בלאט 1 פון 2
שלום צווישן באבוב און באבוב-45?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:56 pm
דורך [NAMELESS]
שמועות לויפן ארום אז ס'האלט ביים אויסברעכן א שלום צווישן באבוב און באבוב-45.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:14 pm
דורך מיסטעריע
שמועות קארסירן אז ס'קומט א טשערידי קאמפיין,
אבער נישט פארגעסן אז אינטערנעט איז אסור..... #הא לן והא להו
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:27 pm
דורך קאצקע ציקער
אפשר איז די אינטערשטע שורה א קאוד?...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:50 pm
דורך תרמב
סלייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא שלום זאל געשעהן אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן, שלום ציווישן צוויי הויפן איז א מאסיווע אפעראציע וואס נעמט אריין אסאך לאגיסטיקס און זייער אסאך מענטשן זענען אינוואלווד, סאו אלץ איז דא מענטשן וואס ליעקן.
הלוואי זאל עס זיין אמת, איך דערמאן מיך פון א מייסטערהאפטיגע ארטיקל וואס יואל אשר לאבין האט געשריבן בשעת בעלזא מיט מחניווקא האבן זיך איבערגעבעטן, ער ברענגט ארויס אז מענטשן קענען אוועקגעבן זייער לעבן זייער משפחה און זייער פרעסטיזש אויף א מחלוקת וואס איז ניטאמאל זיינס, ער קריגט זיך פאר זיין רבי, וואס ווען ער דארף האבן זיין רבי האט ער אים פארפאקט, און א פאר יאר שפעטער טרעפט ער זיך שטיין אויף די פארענטשעס ביי א חתונה זעענדיג ווי די שונא פון רבין וועם ער האט אזוי באקעמפט איז געקומען און טאנצט מיטן רבין ווייל מ’האט שלום געמאכט.... די רבי האט געלייגט די גאנצע מחלוקת אונטער זיך און ער טרעפט זיך לעקיש, א שלעכטע נאמען, שוואכע שידוכים וכדומה, אלעס ווייל ער איז געווען די שלעגער פארן רבין, און די רבי האט זיך שוין איבערגעבעטן.....
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 6:45 pm
דורך berlbalaguleh
מיסטעריע האט געשריבן:שמועות קארסירן אז ס'קומט א טשערידי קאמפיין,
אבער נישט פארגעסן אז אינטערנעט איז אסור..... #הא לן והא להו
מיסטעריע (נישט היסטעריע): דער טשערידי קאמפעין איז נאר א סייד דיש. דאס קומט ממילא. דארט איז נישטא קיין שום חידוש. די אנדערע חלקים זענען (מעגליך) יא אינטרעסאנט...!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 6:56 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב: איינער, א לץ האט אמאל אראפגעלייגט די מעשה וואס דו פארציילסט, בערך אזוי. (בדרך משל ומליצה)...א מענטש גייט אויפ'ן גאס און פלוצלינג כאפט איהם אן א פיעלינג אז ער דארף זייער שטארק גיין קטנ'ען. ער זוכט א פלאץ וואו ער קען זיך א ביסל ארויסלאזן. (קיין ביהכ"ס איז נישט דא אין די געגנט.). ער זעהט א טראק איז געפארקט. ער גייט צו צו די זייט פונ'ם טראק. ער הייבט אן קטנ'ען און דער טראק נעמט זיך אוועקפארן אינמיטן...אזא פנים האט א מענטש וואס ער לייגט זיך אריין בעובה של קורה אין א מחלוקת פאר א רעבי'ן. ער שלאגט פראסקעט און טעראריזירט אלץ אין נאמען פון רבי'ן. צום סוף מאכט די רבי גאר שלום מיט זיין בעל פלוגתא. און יענער בלייבט לעקיש...!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 7:10 pm
דורך נפה
בחדרי שרייבט אז ככל הנראה רעדט מען פון אן אסיפה בענייני טכנולוגיה
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 7:15 pm
דורך בעל דרשן
קיינער ווייסט נישט קלאר וואס די אסיפה איז היינט
יעדער האלט עפעס אנדערש
שלום
אויפנעמען רב הצעיר איינער פון די קינדער
עפענען א שיכון
קאמפיין פאר א בנין
חתונה תקנות
טעכנעלאגיע
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 8:32 pm
דורך תרמב
איך האב מורא צום סוף וועט עס זיין עפעס א קלייניקייט, ווי אויפנעמען א דיין אדער עפעס ווי די עולם זאל זיך פוצן די ציינער יעדן טאג, און ר’ בנציון וועט זיך אונטערלאכן פון יעדן איינעם...... שלום מיט באבוב 45..... הא.....
