מען וועט ברענגען דעם שור בר צו פירען,
דער רב וועט זיין די קאמעדאנט, און מיר חסידים'לך וועלן זיין די אפיצירן,
די אפיקורסים וועלן נעבעך שטיין און קוקן, ביי די הערצער וועט זיי נעבעך דרוקן, רעפרייען
און דער רב מיט דעם קאנטשיק וועט זיי נעבעך שמייסן, מיר חסידים'לך וועלן פון זיי שטיקער רייסן,
דער רב האט מיר דערציילט נעכטן אין שול, משיח וועט נישט קומען אויף קיין פערד נאר טאקע אויף א אייזל,
מיר חסידים'לך וועלן דעמאלס לעבן א וועלט, דער רב וועט געבן א קוועטש ביי דעם לויפער,
מיר חסידים'לך וועלן האבן פיל קעשענעס מיט געלד, מיר וועלן הערן דעם קול שופר.


"היים" פון די יודישע פארטיזאנען
זאלסט נישט מיינען אז דו גייסט אין לעצטן וועג ,
ווען הימלען בלייענע פארשטעלן גרויע טעג ..!
ווייל קומען וועט נאָך אונזער אויסגעבענקטע שעה ,
ס́וועט א פּויק טאן אונזער טראט מיר זענען דא..!
פון גרינעם פאלמען, ביז ווייטן לאנד פון שניי,
מיר זענען דא מיט אונזער פיין, מיט אונזער וויי ..!
און ווי געפאלן איז א שפריץ פון אונזער בלוט,
שפראצן וועט נאך, אונזער גבורה אונזער מוט..!
ס́וועט די מארגן זון באגילדן אונז דעם היינט ,
און די נעכט וועלן פארשווינדן מיט די פיינט..!
און אויב פארזאמען וועט די זון אין דעם קאיאר ,
ווי א פאראל זאל גיין דאס ליד פון דור צו דור..!
געשריבן איז דאס ליד מיט בלוט נישט מיט בליי,
ס́איז נישט א ליד פון א פויגל אויף דער פריי..!
נאר ס'האט א פאלק צווישן פאלנדיקע ווענט,
דאָס ליד געזונגען מיט נאגאנעס אין די הענט..!
דערפאר זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט אין לעצטן וועג,
ווען הימלען בלייענע פארשטעלן גרויע טעג ..!
ווײל קומען וועט נאך אונזער אויסגעבענקטע שעה ,
ס́וועט א פויק טאן אונזער טראט מיר זענען דא . .!


עס ברענט - ברידערלעך עס ברענט
אין אונזער ארעם שטעטל נעבעך ברענט - בייזע ווינטן מיט ירגזון - רייסן, ברעכן און צעבלאזן
און די שטארקע ווילדע פלאמען אלץ ארום שוין ברענט
און איר שטייט און קוקט אזוי מיט פארלייגטע הענט
און איר שטייט און קוקט אזוי זיך ווי אונזער שטעטל ברענט !
עס ברענט ברידערלעך ס'ברענט - עס קען חלילה קומען דער מאמענט,
אז דאס שטעטל מיט אודז צוזאמען - זאל אוועק אין אש און פלאמען,
בלייבן זאל ווי נאך א שלאכט – שווארצע פּוסטע ווענט !
און איר שטייט און קוקט א זוי זיך ווי אונזער שטעטל ברענט !
עס ברענט ברידערלעך ס'ברענט - די הילף איז נאר אין אייך אליין געווענדט,
אויב דאס שטעטל איז אייך טייער - נעמט די כלים לעשט דאס פייער ,
לעשט מיט אייער אייגן בלוט - באווייזט, אז איר דאס קענט ,
שטייט נישט ברידער אט אזוי מיט פארלייגטע הענט – שטייט נישט ברידער אט אזוי ווי אונזער שטעטל ברענט!
עס ברענט ברידערלעך ס'ברענט - אין אונזער ארעם שטעטל נעבעך ברענט
עס האבן שוין די פייערצונגען - דאס גאנצע שטעטל איינגעשלונגען
און די בייזע ווינטן הוזשען – אלץ ארום שוין ברענט
שטייט נישט ברידער אט אזוי מיט פארלייגטע הענט – שטייט נישט ברידער אט אזוי ווי אונזער שטעטל ברענט!
)געשאפן אויף אונזער שטאט ירושלים(

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:18 pm
דורך שמן למאור
אין כל חדש תחת השמש,
עס איז שוין דאן געווען אידן אהן קיין שלום בית וואס האבן ארויסגעקוקט אויפן קאנטרי...

