יסוד גדול אין מארקעטינג
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
יסוד גדול אין מארקעטינג
ריכטיגע השתדלות: ווער איז דיין ציל ?
גאר א וויכטיגע פונקט איז דא אין הלכות מארקעטינג, און הגם ווער עס האט נאר איבערגעטרעטן די שוועל פון מארקעטינג אין ביזנעס ווייסט דאס, פארט געפינען מיר פאר וויכטיג דאס גוט ארויסצוברענגן צוליב די וויכטיגקייט דערפון.
און קורצן: דו דארפסט וויסן גענוי ווער זענען דיינע פאטענציאלע קליענטן, כדי צו קענען פרובירן זיי צו דערגרייכן.
אויב די ווייסט נישט פינקטליך וואס דיין goal איז, דאן קענסטו אנפאנגען צו טוהן השתדלות פון היינט ביז איבער מארגן, אבער אן קיין רעזולטאטן.
צום ביישפיל: אייער נעכטן ווען איך בין אריין אין מיין קאר, זעה איך ביים פענסטער א קליינעם ביזנעס קארד, איך נעם עס אין די היינט צו געבן א קוק דערויף, און איך זעה ווי עס איז קארטל פון די לאקאלע car wash פון אראונד די קארנער, און עס שטייט נאך א געוויסע דיסקאונט אין די זייט אויב מען קומט צוזאמען מיטן קארטל. איך גיב א קוק אן מיין קאר, אההה דאס קען געוויס נוצן א קאר וואש, אוקעי, אפשר מארגן צופריה וועל איך אהין גיין גלייך פאר די ארבעט.
דאס איז פארגעקומען, ווי דערמאנט, אייער נעכטן. – נעכטן ווען איך קום צו מיין קאר, זעה איך שוין ווייטער א קארטל, איך נעם די קארטל אין די האנט, און איך זעה ווי דאס איז פון א קאר סערוויס, וואס געפינט זיך נישט ווייט פון דא.
וואס איז געשעהן? ווי איך שטעל זיך פאר האט איינע פון די מעקסיקאנע קאר סערוויס דרייווער'ס געזעהן אויף זיין קאר פענסטער, פונקט ווי מיר, די קאר וואש קארטל, און האט באשלאסן: אויב די קאר וואש קען ארומלייגן זיינע קארטלעך, דאן פארוואס זאל איך נישט טוהן די זעלבע זאך? דער מעקסיקאנער איז בטבע א פלינקער (נער....) און געזאגט און געטוהן, צומארגענס אינדערפריה איז ער צוזאמען מיט זיינע חברים אין גוטע פריינט ארומגעגאנגען מיט א גאנצע באקס ביזנעס קארדס און געלייגט אויף יעדע קאר.
וואס דער חכם האט נישט געכאפט איז: איינער וואס האט א קאר דארף אויף קיין פאל נישט קיין קאר סערוויס נומבער......
וואס ער דארף יא איז א קאר וואש!
דער ערשטער וואס האט געלייגט דער קארטל פאר די קאר וואש, האט געוויסט גענוי וועם ער דארף צילן. די וואס פארמאגן קארס, און ממילא וועלן זיי דארפן פון צייט צו צייט מאכן א קאר וואש.
ווידער דער צווייטער האט פשוט נאכגעמאכט דער ערשטער, אן פארשטיין וועמען ער צילט, און דעריבער האט ער גענומען א גאנצע באקס ביזנעס קארדס און עס ווי אויסגעגאסן אין די מיסט, (און כ'רעד שוין נישט פון די צייט וואס דאס האט אים גענומען).

- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
איך קוק נישט אן די קארטליך, נאר איך געב עס א ברויזענדע ווארף אוועק, איך באטראכט דאס פונקט ווי ספעם.
רבי יוד דו האסט א שווער לעבען
איך שטעל מיך פאר אז א גיטע 20 מאל א טאג ברויזטסטו רעגסטי זיך און שימפסט און ווארפסט זאכען = יעדע ספעם וואס דו באקימט שעלטסטי אויס א טוץ קללות נמרצות = די האסט שוין זיכער א ליידיגע קאפ פין האר און א ווייסע בארד
די מעכטיגע יונגלעך אין מיין קלאס פלעגען זאגען אז רעגען שאד פאר די שיך = סאיז נישט געזינט
א עיצה פין א גיטע פריינד אויב טרעפסטי א קארטל גיב עס פלעין אזא שיינע שאר אראפ אויפן פלאהר ווי איידער "א ברויזענדע ווארף אוועק"" קענסט אפילי געבען א שמייכעל דערביי

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יויש! האמיר געלערענט אין איין חדר? איך געדענק נאך די קינדער וואס האבן ליב געהאט צו טאנצען אין די רעגן אין האפענונג אז זיי גייען כאפן א קאלד און מ'וועט קענען בלייבען אינדערהיים א וואך, אדער ביסטו מיין כולל חברותא וואס האט זיך געפרייט צו יעדע ספעם, אבי איינער טראכט פון עם...