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 8:41 pm
דורך נחמד
געהערט אז ס'איז וועגן התאחדות קו''ק אויף עלעקטראניק סקוטערס. מ'גייט דארט זאגן אז מ'זאל זיך נישט צו טון מאכן דערפון און זיך ווייטער באנוצן דערמיט ווי אלעמאל.
Re: שלום צווישן באבוב און באבוב-45?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 10:11 pm
דורך הבחור_הזעצער
מעגליך בנוגע הויכע שטריימלעך מיט קרוינען…
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 10:23 pm
דורך אויסגעהאלטן
תכלית איינער מיט אן אפדעיט?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 10:28 pm
דורך קהל'ס נער
כ'מיין אז די נושא איז צי מען זאל טוישן די ספעלינג פון באבוב צי באבעוו
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 10:39 pm
דורך אויסגעהאלטן
שמעתי אז עיזי ענגלענדער איז געווארן צו רייך סא ער גייט אויפהערן צו געבן געלט
סא מ'דארף געלט פונעם עולם
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:20 pm
דורך סמבטיון
איינער האט שוין עפעס פרטים??
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:37 pm
דורך עסקן בדברים
Screenshot_20211113-233218(1).png
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:49 pm
דורך אויסגעהאלטן
ס'עפנט זיך א טשערידי קאמפיין פאר אלע וואס קענען נישט צאלן ביטע העלפט ארויס - טוה עס נישט פאר באבוב נאר פאר דיינע חבירים וואס האבן נישט די געלט
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:59 pm
דורך בן נון
אויסגעהאלטן האט געשריבן:ס'עפנט זיך א טשערידי קאמפיין פאר אלע וואס קענען נישט צאלן ביטע העלפט ארויס - טוה עס נישט פאר באבוב נאר פאר דיינע חבירים וואס האבן נישט די געלט
איינער וואס קען נישט זאל נישט צאלן וואס גייט געשען
און ערגסטן פאל קען מען ווערן א קאטשינער
מען האט דאך עניוועי כמעט שלום געמאכט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 12:59 am
דורך בעל דרשן
קע"ה באבוב וואקסט אין גרויסן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 1:02 am
דורך פרימארגען
בעטן מיר די רב זאל שוין גיין צו דין תורה מברר זיין אויב די געלט איז זיינס אדער אויב עס באלאנגט פאר די קהלה אשאד צו ווארטען און האבן עגמת נפש דערנאך קען ער איז מפרסם זיין צוזאמען מיט זיין טעקס רעקארדס
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 1:25 am
דורך יתרו
.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 1:47 am
דורך יעקב מעקסוועל
די אפטימיסטען האבן געטראכט פון א שלום, אנדערע האבן געזאגט מער פשוט'ע געדאנקען, נייע רב, תקנות, וכדומה, ליצים רעדן פון שטריימעלעך און ציין פוץ. ביזדערווייל איז עס פשוט און פראסט, פאקטס ענק אויס די טאשן.
איינער ווייסט וויאזוי מען עפנט א חסידות..?
Re: שלום צווישן באבוב און באבוב-45?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:50 am
דורך צפור בודד
יעקב מעקסוועל האט געשריבן: איינער ווייסט וויאזוי מען עפנט א חסידות..?
הרג'ענען דעם טאטן איז איין וועג.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk