בלאט 1 פון 5
אייכלער'ס אין בארא פארק נעמט אוועק חיים וואלדער'ס ביכער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:08 pm
דורך [NAMELESS]
נאך די שרעקליכע באשולדוגונגען וואס איז ארויסגעקומען קעגן דעם שרייבער חיים וואלדער, און נאכדעם וואס מ'הערט יעדן טאג פרישע מעשיות פון מענטשן וואס קומען ארויס פאבליק, האט אייכלער'ס ספרים געשעפט אין בארא פארק אראפגענומען אלע ביכער פון חיים וואלדער פון די שעלווס אז די ביכער פון א באשולדיגטע מאסן מאלעסטער זאל נישט ווייטער פארשפרייט ווערן.
בריוו פון אייכלער'ס
56.jpg
די ביכער אויפ'ן וועג אראפ אין סטארידזש
57.jpg
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:15 pm
דורך ישר בעיניו
וויאזוי טוען זיי באשולדיגען א מענטש אויף א חשד פאר מהאט איהם באשולדיגט אין בי"ד אדער להבדיל אין קאורט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:18 pm
דורך סמבטיון
וואס זאג אך פאר מיין טאכטער ווען זי בעט מיר זי וויל קויפן די לעצטע kids speak?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:19 pm
דורך קהל'ס נער
די מאטי געץ איז שוין א אלטע רודף, ערשט ביי קאוויד יעצט ביי חיים וואלדער, דער איז א סעלף העיטינג דזשו, אויב ס'דא עפעס קעיגן א איד איז ער די ערשטע אויפן שיפל.
#בויקאט_אייכלער'ס
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:26 pm
דורך קהל'ס נער
העניך האט געשריבן:ישר בעיניו האט געשריבן:וויאזוי טוען זיי באשולדיגען א מענטש אויף א חשד פאר מהאט איהם באשולדיגט אין בי"ד אדער להבדיל אין קאורט?
מענטשן זענען נישט קיין קאורט. ווען עס זענען דא ערנסטע באשולדיגונגען, און יעדן טאג קומען ארויס גאר שווערע באשולדיגונגען פון עכטע מענטשן קעגן דעם מענטש, דארף א נארמאלע געזעלשאפט זיך זען מיט א פראבלעם און ווייזן מיט וועמען מיר שטייען. אייכלער'ס האט אויסגעוועלט צו שטיין מיט די וויקטימס.
ערעב העניך: כ'האב געמיינט אז די ביסט יא פון די קליגע דא.
האסט פארגעסן פון אינעסינט אנטיל פראווען גילטי?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:27 pm
דורך רימון
כבר אמרו חז"ל במקום שאין מנהיגים ישתדל באלעבאס להיות מנהיג.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:28 pm
דורך חתן בחור
קהל'ס נער האט געשריבן:העניך האט געשריבן:ישר בעיניו האט געשריבן:וויאזוי טוען זיי באשולדיגען א מענטש אויף א חשד פאר מהאט איהם באשולדיגט אין בי"ד אדער להבדיל אין קאורט?
מענטשן זענען נישט קיין קאורט. ווען עס זענען דא ערנסטע באשולדיגונגען, און יעדן טאג קומען ארויס גאר שווערע באשולדיגונגען פון עכטע מענטשן קעגן דעם מענטש, דארף א נארמאלע געזעלשאפט זיך זען מיט א פראבלעם און ווייזן מיט וועמען מיר שטייען. אייכלער'ס האט אויסגעוועלט צו שטיין מיט די וויקטימס.
ערעב העניך: כ'האב געמיינט אז די ביסט יא פון די קליגע דא.
האסט פארגעסן פון אינעסינט אנטיל פראווען גילטי?
אויף דעם האט ער דאך געענטפערט, ״מענטשן זענען נישט קיין קאורט״.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:28 pm
דורך סמבטיון
איז פשט אז יעצט דארף קינד אין קייט פון גאנץ בארא פארק זיין ביזי און פארשטיין פטארוואס מענעמט אראפ חיים וואלדערס ביכער? ווילסט שטיין מיט די וויקטעמס, פיין כל הכבוד, אבער פארוואס דארף מען עס טוהן מיט אזא אדווערטייזמענט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:28 pm
דורך רימון
קהל'ס נער האט געשריבן:העניך האט געשריבן:ישר בעיניו האט געשריבן:וויאזוי טוען זיי באשולדיגען א מענטש אויף א חשד פאר מהאט איהם באשולדיגט אין בי"ד אדער להבדיל אין קאורט?
