קהל'ס נער האט געשריבן:ישר בעיניו האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:ניין מען קען נישט צווינגען א ספאוס ווי אזוי זיך אנציטין, אבער אז די ווילסט יענעם טוישן גיי מיט שכל און ליבע, מיט כוח וועסטו קיין ערגעץ נישט אנקומען, און ס'קען אויך בעקפייערן.
וואס הייסט מיט שכל און ליבע?
דעיס איז א לאנגע נושא וואס איך קען נישט שרייבן על רגל אחת אין איין תגובה, כ'וועל בלי"נ אויף זיכן ביכער איבער דעים, דער עולם איז מכובד מיך ארויס צי העלפן.
שוין כ'זעי אז אויב וועל איך עס נישט יעצט שרייבן וועל איך עס קיינמאל נישט שרייבן סא...
והנה, ליבע אויב פארשטייסטו נישט וואס איז ליבע, איז א גרויסע פראבלעים (ליידער אין אונזער קאמיוניטי זענען אסאל געשלאגן אין דעים, מאנכע באשילדיגן היטלער, אזוי צי אזוי איז עס א גרויסע פראבלעים ביי אונזער קאמיוניטי).
לאמיר ערשט זעין וואס ליבע איז נישט.
תאווה. מען קען האבן תאוות אויף א שונא, ווען איינער רעיפט איינעם איז קלאר אז ער האט איר נישט ליב, ווען יא וואלט ער עס נישט געטין.
ראמאנטיקע. אין די אלגעמיינע גאס רופט מען "מען פאלט אריין אין ליבע" דאס איז נישט תאווה, דאס איז א ליבשאפט געבויט אויף חיצונות, למשל גלייך נאכן חתונה ווען מען איז נאך עקסייטעד מיט א נייע ווייב, אדער מען גייט אויף א דעיט אדער אויף וועקעישען, הצד השווה שבהן מען האט א גוד טיים און ס'דא א נקבה צי דיין זייט.
געלט כבוד יחוס וכו'. כ'מיין אז דאס דארף מען נישט מסביר זיין, אבער ס'ליידער דא מענטשן וואס מיינען אז דאס איז ליבע.
אז מען ווייסט שוין וואס ס'איז נישט, שטעלט זיך די פראגע, וואס איז עס יא?
דאס איז א געפיל פון א מענטש צי א צווייטע (לאו דוקא מאן און ווייב), נישט געבויעט אויף גארנישט און אן קיין תנאים, מען קען דאס נישט מסביר זיין ווייל ס'איז ריין רגש, אן קיין הסברים אן קיין חיצוניות, דעיס איז זייער א געשמאקע זאך סיי צי געיבן און סיי צי באקימען, ווען איינער קימט אן צי דעים זעיט ער אז ס'איז נישטא קיין בעסערע זאך אויפן וועלט ווי דעים.
וויל דאך יעדער וויסן וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
מ'דארף ארבעטען אויף דעים שלא על מנת אז מען וועט עפעס ציריק באקימען דערפאר, מען פרובירט יענעם צי פרייליך מאכן, מחזק זיין, געיבן עטענטשן, געיבן קאמפלימענטן (זייער א שטארקע כלי), מיטפילן מיט יענעמ'ס שמחה און מיט יענעמ'ס צער, זיך נאכפרעיגן אויפן טאג טעגליכן סדר היום וויאזוי איז אדורך, און אויך אויפן פעזענליכען לעיבן, קויפן מתנות (ס'דארף נישט זיין טייער, די נקודה איז אז די האסט יענעם אינזין געהאט), אפשרייבן שיינע בריוון מיט געפיל ווערטער, שמועסן געשמאק (מענטשן כאפן נישט אז סתם שמועסן מיט די ווייב איז זייער א וויכטיגע זאך), ארויס העלפן ווען יענער איז אין א פראבלעים, האגן יענעם אדער סתם אזוי געיבן די הענט מיט א ווארימע קוועטש אדער א באקוועמע קלאפ אין ריקן, און פארשטייט זיך שמייכלן צי יענעם.
כמים פנים אל פנים, גייט יענער דיך ציריק ליב האבן, דעיס געשעיט נישט איבער נאכט אבער ס'נעמט אויכט נישט צי לאנג, ווען יענער האט דיך ליב האסטו עים ציריק לי כגלגל החוזר.
מען דארף אבער אכטונג געיבן ס'זאל נישט ווערן קיין קא-דעפענדענסי, (עוד חזון אויף די נושא, די נקודה איז אז עס קען ווערן א אנגעהאנגענקייט אנטשטאט ליבע, וואס דאס איז זייער נישט קיין גיטע זאך, אויב דעיס געשעיט וועסטו פילן אז עפעס איז ווראנג מיט דיין רילעישענשיפ, און מיר וועלן דעמאלטס ווייטער רעדן).
מען דארף אויך האבן שכל נישט צי זיין קיין פעיגער, און איבער ציען די שטריק, פון אנפאנג גייט מען קליינע בעבי סטעפס, און ווי מער די ליבע דעוועלאפט זיך קען מען טין מער געוואגטע זאכן אן זיין קיין פעיגער.
לענינינו, ווען מאן אין ווייב זענען אין ליבע וועלן זיי ווילן ציפרידן שטעלן איינער די אנדערע, זי וועט זיך וועלן אנטין וויאזוי די האסט ליב, און זי וועט דיך ווילן צופרידן שטעלן אין בעט און בכלל א גאנצע טאג צי מיט קאכן גיטע עסן, פירן די שטיב און סיי וואס ס'פעילט אויס.
אבער מען דארף ניצן די שכל, אסאך מאל וויל דיין ווייב דיך ציפרידן שטעלן אבער זי טיט עס נישט, למשל לבוש וועט זי נישט וועלן טוישן צוליב פעיר פרעשור, איז קודם דארפסטו זיין אפען מיט איר און זאגן וואס די ווילסט (נישט אייביג ווייסט זי וואס די ווילסט, די מימרא "ווען די וואלסט מיך באמת ליב געהאט וואלסטו געוויסט וואס איך וויל" איז טיפשות, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז אהבה זאל ברעניגען רוח הקודש).
נאכדעים קענסטו עס געיבן א ווארף אריין פון צייט צי צייט, אן פייניגען, זייער אסאך מאל וועט די אהבה גובר זיין אויף די פיער פרעשור.
און צומאל טאקע נישט, און אז די האסט איר ליב רודף איר נישט פאר דעים ס'נישט ווערט צי פארלירן די ליבשאפט פאר דעים, דא קען מען ניצען עצה'ס אזוי ווי [tag]יעקב מעקסוועל[/tag] זאגט אז מען זאל אנהייבן נאר אינדערהיים אזוי וועט זי זיך צעביסלעך ציגוואוינען און פילן באקוועם מיט דעים, אויב איז עס מיט מצווה עניינים זאל מען ריפן א נערמאלע כלה טיטשער זאל מסביר זיין די ווייב אז די אלע חומרות זענען טאקע נאר חומרות, און זענען נישט געמאכט פארן המון עם, פון דא און ווייטער קען מען טרעפן א עצה אויף כמעט יעדע זאך, אויב נישט איעדע.