מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

אלץ איינער וואס נוצט יארן לאנג אן אנדרויד דעווייס שטענדיג פון די העכסטע מאדעלס, האב איך צוליב טעכנישע (פערזענליכע) סיבות געדארפט טוישן צו עפל, וויל איך אביסל מיטיילן מיין ערפארונג, עס וואלט געווען אינטערסאנט פון הערן פון ענק אלע אייערע מיינונג בנוגע אנדרויד קעגן iOS אין 2021, עס איז דא אן אלטן אשכול וואס מ'רעדט פון ניין יאר צוריק די נושא, ווער עס ליינט יעצט קוקט עס אן ווי אמאליגע צייטן, זעענדיג ווי פרימיטיוו די טעלעפאן איז דאן געווען,
איך מיין אז די אלע פראבלעמען וואס זיי האבן געהאט דארטן איז אפי' נישט נוגע היינט.
קודם וויל איך מיטטיילן וויאזוי די טרענספערן די דאטא, וואס איז נישט געווען אזוי פשוט, ווי באקאנט אנדרויד האט גוגל פלעי סטאר און עפל האט עפפס סטאר, און עס האט נישט קיין שייכות איינס מיט די צווייטען, דעריבער איז אן עבודה פון א גאנצע טאג אריבער צו לייגן אלע עפפס מיט פשוט קוקן אדורך די אנדרויד פאון וועלעכע עפפס עס איז נאכנישט ארויפגעלייגט געווארן אויף די אייפאן און פארשטייט זיך איבער אריין לאגן, פעסווארדס וואס דו געדענקט נישט.. די גוגל פעסווארדס מענעדזער ארבעט נישט אויף עפל. סיידן ביי די קראום, אויף די בילדער האב איך בכלל נישט שווער געארבעט, פשוט אריין געלאגט אין גוגל פאטאס און שוין אלעס געהאט, איך וואס איך האב אלץ שנעלער אינטערנעט אנלימיטעד, און איך גלייב אז יעדער דא און קאווע שטיבל אין 2021 האט נישט קיין פראבלעמען און פילן נישט קיין חילוק צו בילדער זענען אויף א cloud אדער אויף די פיזיקאלע מעמארי פון די פאון, אבער ווען עס קומט צו וואטסעפפ ווערט אלעס קאמפליצירט, איז דא פארדעם אן קאמפיוטער פראגראם, אדער אפי' א אפליקאציע אויף די פאון אין פלעי סטאר, וואס קאסט אפאר דאלאר,

אבער עס קאסט אפאר שעה צייט דערפאר,
בנוגע קיבארדס בין איך געווארן אנטוישט ווען די Gboard וואס איך האב אלץ גענוצט האט נישט געהאט קיין יודיש אויף די אפפ סטאר, פארוואס נאך אין פלעי סטאר און נישט ביי עפל ווייס איך נישט, אבער מיט די מציאות האב איך מיר געמוזט געזעגענען פון די קיבארד און אנגעפאנגען באנוצן מיט סוויפקי וואס זיי האבן יא יודיש אוועיליבל אויף אייפאן.
אבער עס איז זייער א שווערע ערפארונג וויאזוי צו פטור ווערן פון די קיבארד ווען די דארפסט עס נישט אבער דו ווילסט בלייבן וויסן ביסט, איז ביי אנדרויד אלץ געווען א קנעפל צו אוועק רוקן די קיבארד,ביי עפל מיט איז געבן עפעס א קאמפליצירט סווייפ (וואס געלונגט נישט אלעמאל) צו פטור ווערן פונעם קיבארד
אויך האב איך איינגעזעהן אז צו קאסטמייזן די נאטפיקאציעס איז אסאך ברייטער ביי אנדרויד, ווייל דארטן קען מען אלץ איינטיילן אויף אלע נאטפיקאציעס פון איין אפפ וועלעכע מ'דארף יא און וועלעכע נישט, למשל ביי אינסטגראם קען מען אנשטעלן אז נאר מעסעדשעס און נישט עני אנדערע זאך זאל קומען א נאטפיקאציע, אויך צום ביישפיל איך בין א שטארקער באנוצער פון גוגל וואויס, אויף אנדרויד קען מען מאכן אז די זאלסט נישט באקומען נאטפיקאציעס פון געוויסע מענטשן אדער גראפס וואס שיקן אביסל צו סאך מעסעדשעס, מ'קען אפי' מאכן אז מ'זאל קען זעהן אבער עס זאל נישט קלינגן. דאס אלעס קען מען נישט טוהן ביי עפל, ביי עפל איז די די פאר כלליתדיגע עפפ סעטינגס וויאזוי דו ווילסט כלפי די נאטפיקאציעס, און די דו קענסט נישט איינטיילן וועלעכע יא און וועלעכע נישט, נישט נאר דאס ביי וואטסעפפ קען מען שטיל מאכן געוויסע גרופעס אבער מ'זאל נאכאלץ באקומען נאטפיקאציעס, דאס איז אויסגעשלאסן אויף אייפאן,