מענטשן זענען נישט קיין קאורט. ווען עס זענען דא ערנסטע באשולדיגונגען, און יעדן טאג קומען ארויס גאר שווערע באשולדיגונגען פון עכטע מענטשן קעגן דעם מענטש, דארף א נארמאלע געזעלשאפט זיך זען מיט א פראבלעם און ווייזן מיט וועמען מיר שטייען. אייכלער'ס האט אויסגעוועלט צו שטיין מיט די וויקטימס.
ערעב העניך: כ'האב געמיינט אז די ביסט יא פון די קליגע דא.
האסט פארגעסן פון אינעסינט אנטיל פראווען גילטי?
דאס איז אין א געריכט הויז, נישט וויאזוי אן אחריותדיגע געזעלשאפט דארף זיך פירן זיך צו באהיטן פון השחתה.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:29 pm
דורך קהל'ס נער
.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:30 pm
דורך רימון
קהל'ס נער האט געשריבן:העניך האט געשריבן:ישר בעיניו האט געשריבן:וויאזוי טוען זיי באשולדיגען א מענטש אויף א חשד פאר מהאט איהם באשולדיגט אין בי"ד אדער להבדיל אין קאורט?
מענטשן זענען נישט קיין קאורט. ווען עס זענען דא ערנסטע באשולדיגונגען, און יעדן טאג קומען ארויס גאר שווערע באשולדיגונגען פון עכטע מענטשן קעגן דעם מענטש, דארף א נארמאלע געזעלשאפט זיך זען מיט א פראבלעם און ווייזן מיט וועמען מיר שטייען. אייכלער'ס האט אויסגעוועלט צו שטיין מיט די וויקטימס.
ערעב העניך: כ'האב געמיינט אז די ביסט יא פון די קליגע דא.
האסט פארגעסן פון אינעסינט אנטיל פראווען גילטי?
דאס איז אין א געריכט הויז, נישט וויאזוי אן אחריותדיגע געזעלשאפט דארף זיך פירן זיך צו באהיטן פון השחתה.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:32 pm
דורך ישר בעיניו
העניך האט געשריבן:ישר בעיניו האט געשריבן:וויאזוי טוען זיי באשולדיגען א מענטש אויף א חשד פאר מהאט איהם באשולדיגט אין בי"ד אדער להבדיל אין קאורט?
מענטשן זענען נישט קיין קאורט. ווען עס זענען דא ערנסטע באשולדיגונגען, און יעדן טאג קומען ארויס גאר שווערע באשולדיגונגען פון עכטע מענטשן קעגן דעם מענטש, דארף א נארמאלע געזעלשאפט זיך זען מיט א פראבלעם און ווייזן מיט וועמען מיר שטייען. אייכלער'ס האט אויסגעוועלט צו שטיין מיט די וויקטימס.
איז פארוואס דארף בכלל זיין א קאורט סיסטעם זאלן מענטשען זאגן עדות און אוטומאטיש וועט מען ווערן ריינגעוואשן אדער באשולדיגט?
וואס פעלט אויס ריכטערס מיט יארן עקספיריענס מיט הויכע דיגריס און יארן לערנען?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:33 pm
דורך קהל'ס נער
יעדער פארשטייט אז אויב איך גיי דא באשילדיגן איינעם אויף קאווע שטיבל מיט אומאיידעלע מעשים גייט מען נישט אויסמעקן זיין תגובות.
כ'האב געטוישט די שפראך, כ'האף אז יעצט וועט קיינער נישט ווערן אפפענדעד.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:47 pm
דורך חקרן
.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:00 pm
דורך ישר בעיניו
העניך האט געשריבן:ישר בעיניו האט געשריבן:העניך האט געשריבן:ישר בעיניו האט געשריבן:וויאזוי טוען זיי באשולדיגען א מענטש אויף א חשד פאר מהאט איהם באשולדיגט אין בי"ד אדער להבדיל אין קאורט?
מענטשן זענען נישט קיין קאורט. ווען עס זענען דא ערנסטע באשולדיגונגען, און יעדן טאג קומען ארויס גאר שווערע באשולדיגונגען פון עכטע מענטשן קעגן דעם מענטש, דארף א נארמאלע געזעלשאפט זיך זען מיט א פראבלעם און ווייזן מיט וועמען מיר שטייען. אייכלער'ס האט אויסגעוועלט צו שטיין מיט די וויקטימס.