https://youtu.be/bnEBfdRo8x4

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:28 pm
דורך מרדכי מרדכי
הלוואי וואלט עס א היינטיגער איבערגעזינגען

אזוי ווי ליפא האט שוין געמאכט מיט 2 ניגונים

מענטשן פרעסער

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:54 pm
דורך יעקב מעקסוועל
אן אלטע אידישע ניגון פארפאסט א גוטע 100 יאר צוריק, דער מחבר האט אינזין געהאט טובערקלאוסעס, אבער עס פאסט זיך גוט צו צו יעדע סארט מגיפה. איבער-געזינגען פון פריש אין סאמע קאוויד תקופה.

מיקראבן, באצילן, וואס ווילט איר..?

מענטשן פרעסער

גאר א שרעקליכע מגיפה,
גײט פון לאנד צו לאנד,
מיט דער שנעלקייט פון א שריפה,
פון א פייער-בראנד.

מאכטלאז איז דעם מענטשנ'ס זינען,
ס׳בלייבט די חכמה שטיל,
ס׳איז קײן מיטל צו געפינען,
קעגן א באציל.

מיקראבן, באצילן, וואס ווילט איר?
זאגט, וועמענ'ס שליחות דערפילט איר?
איר פרעסט די קרבנות,
גאר אן קיין רחמנות,
אין בליענדע לעבן נאר צילט איר.

איר באדט זיך אין טרערן פון ווײנער,
איר ציט אויס די מארך פון די בײנער,
איר סמ'ט די געדערים,
איר קריכנדע ווערעם,
מיקראבן, באצילן, וואס ווילט איר?


אין די לונגען טיף באגראבן,
וואוינט די בלאסע פעסט,
די באצילן די מיקראבן,
בויען זײער נעסט.

פרעסן אונזער לייב און לעבן,
פרוכטבארן זיך פעק,
און מיר מוזן זעלבסט פארשוועבן,
פאר דער צייט אוועק.

און מיר פילן ווי מיר גײען,
שטיל און לאנגזאם אויס,
און די שמערצן און די ווײען,
זענען שרעקלעך גרויס.

און די פינסטערע מחשבות,
גרעסערן דעם שמארץ,
יארן ליגט דער מלאך המװת,
טיף ביי אונז אין הארץ.

מיקראבן, באצילן, וואס ווילט איר?
זאגט, וועמענ'ס שליחות דערפילט איר?
איר פרעסט די קרבנות,
גאר אן קיין רחמנות,
אין בליענדע לעבן נאר צילט איר.

איר באדט זיך אין טרערן פון ווײנער,
איר ציט אויס די מארך פון די בײנער,
איר סמ'ט די געדערים,
איר קריכנדע ווערעם,
מיקראבן, באצילן, וואס ווילט איר?


אינדרויסן זענען דא וואמפירן,
אום צו לעבן גוט,
אונזער פראצע זײ ראבירן,
טרינקען אונזער בלוט.

און פארשלעפן אין די זומפן,
אונזער אויג אין קאפ,
אוי איר נידעריגע לומפן,
אייך האלט קײן זאך אפ.

און צעקריפלטע און טויטע,
פאלן דא און דארט,
נייע לעבנ'ס אנגעגרײטע,
פילן אויס דעם ארט.

און אין גרויסע טיפע קברים,
פאקט מען לייכעס פיל,
און די הערשער, די קיסרים,
שפילן שאך-מאט שפיל.

מיקראבן, באצילן, וואס ווילט איר?
זאגט, וועמענ'ס שליחות דערפילט איר?
איר פרעסט די קרבנות,
גאר אן קיין רחמנות,
אין בליענדע לעבן נאר צילט איר.

איר באדט זיך אין טרערן פון ווײנער,
איר ציט אויס די מארך פון די בײנער,
איר סמ'ט די געדערים,
איר קריכנדע ווערעם,
מיקראבן, באצילן, וואס ווילט איר?


מיקראבן, באצילן, וואס ווילט איר?
זאגט, וועמענ'ס שליחות דערפילט איר?
איר פרעסט די קרבנות,
גאר אן קיין רחמנות,
אין בליענדע לעבן נאר צילט איר.

איר באדט זיך אין טרערן פון ווײנער,
איר ציט אויס די מארך פון די בײנער,
איר סמ'ט די געדערים,
איר קריכנדע ווערעם,
מיקראבן, באצילן, וואס ווילט איר?