אחוץ פון דעם, אלץ איינער וואס רוב צייט פון טאג האלט איך דעם אפאראט אין איין האנט בשעת די אנדערע האנט נוץ איך פאר טאג טעגליכע געברויכן, באדערט מיר זייער שטארק אז עס איז נישטא קיין אפציע אז מיט א סווייפ אינמיטן די סקרין זאל אראפ קומען די נאטפיקאציעס, אזוי ווי מ'קען טוהן ביי אנדרויד, וואס איך קען יא טוהן איז געבן א קליינע גלעט הינטן די סקרין אז די גאנצע סקרין זאל זיך אראפ רוקן און דאן שלעפן די נאטפיקאציעס, אבער עס איז טאפעלטע ארבעט פאר א פשוט'ע זאך,
נאך א זאך וואס עס קען זייער שטארק מאכן א קאפווייטאג איז אז עס איז נישטא א קליפבאוד אויף אייפאן, און דו קענסט נאר קאפירן איין זאך אויף אמאל, וואס פאר מיר אלץ א זייער שטארקער באנוצער פון די קאפי פעיסט פיקציע קען עס מיר מאכן זאכן נעמען לענגער,
א זייטיגע זאך האב איך באמערקט אז מיין סעמסאנג s21 האט זיך בעסער געקענט אן עצה געבן מיט שוואכע סערוויס ווי די iphone 13,
אבער דאס איז נישט מיין רעדע, איך וויל בעיקר באציען די די אלע סאפטוועיר חילוקים און איך וויל הערן ערפארונג ביי אנדערע אויך.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין גאנץ א קנאפער ידען ווען עס קומט צו די סאפטוועיר פון טעלעפאנען אבער איך האב אויך געמאכט דעם דראסטישער טויש פון ענדרויד צו עפל פאר עטליכע יאר צוריק און איך קען זאגן אז איך האב נישט אויף א רגע חרטה געהאט.

חוץ פון די חלק אז דער ענדרויד האט מיר נישט אויפגעהערט פריזן, האט עס אויך שטענדיג געצייגט נאטיפיקאציעס וואס איך האב נישט געוואלט באקומען. קען זיין טאקע אז עס איז געקומען צוליב די פילע פונקציעס וואס זי אפפערט און דעריבער האב איך פארגעסן צו אויסשליסן עפעס א כלליות'דיגע סעטינג וואס האט געברענגט צו דעם מצב. אויך האב איך זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט די סעמסאנג אקאונט וואס האט זיך געהאלטן אין איין סותר זיין מיט מיין גוגל אקאונט.

