בלאט 1 פון 1

דער צאנזער מיט שאולזאן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 12:11 pm
דורך אבשלום בן מעכה
איך האב א געשמאק אריינצוקוקן ביי שאולזון יעדן טאג, זען זיינע דמיונות און חלומות, אויפצוברענגען א שמייכל אויף די לעפצן יעדן פרימארגן.

באמערק איך, אז צאנז האט זייער ליב זיך צו אדווערטייזן דארט. עס גייט נישט דורך קיין טאג, אן דעם וואס ער זאל ברענגען א גאנצן עמוד פון צאנזע בילדער, וואס עס איז קלאר אז צאנז שיקט עס אים דירעקט אריין. ווי ס'קוקט אויס האט צאנז א באזונדערע ענין צו מאכן פי-אר דווקא דורך שאולזון, ווייס איך נישט פונקטליך פארוואס. איינער דארט רעדט זיך איין אז דאס וועט בויען דעם צאנזער.

נו, זאל זיי וואויל באקומען.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
אבשלום בן מעכה: וואס ווילסטו? זיי האבן שוין אויסגעטרייט אלע אנדערע. און זיי האבן געזעהן אז ס'ארבעט נישט. פרובירן זיי יעצט זייער מזל מיט דעם מנוול ומוכה שחין. אולי איבנה ממנו...לאל

אפילו די שטיק מיט די פערד, וואס די זקני החסידים קומען צו רייטן. האט נישט געארבעט. או.קעי. די זקני חסידים זענען געקומען צו רייטן אויף (קליינע) פאוני'ס. לעומת די יונגערע חסידים און מער פארמעגליכע צווישן זיי זענען געקומען צו רייטן אויף גרויסע פערד...שברים, תרועה. ...לאל,לאל,לאל...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 5:59 pm
דורך כפתור
אמאל קען עס מיינען לא יחרץ געלט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:37 pm
דורך berlbalaguleh
כפתור: ביי חיימ'קע זיכער. אזוי איז ער דאך אריינגעפאללן מיט סאטמאר...! איך ווייס (וועיס) נישט אויב דו ווייסט די מעשה. ומעשה שהיה כך היה. ויהי היום. איין טאג (אין די ניינציגער יארן, למספרם, פארשטייצעך) רופט חיימ'קע אן איינעם פון די ראשי הקהל אין די סאטמארע קהילה און ער זאגט איהם, לאמור. אזוי צו זאגן...היות איך האב א סאך (נעגאטיווע) סחורה אויף ענק. דאס איז דאך ווערד געלט. אויב עטץ וועט מיר געבן א סכום כך וכך, וועלל איך נישט שרייבן (אין מיין צייטונג) אינפארמציע וואס איך ווייס וועגן ענק. ומכלל לאוו אתה שומע הן. אויב מ'וועט נישט צאללן וועט ער יא שרייבן...! אזוי ווי אונז ווייסן (ב"ה) אז סאטמאר זענען נישט קיין בטלנים . האט מען מיטגעשפיעלט מיט איהם. נאר מ'האט אויכעט געלאזט וויסן דעם דיסטריקט אטוירני'ס אפיס. אויך האט מען אנגעגרייט א ווידיא רעקארדינג מאשין. דער די.עי. פון זיין זייט האט געגעבן..."מארק'ד ביללס"...מ'האט אפגעשמועסט א טאג ווען מ'גייט זיך טרעפן. ס'זענען דא נאך עטליכע גאר אינטרעסאנטע פרטים און מענטשן וועלכע זענען געווען אריינגעמישט אין די פרשה. נאר איך וויל נישט צופיהל מאריך זיין.שוין. אונזער חתן דנן, ר' חיימ'קע קומט אן צו די אפגעשמועסטע פלאץ אפנעמען זיין געלט...דערווייל האט איהם די מאשין רעקארדירט. און די געלט איז געווען אנגעצייכנט מיט א באהאלטענעם צייכן וואס מ'קען נישט באמערקן מיט די אויגן. אבער דאס איז א ראיה אז ער האט גענומען די געלט...! אזוי ווי ער איז אנגעקומען ביי די עק פון וויליאמסבורג, נעבן די הייוועי, זענען די דעטעקטיווס ארויסגעשפרונגען און איהם ארעסטירט...!
שוין. ס'זענען דא נאך קאפיטלעך אין די מעשה. אבער דאס עמיר לאזן פאר א צווייט מאל. ועוד חזון למועד, (אי"ה).

