בלאט 1 פון 1

אידיש חנוכה קאַראָל YIDDISH CHANUKAH CAROLS

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:48 pm
דורך קויפער
דער בעל מנגן יוסי דעססער לייגט אראפ חנוכה ניגונים אינעם נוסח פון קאַראָל׳ס (ניטל-לידער לויט׳ן פארווערט׳ס), א פאראדיע אלבוים געמאכט פול מיט טעם און חן און א חידוש אין אונזער שמאלען עולם הנגינה.

https://mostlymusic.com/collections/fea ... kah-carols

https://music.apple.com/us/album/yiddis ... 1591556440

https://www.youtube.com/watch?v=8G6SndajrvU

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 7:35 am
דורך קויפער
יוסי איז מהנה דעם עולם אינעם סאבוועי: https://youtu.be/BcdQVD9qp4s

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 8:07 am
דורך [NAMELESS]
אלע לידער איינס ביי איינס זענען בלויז איבערגעשריבן די קריסמעס קאראל'ס און געטוישט דאס ווארט 'סאנטע' צו 'משיח' און 'קריסמעס' צו 'חנוכה'.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 12:07 am
דורך דערהויבענע איד
ער זינגט זייער שיין, און ער האט זייער גוטע קוואלעטי מיוזיק. זייער בעטעמ''ט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 12:21 am
דורך רביה''ק זי''ע
מאך זיכער האט געשריבן:אלע לידער איינס ביי איינס זענען בלויז איבערגעשריבן די קריסמעס קאראל'ס און געטוישט דאס ווארט 'סאנטע' צו 'משיח' און 'קריסמעס' צו 'חנוכה'.

פון וועלכע קאראל איז די דריידלעך ליד איבערגעשריבן?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 6:27 am
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אלע לידער איינס ביי איינס זענען בלויז איבערגעשריבן די קריסמעס קאראל'ס און געטוישט דאס ווארט 'סאנטע' צו 'משיח' און 'קריסמעס' צו 'חנוכה'.

פון וועלכע קאראל איז די דריידלעך ליד איבערגעשריבן?

זילבערנע גלעקלעך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 10:12 am
דורך כלבאשבוע
מאסטלי האט עס אראפגענומען?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מאך זיכער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אלע לידער איינס ביי איינס זענען בלויז איבערגעשריבן די קריסמעס קאראל'ס און געטוישט דאס ווארט 'סאנטע' צו 'משיח' און 'קריסמעס' צו 'חנוכה'.

פון וועלכע קאראל איז די דריידלעך ליד איבערגעשריבן?

זילבערנע גלעקלעך

:lol: :lol: :lol:

נאר איין הערה, דאס איז נישט קיין קאראל נאר א פשוט׳ע קראצמאח ליד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:10 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין: אויב אונז זעמיר הייליגע אידן. קענמען קוועטשן אז דער גאנצער טאן פון מעוז צור ישועתי (נישט די ליריקס) שמעקט פון קראצמעך סאנגס...!

איך וואלט געקענט אריינטייטשן סיי וועלכען קראצמעך סאנג אין די ניגון פון מעוז צור...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:19 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:אז מ'רעדט שויןף אויב אונז זעמיר הייליגע אידן. קענמען קוועטשן אז דער גאנצער טאן פון מעוז צור ישועתי (נישט די ליריקס) שמעקט פון קראצמעך סאנגס...!

איך וואלט געקענט אריינטייטשן סיי וועלכען קראצמעך סאנג אין די ניגון פון מעוז צור...!


אוואדי.
זינג עס שטייט מיט א חזנישע קול מיט א קווייער, וועסט פילן די טומאה.
זהירות נשים (צנועות)
https://www.kan.org.il/item/?itemid=43719

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:46 pm
דורך קהל'ס נער
אז מען רעדט שוין כ'האב אמאל געהערט אז די ל"ג בעומר ניגון ווי מען ציפייערט זיך מיט א התלהבות דקדושה "אמר ר עקיבא" קימט פון די יודישע טיאטער.
קען עס איינער באשטעיטיגן?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך בין אין אידישן טעאטער נישט געווען. אבער ס'איז מסתבר...!