איז פארוואס דארף בכלל זיין א קאורט סיסטעם זאלן מענטשען זאגן עדות און אוטומאטיש וועט מען ווערן ריינגעוואשן אדער באשולדיגט?
וואס פעלט אויס ריכטערס מיט יארן עקספיריענס מיט הויכע דיגריס און יארן לערנען?
א קאורט סיסטעם איז דא צו געבן שטראפן. מ'קען נאר שטראפן ווען א זאך איז אינגאנצן אויפגעוויזן. אז א באלעבאס האט שטארקע ראיות אז אן ארבעטער גנב'עט פון זיין געשעפט, דארף ער ווארטן אז א קאורט זאל עס באשטעטיגן? אז דו האסט שטארקע ראיות אז דיין טאכטער'ס טיטשער בוליט איר דארפסטו ווארטן ביז א בית דין פארשט עס אויס און באשטעטיגט עס? ס'איז דא א זאך וואס הייסט רגליים לדבר, ווען עפעס האט שוין גענוג ראיות אויף חושש צו זיין אז לכאורה יש דברים בגוי, זענען דא זאכן וויאזוי א געזונטע געזעלשאפט דארף רעאגירן. אויב איז 80-90 פראצענט זיכער אז חיים וואלדער האט מאלעסטירט צענדליגער אידישע טעכטער ר"ל איז דאס נישט גענוג אים צו אריינזעצן אין תפיסה, אבער ס'איז יא גענוג אז נארמאלע מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פון אים, און נישט פראמאטירן זיינע ווערק און אז מיר ווי א געזעלשאפט זאלן אויסדרוקן אפשיי און ווייטאג אזא אזא פראמינענטע פיגור האט געטון אזעלכע זאכן מיט אומשולדיגע אידישע קינדער.
(און ס'איז נישט ווי כאילו ווען קאורט באשטעטיגט יא, זענען מיר יא גרייט אנצונעמען. וועבערמאן יוכיח. הצד השוה, דער מאלעסטאר איז אייביג גערעכט, און ווער עס רעדט אויף אים און שטייט מיט די קרבנות מעג מען שינדן די הויט אן קיין פסק בי"ד אדער קאורט.)
ווען די ביסט די וויקטים און איינער האט דיך פערזענליך געטשעפעט דארפסטו טאקע שטיין ווייט אבער א ווען ס'איז א ווארט קעגן א ווארט מיט וועלכע רעכט קענסטו פסקנען אן חוקר ודורש זיין
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:10 pm
דורך מי אני
ס'איז לכאורה בגדר א קלא דלא פסיק ואיתחזק [נישט נאר איינמאל/איינער] און עס גייט אריין אינעם כלל פון (מגילה כה:) האי מאן דסנאי שומעניה וכו', ומה שפסק החפץ חיים בהל' לשה"ר כלל ז הלכה ה ועיין לעיל שם בבאר מים חיים ס"ק ח. און דאס איז בפרט דא וואו עס איז למיגדר מילתא אויך, מחמת דעם אז די (טאקע אלעדזשד) תקלות זענען אינדירעקט צושטאנד געקומען דורך די ביכער וכהתנצלותם.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:18 pm
דורך קהל'ס נער
העניך האט געשריבן:א קאורט סיסטעם איז דא צו געבן שטראפן. מ'קען נאר שטראפן ווען א זאך איז אינגאנצן אויפגעוויזן. אז א באלעבאס האט שטארקע ראיות אז אן ארבעטער גנב'עט פון זיין געשעפט, דארף ער ווארטן אז א קאורט זאל עס באשטעטיגן? אז דו האסט שטארקע ראיות אז דיין טאכטער'ס טיטשער בוליט איר דארפסטו ווארטן ביז א בית דין פארשט עס אויס און באשטעטיגט עס?