וואס ביסטו געווארן אזוי באטראפן? דו דרייווסט אפשר א קאר סערוויס?
וואס ביסטו געווארן אזוי באטראפן? דו דרייווסט אפשר א קאר סערוויס?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:איך קוק נישט אן די קארטליך, נאר איך געב עס א ברויזענדע ווארף אוועק, איך באטראכט דאס פונקט ווי ספעם.
איך האב געוואלט ארויסברענגען א וויכטיגע פוינט אין מארקעטינג, און כ'האב גענוצט א משל די ביזנעס קארד, און דער נעמט זיך אריינלערנען פשט'לעך אינעם משל.
זאג נאר, צום נמשל ביזטו אויך אנגעקומען? וואס זאגסטו דערצו?
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
קורץ און שארף האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:איך קוק נישט אן די קארטליך, נאר איך געב עס א ברויזענדע ווארף אוועק, איך באטראכט דאס פונקט ווי ספעם.
איך האב געוואלט ארויסברענגען א וויכטיגע פוינט אין מארקעטינג, און כ'האב גענוצט א משל די ביזנעס קארד, און דער נעמט זיך אריינלערנען פשט'לעך אינעם משל.
זאג נאר, צום נמשל ביזטו אויך אנגעקומען? וואס זאגסטו דערצו?
איך זע אז איר האט נישט געכאפט מיין נמשל...
דו זאגסט דברים של טעם, זייער פיינע נקודות, מ'דארף אידענטיפיצירן דיין טארגעט אדיענס, און אויספיגורען ווי אזוי אנצוקומען צו זיי וכו' וכו'. אבער נאך א וויכטיגע זאך איז נישט זיין צו pushy, און דאס נעמט אריין שיקן אומגעבעטענע אימיילס - ספעם, אונטערלייגן צעטליך אונטערען טיר, אויפהענגען בעגס מיט צעטליך אויפן טיר הענטל, אנרופען האום פאונס, און מכש"כ סעל פאונס, שיקן אויף פאסט, און אויך ארויפלייגען ביזנעס קארטלעך אויף א קאר.
די אלע זאכן זענען קעגן ביזנעס עטיקס, אויך ווייסט עס אויף אומפראפעסיאנאלקייט. די חכמה פון מארקעטינג איז אויסצוטרעפן ווי אזוי אנצוקומען צו די טארגעט אדיענס אן אינוועדען זייער פרייוועט ספעיס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:קורץ און שארף האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:איך קוק נישט אן די קארטליך, נאר איך געב עס א ברויזענדע ווארף אוועק, איך באטראכט דאס פונקט ווי ספעם.
איך האב געוואלט ארויסברענגען א וויכטיגע פוינט אין מארקעטינג, און כ'האב גענוצט א משל די ביזנעס קארד, און דער נעמט זיך אריינלערנען פשט'לעך אינעם משל.
זאג נאר, צום נמשל ביזטו אויך אנגעקומען? וואס זאגסטו דערצו?
איך זע אז איר האט נישט געכאפט מיין נמשל...
דו זאגסט דברים של טעם, זייער פיינע נקודות, מ'דארף אידענטיפיצירן דיין טארגעט אדיענס, און אויספיגורען ווי אזוי אנצוקומען צו זיי וכו' וכו'. אבער נאך א וויכטיגע זאך איז נישט זיין צו pushy, און דאס נעמט אריין שיקן אומגעבעטענע אימיילס - ספעם, אונטערלייגן צעטליך אונטערען טיר, אויפהענגען בעגס מיט צעטליך אויפן טיר הענטל, אנרופען האום פאונס, און מכש"כ סעל פאונס, שיקן אויף פאסט, און אויך ארויפלייגען ביזנעס קארטלעך אויף א קאר.
די אלע זאכן זענען קעגן ביזנעס עטיקס, אויך ווייסט עס אויף אומפראפעסיאנאלקייט. די חכמה פון מארקעטינג איז אויסצוטרעפן ווי אזוי אנצוקומען צו די טארגעט אדיענס אן אינוועדען זייער פרייוועט ספעיס.
קענסט עפענען א אנדערע אשכול פאר דיין וויכטיגע נמשל [דו האסט זיך אנגעכאפט אויפן טפל, און געמאכט א בראטל דערפון]