זינט איך בין ביי עפל איז מיר פיל גרינגער געווארן זיך אויסצוקענען אין עפפ'ס, אויספילן אפליקאציעס אנליין, דאונלאודן עפפס, באטעריע, סערוויס, רעסעפשן. איך מיין אז עפל איז א שטארקער דעווייס פון אינעווייניג משא"כ אן ענדרויד שפירט ווי א טיים-אוט.

וויבאלד עס זענען דא פארשידענע עפפ'ס וואס איך האלט נישט ביים צאלן די מעמבערשיפ, אדער טעלעגראם טשענעלס וואס זענען פארקנאקט אויף עפל, האב איך א טאבלעט אינדערהיים אויף וועלכן איך פיר זיך צו וואטש"ן.
נישטקייןאנונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 17, 2022 7:57 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך נישטקייןאנונג »

עפל איז א שרעקליכע סנאָבי פירמע, מאכענדיג אייגענע פון יעדע זאך וואס זיי קענען

חוץ פון דעם איז ענדרויד סך מער פאראויס.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

שליחה דורך פרנס החודש »

איך האב לעצטנס געטוישט צו עפל, קען נישט זיין ערגער, עס זעט מיר ניטאמאל אויס ווי איינער איז אינטערעסירט געווען אהערצושטעלן א גוטע פראדוקט, בילדער מעקן זיך אויס, אימעילס קומען אן א פאר טעג שפעטער אדער בכלל נישט, און נאך צענדליגע זאכע פראבלעמען, ימח שמם וזכרם.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

ס׳קען זיין כ׳וועל באליידגען א פאר מענטשן, אבער דאס איז מיין סך הכל פון די מלחמה צווישן עפל און ענדראוד.
עפל פראדוצירט זייער פראדוקטן פאר מענטשען וואס זיכען צו זיין קיהל, אדער פאר מענטשן וואס פארשטייען צו קוואליטעט און יוזער אינטערפעס.
אלע אנדערע מענטשן זענען better off צו קויפען אן ענדראוד.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

יהורם האט געשריבן:איך בין גאנץ א קנאפער ידען ווען עס קומט צו די סאפטוועיר פון טעלעפאנען
:o
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך דריי מיך שוין א שטיק צייט מיט מחשבות זרות, פון זיך שמד'ן צי עפל, איך בין גראדע זייער העפפי מיט ענדראויד (כ'ווייס נישט פארווטס מען זאגט אז ס'פריזד אדער אז די סעמסאנג אקקאונט קלעשט מיט די גאגל אקקאונט, איך האב אפילו נישט קיין סעמסאנג אקקאונט), אבער וויבאלד איך זעה אז די פאר'עפל'טע רעדן מיט גרויס אייפער איבער די אייפאון און ווי יוזער פרענדלי ס'איז האב איך דיסייטעד עס עווענטשילי צי טרייען, יעצט זעה איך אז ס'איז בכלל נישט יוזער פריענדלי, קיין קליפבאורד, קיין פערסענעלייזד נאטיפיקאציעס (איך דארף נישט אז יעדע נארישע גרופ וואס איך בין ארויפגעסיינט אויף זאל מיך פעגערען יעדע דריי מינוט) מען דארף צאלן פאר עפפ'ס, פארמאכן טעלעגראם טשענעלס, אין מיין דיקשינערי הייסט עס יוזער ענעמי, איך וועל בלייבן מיט מיין ענדרויד און איינזעהן אז צימאל איז די אייגענע גראז גרינער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

עפל פאון איז געמאכט פאר פרויען און קינדער און פאר מענטשן וואס זענען בלעק ענד ווייט
[emoji1787]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין טויש צו א עפל טעבלעט איז ב״ה געווען גאר א געשמאקע טרענזיש״ן, סאליד שנעלע דעווייסעס זייער געשמאק צו ניצן, יוזער אינטערפעיס איז ציענד און פשוט, די איינציגסטע פראבלעהם איז וואטסעפפ
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