ווען איינער ב'עולה'ט דיך וויסטו אויף זיכער אז יענער האט דיך ב'עול'ט משא"כ בנידן דידן
ס'איז דא א זאך וואס הייסט רגליים לדבר, ווען עפעס האט שוין גענוג ראיות אויף חושש צו זיין אז לכאורה יש דברים בגוי, זענען דא זאכן וויאזוי א געזונטע געזעלשאפט דארף רעאגירן. אויב איז 80-90 פראצענט זיכער אז חיים וואלדער האט מאלעסטירט צענדליגער אידישע טעכטער ר"ל
ס'איז נישט אפילו 1% זיכער, ס'איז א ווארט קעיגן א ווארט
איז דאס נישט גענוג אים צו אריינזעצן אין תפיסה, אבער ס'איז יא גענוג אז נארמאלע מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פון אים, און נישט פראמאטירן זיינע ווערק און אז מיר ווי א געזעלשאפט זאלן אויסדרוקן אפשיי און ווייטאג אזא אזא פראמינענטע פיגור האט געטון אזעלכע זאכן מיט אומשולדיגע אידישע קינדער.
ס'איז נישט געניג אויף גארנישט, חוץ אויף זאלסט אנזאגן דיינע קינדער זאלן שטיין ווייט פון עים, מער פון דעים איז רשעות, שטיין און באשמיצן און רודפ'ן איינעם אן קיין שום סמך איז רשעות בשם התורה, ס'שטייט כבדהו וחשדהו, ס'שטייט נישט כבדהו ורודפהו, זיי עים חושד אין שטיי ווייט פון עים, צאפ עים נישט די בליט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:23 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ערשטענס וויל איך בעטן דעם עולם נישט צו טאטשן קהל׳ס נער, כפרשטיי אז די נסיון איז גרויס אבער עס לוינט נישט. צווייטענס האב איך שוין פארגעסן.
Re: אייכלער'ס אין בארא פארק נעמט אוועק חיים וואלדער'ס ביכער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:25 pm
דורך תוהו ובוהו
סמבטיון האט געשריבן:איז פשט אז יעצט דארף קינד אין קייט פון גאנץ בארא פארק זיין ביזי און פארשטיין פטארוואס מענעמט אראפ חיים וואלדערס ביכער? ווילסט שטיין מיט די וויקטעמס, פיין כל הכבוד, אבער פארוואס דארף מען עס טוהן מיט אזא אדווערטייזמענט?
פונקט פארקערט, די גאנצע ציל פונעם צעטל איז אז יעדער זאל וויסן אז אייכלער'ס בעקט נישט קיין מאלעסטערס.
דאס נישט פארקויפן איז א היכי תמצא צו קענען שרייבן דעם צעטיל.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:26 pm
דורך קהל'ס נער
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ערשטענס וויל איך בעטן דעם עולם נישט צו טאטשן קהל׳ס נער, כפרשטיי אז די נסיון איז גרויס אבער עס לוינט נישט. צווייטענס האב איך שוין פארגעסן.
כ'האב שוין רעדאגיט מיין הודעה, נאכן ווערט פארבעיטן פון די מנהל, את חטאי אני מזכיר כ'האב מיך נישט געדארפט אויסדריקען אויף יענע וועיג.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:די מאטי געץ איז שוין א אלטע רודף, ערשט ביי קאוויד יעצט ביי חיים וואלדער, דער איז א סעלף העיטינג דזשו, אויב ס'דא עפעס קעיגן א איד איז ער די ערשטע אויפן שיפל.
#בויקאט_אייכלער'ס
קהל'ס נער: דו ביסט מיר א גוטער פריינט. אבער אין די סוגיא ביניך 100% נישט מסכים מיט דיר. איך קען מארדי געץ פערזענליך. און איך ווייס וואס מאטיווירט איהם. (ער האלט אז ה' האט איהם געגעבן זין לעבן פאר א מתנה. נאכדעם וואס ער האט (ב"ה) ריקאווערד פון די ביטערע מחלה, ל"ע). ממילא איז ער די ערשטע אין די רייע (מ'קען זאגן ..."אוואנט-גארד"...צו קעמפן פאר יושר. אויסער די געוואלדיגע ענייני צדקה וחסד אין וואס ער איז (דירעקט און אומ-דירעקט) אינוואלווד...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:30 pm
דורך כפתור
איך האב נישט געלייענט די אלע באשילדיגונג קעגן אים.
אבער וויאזוי גייען זיינע בוקס שעדיגען מיינע קינדער?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
כפתור: זייער פשוט. ווען זיי (דיינע קינדער) וועללן ליינען זיינע בוקס. און נאכזאגן זיינע דברי חכמה. וועט זיך א יעדער אנרופן...אה, ער... ער איז דאך א מאלעסטער פון קינדער