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:49 pm
דורך תפוח
צאנז איז לכאורה פון די גרעסטע ווען ס'קומט צו PR.

איך האב געהאט א לאנגן שמועס מיט העשי רובינשטיין יארן צוריק אין די בראשית יארן פון די וואך, ווי ער האט מיר מסביר געווען די צאנזע פראפאגאנדע מאשין.

דו קענסט עס זעהן אויף twitter אויף אלע reporters וואס לייגן באצאלטע בילדער.

דו קענסט עס זעהן אויף די באצאלטע websites ווי בחדרי וכדומה.

אמאליגע צייטן איז עס נישט געווען אזוי obvious, היינט באמערקט מען עס גלייך.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:59 pm
דורך berlbalaguleh
תפוח: היינט איז שוין נישט קיין ראיה. ווייל אלע חצרות הקודש פיהרן זיך אזוי. מ'צושפרייט פראפאגאנדע וואו ס'לאזט זיך נאר . מיט בילדער ווי די רעבעס פארגלאצן די אויגן צום הימל. מיט בילדער פון רעבישע חתונות וועלכע ווערן געפראוועט ברוב פאר והדר...!

און א יעדער רבי לייגט צו זיינע אייגענע משוגעת'ן. און די משוגעת'ן פון בית אבותיו. ספעציעל ביי די מצוה טאנץ וואס די רבי גייט. מ'קען ממש זעהן די שרפי מעלה ווי זיי טאנצן מיט. אדער נישט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 11:08 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:תפוח: היינט איז שוין נישט קיין ראיה. ווייל אלע חצרות הקודש פיהרן זיך אזוי. מ'צושפרייט פראפאגאנדע וואו ס'לאזט זיך נאר . מיט בילדער ווי די רעבעס פארגלאצן די אויגן צום הימל. מיט בילדער פון רעבישע חתונות וועלכע ווערן געפראוועט ברוב פאר והדר...!

און א יעדער רבי לייגט צו זיינע אייגענע משוגעת'ן. און די משוגעת'ן פון בית אבותיו. ספעציעל ביי די מצוה טאנץ וואס די רבי גייט. מ'קען ממש זעהן די שרפי מעלה ווי זיי טאנצן מיט. אדער נישט.


בערל: די דארפסט ווערן א אדמו"ר שליט"א, כ'זעי די קענסט גיט די אלע רבי'שע שטיק, נאך א שיינע פרנסה אויכט, קענסט גיין טשילן, סארי כ'מיין גיין אויף דאטשע, יעדע צוויי וואכן אין מיאמי שווייץ מארינבאד, גיב אבער אכטונג נישט צי עסן ציפיל לקח און בראנפען.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 11:13 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך נעם אן דיין ברכה...די גמרא זאגט דאך..."אל תהי ברכת כלה הדיוט בעינך"...אפשר שטייט פארקערט. איך געדענק נישט...לאל

נאר ווי ס'זעהט אויס. האביך שוין טאקע געטרינקען צופיהל בראנפן. לקח ווייס (וועיס) איך נישט...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 11:16 pm
דורך נפה
יעצט קענסטו טאקע ווערן א רבי אז דו צימישסט זיך אין מאמרי חז״ל
נ.ב. איך גלייב באמונה שלימה אז די מאמר איז על פי קבלה מיט סודות נפלאים

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:25 pm
דורך berlbalaguleh
נפה: דער מאמר חז"ל איז במקומו עומד. נאר לתפארת הדרש האביך עס א ביסל אויסגעדרייט...דער אריגינאלער מאמר חז"ל גייט אזוי..."אל תהי ברכת הדיוט קלה בעינך"...!

ס'איז אמאל געקומען א איד (ס'זעהט אויס, א קנאפער חכם) צום חת"ם סופר. און ער זאגט איהם. די רבי זאלל מיר געבן א ברכה מכח קל וחומר. ס'שטייט דאך אז א ברכת הדיוט זאלל נישט זיין גרינג, כל שכן דעם רבינ'ס ברכה...! זאגט איהם דער חת"ס. ניין. אפשר געסטו מיר א ברכה. דו ווילסט אז איך זאלל דיר געבן א ברכה מיט א ק"ו. געב דו מיר א ברכה וועט עס זיין פשוט. ווייל דו ביסט דאך א הדיוט...!