עמקות המחשבה האט געשריבן:מיין טויש צו א עפל טעבלעט איז ב״ה געווען גאר א געשמאקע טרענזיש״ן, סאליד שנעלע דעווייסעס זייער געשמאק צו ניצן, יוזער אינטערפעיס איז ציענד און פשוט, די איינציגסטע פראבלעהם איז וואטסעפפ
עפּל טעבלעט??
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
גוצא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך גוצא »

מיין עקספיריענס איז פארקערט, איך האב איבערגעלאזט ענדרויד א לאנגע צייט צוריק און איך האב נישט קיין שום חרטה, זייער צופרידן מיט עפל.

איך בין נישט דא צו דיפענדן עפל און יעדער זאל ענדזשויען וואס אים שמעקט, אבער צום פותח האשכול וואס מוז ממילא זיין אויף עפל איז א שאד זיך סתם צו מוטשענען, כמעט פאר אלעס איז דא א סאלושען.

וועגן טרענספערן וואטסעפפ דעטע פון ענדרויד צו עפל האט פעיסבוק פונקט נעכטן געמאכטן אן אנאונסמענט:
https://techcrunch.com/2022/06/14/whats ... id-iphone/

וועגן סווייפן אינמיטן די סקרין אז עס זאל אראפ קומען די נאטפיקאציעס, ביי מיר ארבעט דאס יא טאקע פונקטליך אזוי, דא האסטו פון עפל אליין:
Open from Notification Center https://support.apple.com/en-us/HT20192 ... r%20screen.
הגם, זיי שרייבן דא אז מען דארף שלעפן פון אינמיטן די סקרין און ביי מיר ארבעט דאס ווען מען שלעפט דוקא פון אויבן. ווען איך שלעפ פון אינדערמיט, באקום איך די סוירטש באר.

וועגן קליפבאורד, זעה דא:
https://tecvalue.com/where-is-the-clipboard-on-iphone/

צו @פרנס החודש, וואס דו שרייבסט מאכט נישט קיין סענס און איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט דעם אז בילדער מעקן זיך אויס, קיינמאל געהאט אזא עקספיריענס, אבער וועגן אימעיל ווענדט זיך עס אין די סעטינגס און איך למשל נוץ די Gmail עפפ און איך באקום אימעיל׳ס אויף די רגע.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

שליחה דורך פרנס החודש »

איך האב נישט געוויסט אז עפל האט א ניק אין שטיבל[emoji83][emoji88][emoji83][emoji89][emoji75][emoji74][emoji316]
Don’t ask unless you want to hear the answer.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מצפצף האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:מיין טויש צו א עפל טעבלעט איז ב״ה געווען גאר א געשמאקע טרענזיש״ן, סאליד שנעלע דעווייסעס זייער געשמאק צו ניצן, יוזער אינטערפעיס איז ציענד און פשוט, די איינציגסטע פראבלעהם איז וואטסעפפ
עפּל טעבלעט??
יא
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

עמקות המחשבה האט געשריבן:
מצפצף האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:מיין טויש צו א עפל טעבלעט איז ב״ה געווען גאר א געשמאקע טרענזיש״ן, סאליד שנעלע דעווייסעס זייער געשמאק צו ניצן, יוזער אינטערפעיס איז ציענד און פשוט, די איינציגסטע פראבלעהם איז וואטסעפפ
עפּל טעבלעט??
יא
מיינסת מן הסתם צו זאגן א Ipad (עפפל'ס ווערסיע פון טעבלעט)
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

שליחה דורך דיכטער »

אזוי פיל האב איך שוין געהערט איבער די גאלדענע גליקן וועלכע באהאלטן זיך צווישן די פּיקסלס איו די iOS געטריבענע אפעראטן (דיווייסעס) אז עס האט מיך נישט איינמאל פארגלוסט זיך ארויסצושווערצן אינעם פונסטערניש און זיך גיין באקענען מיט אן עפעל פראדוקט.

