בלאט 1 פון 1
אנאנימער וועבסייט
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:56 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך זוך צו עפענען א וועבסייט, אן דעם וואס קיינער אין די וועלט זאל נישט קענען וויסן ווער עס שטייט אונטער דעם.
איך וויל פארקויפן א שיטה פארן ציבור, וואס איז נישט פאפולער אין די היימישע וועלט. איך וויל שרייבן מאמרים און קענען זיך דורכשמועסן מיט מענטשן וואס דארפן הילף אין דעם ענין. פון די אנדערע זייט קען עס ברענגען א שטורעם אין די היימישע וועלט און איך קען זען מענטשן וואס זאלן אויפשפרינגען און נישט ריען ביז זיי ווייסן ווער דאס איז און נעמען קער.
ווי אזוי קען מען עפענען אזא סייט?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:33 pm
דורך קאצקע ציקער
איך זעה נישט וויזוי מען קען געוואר ווערן אזוי לאנג ווי דו היטס דיין אידענטיטעט און דו ניצט אנינעמעס אימעילס וכדומא
Re: אנאנימער וועבסייט
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:40 pm
דורך נעגעל וואסער
מאך נאר זיכער אז דו באצאלטס עקסטער פאר "דאמעין פרייוועסי", ווען נישט קען מען גלייך זען דיין נאמען אלס בעלים פונעם דאמעין.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:53 pm
דורך פרימארגען
אקעי אויב קומט אזא וועבסייט ווייס איך אז סאיז די סא קענסט שוין שרייבען דא
Re: אנאנימער וועבסייט
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:23 pm
דורך טמיר
וויאזוי זאלן מענטשן וויסן פון דיין סייט? עדווערטייזן אויף היימישע פלעטפארס וועסטו נישט קענען. און טאמער איינער קומט דירעקט צי דיך, קענסטו דאך שוין ניצן סתם אימעיל וכדומה
Re: אנאנימער וועבסייט
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:25 pm
דורך טמיר
מיט גוגל סייטס קענסטו האבן א זייער סימפל סייט, און דארפסט נאר א גימעיל אדרעס אהן קיין שום אידענטיטעט. און עס איז אימזינסט אויך
https://sites.google.com/new
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:41 pm
דורך yn.NY
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איך זוך צו עפענען א וועבסייט, אן דעם וואס קיינער אין די וועלט זאל נישט קענען וויסן ווער עס שטייט אונטער דעם.
איך וויל פארקויפן א שיטה פארן ציבור, וואס איז נישט פאפולער אין די היימישע וועלט. איך וויל שרייבן מאמרים און קענען זיך דורכשמועסן מיט מענטשן וואס דארפן הילף אין דעם ענין. פון די אנדערע זייט קען עס ברענגען א שטורעם אין די היימישע וועלט און איך קען זען מענטשן וואס זאלן אויפשפרינגען און נישט ריען ביז זיי ווייסן ווער דאס איז און נעמען קער.
ווי אזוי קען מען עפענען אזא סייט?
כ'גלייב נישט "ס'גייט ברענגן א שטורעם" אין די היימישע וועלט.
אונזער סיסטעם ארבעט געווענליך אז מ'מאכט א שתיקה פון אזעלכע זאכ'ן ("דברים שהשתיקה יפה להן").
קיינער איז נישט אונטערעסירט אז אלע אינגע בחורים זאלן זיין נייגעריג פון וואס די שטורעם איז...
(נחום ראזענבערגס סייט האב איך שוין - מחמת נייגער - אויסגעטשעקט אלץ יונג בחור'ל...)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:30 pm
דורך לכבוד שבת קודש
ס'איז מער ווי דעים, און אסאך טיפער... ס'איז א זאך וואס קען אויפרעגן אלע סארט מענטשן, אבער פון די אנדערע זייט ציציען אסאך מענטשן.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:54 pm
דורך נפה
איך ווארט מיט שפאנונג
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 11:48 pm
דורך שמעקעדיג
בעסטע עצה: עפן א אשכול אויף קאווע שטיבל!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 11:53 pm
דורך יין שרף
נעה, ער וועל מענטשן זאלן עס לייענען ..
#ביתהקברות
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 8:07 am
דורך כפתור
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איך זוך צו עפענען א וועבסייט, אן דעם וואס קיינער אין די וועלט זאל נישט קענען וויסן ווער עס שטייט אונטער דעם.
אזוי ווי קיינער ווייסט נישט אויף ק"ש ווער די ביסט, הייב עס אן דא. אדער געב ארויס אביסל די נושא פון וואס די ווילסט "אויפשטורמען" די וועלט
Re: אנאנימער וועבסייט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:52 am
דורך פאליטיקאנט
אזויווי @טמיר האט שוין געשריבן קענסטו פשוט מיט גוגל סייטס, וויקס, וכדומה. און דארפסט נישט קיין הילף פון קיינעם.
אבער אויב דו ווילסט ממש בויען אן אייגענע סייט (לכאורה איז דאס די בעסטע, ווייל דו האסט די מאקסימום קאנטראל, און נישט געבינדן צו אנדערע טערמס + קענסט האבן גיין אייגענע נארמאלע דאומעין) דאן איז גוט צו עפענען א קארפאראציע (LLC) אין א שטאֲט וואס באהאלט דיין אידענטיטעט (למשל ווייאמינג) און נוצן וויקס אדער א געהעריג אנליין פראפעסיאנאלע סערוויס דיך צו בויען דיין סייט.