צום ערשט וויל איך קלאר שטעלן אז איך גיי הויפטזעכערליך רעדן וועגן דעם אייפאד קעגן אן אנדרואיד געטריבענע קעגנשטאנד און נישט איבער דעם אייפאון וואס ווערט געפירט דורך דעם זעלבן אפערעיטינג סיסטעם אבער דאך טראגט פארשידענע אונטערשיידן קעגן דעם אייפאד.

שוין א לענגערע צייט וואס סאמסאנג טאבלעט מיט מיך, גייען האנט ביי האנט. מיר פארשטייען זיך אויפן ווינק, פירן א געשמאקן לעבן צוזאמען. מיר זענען שוין פיל אריבער אינאיינעם, בעסערע צייטן, שווערער צייטן און אלעס אינדערצווישן.

פאר אן אנגענומענע פרייז, קענט איר זיין דער אייגנטימער פון א גוטע אנדרויד טאבלעט. אזא איינער וואס האט א שנעלע פראסעסער און גענוג RAM וועט טוהן אלעס וואס דו ערווארטסט פון איהם שנעל און פלינק. דער יוזער אינטערפעיס איז זייער זעלבסט פארשטענדליך און נאך אייניגע ביסקיסע אפזוצונגען האט מען מער ווייניגער ארויס דעם גאנצן אפאראט און מ'ליגט שוין טיף אינעם דיווייס.

וואס זאל איך אייך זאגן, מיין גלוסטעניש און רייץ פאר עקספעדיציע האט איבערגעוואויגן דעם טייערן פרייז וועלכע איז צוגעטשעפעט צו דעם עפל ברענד און איך האב מיך איינגעהאנדלט אן אייפאד.

דאס אנצינדן איז געווען א געמאקע איבערלעבעניש, דער אפאראט ארבעט זייער שנעל. אבער איינמאל איך האב מיך געפונען אינערווייניג אינעם צימער, האט מיך א געפיל פון פארלוירנקייט גענצליך איבערגענומען.
מיט יעדער זאך וואס איך האב נאר געוואלט טוהן האב איך מיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען, קיין שום זאך גייט נישט גראד. איך וויל אינסטאלירן וואטסאפפ, אן עפפ וואס ווערט באנוצט אין די מיליאנען איבערן וועלט און איך זע אז ס'נישט דא קיין ארגינעלע עפפ דערפאר. יעצט, עצות איז דא גענוג, איך ווייס, אבער איך קויף נישט א דיווייס מיט א פיר-ציפער פרייז צוגעטשעפעט דערצי, צו טרעפן עצות.

פיילס, איז דאך אזא אפקומעניש. דער דיווייס איז אויסגעשטעלט אלעס אריין צו ווארפן אין עפפעל'ס קלאוד, ווער פרעגט איהם?
וואטשן ווידיאויס איז א בראך פאר זיך. דער ווידיאוי פלעיער האט א שמאלע און באגרענעצטע קערפער און א מערהיט פון ווידיאויס וויל ער ניטאמאל קענען. עצות? כ'ווייס...
דאונלוידן טארענט, איז אפגערעדט....
קליפבאורד? עצות איז דא גענוג...

איז וואס יא?
אויף דעם איז דער תירוץ אז עס איז נישט דא וואס צו רעדן, דער דיווייס איז בליץ שנעל און סופער ריספאנסיוו. דער סקרין קוקט אויס זייער ציענד און די פָאנטס זענען טיפיקל עפפעל. דער קאמארא איז טאקע פיל בעסער פון אנדערע אנדרויד-געטריבענע מאשינען און דער אלגעמיינע פיזישע אויסשטעל פונעם אפאראט איז פיל לייכטער און באקוועמער קעגן אנדערע.

פאר דעם לוינט זיך צו צאלן דעם וואלקן-קראצערישע פרייז? פאר דעם איז ווערד אויפצוגעבן אויף אלע פשוט'ע אנדרויד קאסטאמייזעישאנס? פאר דעם לוינט זיך צו דארפן צאלן איבעריגע געלט פאר יעדער עפפ אדער סערוויס וואס איך וויל נוצן? פאר דעם לוינט זיך אריין צו פאלן אין דער נעץ פון עפל'ס עקא-סיסטעם, אן זען א וועג ארויס?...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

Re: מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

שליחה דורך [NAMELESS] »

וויאזוי קען מען סעיוון סטאטוס?
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

געקומען בין איך 2010 פון HTC EVO וואס איז געלאפן Android Gingerbread
די סאפטווער איז געווען מלא פראבלעמען פלעגט פריזן יעדע שטיק צייט, און כהאב דיסיידעד צו טוישן צו עפל
כהאב מיך איינגערישט די אייפון 4 אזוי בין איך ארויף למעלה בקודש יעדע פאר יאר ביז יעצט די אייפאון 14
איך האלט נאך אפאר מעקבוקס און אייפעדס און אויך עפל זייגערס און עיר פאדס
בקיצור אן עפל-שעפעלע לכל דבר, זיי זאגן קויף און איך זאג דא האסטו מיין געלט

- עפל מאכט סאלידע פראדוקטן, וואס האלט זיך פאר זייער לאנג, למשל א מעקבוק ביי מיר האלט זיך פאר 7-8 יאר, כהאב דאס נאכנישט געזען ביי קיין רעגולער לעפטאפ
- טאקע מיטן אריינצוימען און נישט לאזן דאונלאודן סתם פיילס וכדו' מאכט עס ארבעטן בעסער אן זארג פון וויירוסעס
- עפל אייטונס מיט די איי-קלאוד יעצט עפל מוזיק קומט מיר מוראדיג צוניץ, אלס א מוזיק אודיא-פייל קען איך ארויפלייגן אייגענע מוזיק וואס איך דאונלאוד אויפן קאמפיוטער און איך קען עס הערן אויף סיי וואספארא דיווייס משא"כ ספאטיפיי האט דאס נישט
- די סיעמלעס אינטעגרעישען צווישן אלע זייערע דיווייסעס ארבעט בעסער ווי סיי וואספארא פאון מענופעקטשורער, און דאס אליין מאכט דיר בלייבן איינגעשפארט אין זייער עקא סיסטעם
- די עפפס זענען דעוועלאפד אויף עפלס אייגענע קאודינג סאפטווער, וואס מאכט עס בעסער ארבעטן, עפל לאזט אויך נישט אריין גארבידזש עפפס וואס אנדרויד לאזט יא
- די אינטערפעיס איז זייער יוזער פרענדלי און גרינג אויפצוכאפן
- בכלל איז זיין איינגעצוימט און נישט האבן צופיל אפשענס אסאך מאל א גוטע זאך

- איך האב נאכנישט געהאט עפעס וואס איך האב זייער שטארק געוואלט טון און כהאב נישט געקענט נאר ווייל כהאב אן אייפאון און נישט קיין אנדרויד
חוץ פון למשל אריין לייגן א SD קארטל אדער געווייערטע העדפאונס וואס די זאכן זענען שוין אויך נישט אוועילעבל מיט די בעסטע אנדרויד פאונס צוליב פארשטענדליכע סיבות (מאכן מער געלט)
- עפל האט בלויז אפאר דיווייסעס בשעת אנדרויד האט טויזענטער, וואס פארשווערט די סימפליסיטי פון פשוט אפדעיטן א סאטפווער אדער צו באקומען גוטע קאסטמער סערוויס פאר טעכנישע פראבלעמען
אויך מאכט זיך געוויסע פיטשערס וואס זענען נישט אוועילעבל אויף דיין פאון ווייל דו האסט נישט א ספעציפישע פאון

איך בין שוין נישט איבערגעצייגט (פלעג אמאל זיין פארגלייבט) אז עפלס אלע פראדוקטן זענען דוקא בעסער, און זיי זענען זיכער נישט זייער אינאוועיטיוו אין הארדווער עכ"פ
אבער ווען זיי קומען יא ארויס מיט א נייע זאך טוען זיי עס ריכטיג, און עס ווערט יוניווערסעל
למשל ווערעבעלס האט עפל נישט ערפינדן אבער עס איז נאר געווארן פארשפרייט נאך עפל האט ארויסגעגעבן די עפל זייגער, איך פלעג האבן אזאנס אבער פערזענליך נישט געהאט קיין נוצן פון דעם
עירפאדס איז אויך א גאר געלונגענע אייטעם וואס איז טאקע א גרויס חלק פון זייער רעוועניו
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

@ערנסטגערעדט, כ'האב הנאה צו הערן.
וואס לעמשה טוהסטו מיט ווידיאוי אויפן אייפעד, דו קענסט אפשר רעקאמענדירן א גוטע ווידיאוי פלעיער? ווייל איך געב מיך נישט קיין עצה דערמיט. VLC ארבעט נאר טאמער די ווידיאויס ליגן אין זייער ספעציפישע פייל און קיין אפציעלע גוטע פלעיער איז נישט צום געפונען.
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

דיכטער האט געשריבן:@ערנסטגערעדט, כ'האב הנאה צו הערן.
וואס לעמשה טוהסטו מיט ווידיאוי אויפן אייפעד, דו קענסט אפשר רעקאמענדירן א גוטע ווידיאוי פלעיער? ווייל איך געב מיך נישט קיין עצה דערמיט. VLC ארבעט נאר טאמער די ווידיאויס ליגן אין זייער ספעציפישע פייל און קיין אפציעלע גוטע פלעיער איז נישט צום געפונען.
זוך אויף infuse עס ארבעט זייער גוט ביי מיר סיי אויף אייפאון און אייפעד
דארפסט נעמען די דאונלאודעד פייל פון טעלעגראם אדער סיי וואו און עס עפענען אין יענע עפפ
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

איך נוץ דאקומענטס פאר מיין אפל דעווייסעס. עס איז א גוטע פייל מענעדזער. עס פילט זיך ווי דו האסט קאנטראל אויף דיין פיילס כמעט אזוי גוט ווי ענדרויד. למשל. ווען איך האב דאונלויד חתונות פון טעלעגראם צו הערן האב איך נישט געקענט הערן דורך פיילס. נאר א טרעק אויף איינמאל. און דאקומענטס געבט דיר א גוטע מיזוק פלעיר פאר דאונלוידעט פיילס פון מוזיק. ווי אויך קען ער שפילן אלע מינע ווידיאס. און אויב דו דאונלאודסט א ווידיא פון טעלעגראם קענסטו שפילן דורך דעם.

https://apps.apple.com/app/id364901807
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

שכ'ח אלבערט.
I'll give it a shot.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

זיי אפערן צו צאלן געלט. אבער פאר די זאכן וואס איך האב ארויף געברענגט דארפסטו נישט צאלן. צאלן גייט פאר די pdf editing אפציעס און פאר vpn. וואס זיי געבן 50 מ.ב. א טאג פאר אומזיסט. שוין צונוצט געקומען אסאך. ווען געווען אין די פרעמד און געוואלט עפענען אן אמעריקאנער וועבזייט וואס איז געווארן בלאקירט ווי איך בים געווען אין אויסלאנד
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
האי פרושא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:56 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך האי פרושא »

מיין בעסטע זאך איז צו זעהן עפל פענס יובעלירן מיט א זאך וואס ענדרויד האט שוין פאר 5 יאר.

איך בין א שטארקע גוגעל פען אין זיך לעצטנס איינגעהאנדעלט א פיקסעל אין איך בין מיר מחי
פארשפארט