לגבי דעם טאן פון מעוז צור. האביך אייביג געפיהלט אז ס'שמעקט גוי'איש...!

מ'קען אויפבויען א (חסיד'ישע) מעשה'לע איבער'ן מקור פון דעם. אז א געוויסער רבי לאמיר זאגן פון שאראש פאטאק, איז אמאל חנוכה צייט אדורכגעגאנגען א טשוירטש. (רח"ל) וואו די פענסטער זענען געווען אפן. און ער האט געהערט דעם טאן אויף די קריסטמעס קעראלס. ס'איז איהם זייער שטארק געפעללן. פונקט איז א יונגער גלח דאמאלס ארויס פון די טשוירטש. האט איהם די רבי געגעבן א פאר גראשן. און אפגעקויפט דעם ניגון פון איהם...און די איבעריגע איז (אידישע) היסטארי...!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 12:03 am
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: איך בין אין אידישן טעאטער נישט געווען. אבער ס'איז מסתבר...!

לגבי דעם טאן פון מעוז צור. האביך אייביג געפיהלט אז ס'שמעקט גוי'איש...!

מ'קען אויפבויען א (חסיד'ישע) מעשה'לע איבער'ן מקור פון דעם. אז א געוויסער רבי לאמיר זאגן פון שאראש פאטאק, איז אמאל חנוכה צייט אדורכגעגאנגען א טשוירטש. (רח"ל) וואו די פענסטער זענען געווען אפן. און ער האט געהערט דעם טאן אויף די קריסטמעס קעראלס. ס'איז איהם זייער שטארק געפעללן. פונקט איז א יונגער גלח דאמאלס ארויס פון די טשוירטש. האט איהם די רבי געגעבן א פאר גראשן. און אפגעקויפט דעם ניגון פון איהם...און די איבעריגע איז (אידישע) היסטארי...!


השתא דאתית להכי קען מען זאגן אז אינזער חבר רולי אזרחי איז אריין אין די טשורטש אראונד די קארנער, און די גלח האט עים פארקויפט די אלע קעראלן, אזויווי אינז פארקויף מען פאר זיי די חמץ.

לגבי אמר ר' עקיבא.
פארוואס זאגסטו אז ס'איז מסתבר?
רוב זייערע ניגונים זענען אין אידיש, און ארום ליבע, ארעמקייט, משפחה פאליטיק, שטעיטעלע, און טונקעלע יומאר (dark humor).
ווי קומט צי זיי א לשה"ק ניגון אויף די ווערטער פון א משנה?
נישט אז איך פרעיג דיך אפ איך בין פשוט באמת נייגעריג צי וויסן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 2:40 am
דורך יעקב מעקסוועל
קהל'ס נער האט געשריבן:אז מען רעדט שוין כ'האב אמאל געהערט אז די ל"ג בעומר ניגון ווי מען ציפייערט זיך מיט א התלהבות דקדושה "אמר ר עקיבא" קימט פון די יודישע טיאטער.
קען עס איינער באשטעיטיגן?

ניגוני מירון קומען פון די אראבער. איך האב אמאל געזען א ווידאו ווי מען זינגט די ניגון ערגעץ אין מיטל מזרח ביי א לוויה, איך האב עס נישט געקענט טרעפן יעצט.

berlbalaguleh האט געשריבן:לגבי דעם טאן פון מעוז צור. האביך אייביג געפיהלט אז ס'שמעקט גוי'איש...!

לויט וויקיפידיע איז די ניגון נאך עלטער, אן אלטע דייטשע פאלקס ליד, וואס די אידן און להבדיל די קירכע האבן ביידע גענומען פאר זיך.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 8:14 am
דורך berlbalaguleh
יעקב מעקסוועל: ייש"כ.: קהל'ס נער: איך זאג עס מכח סברא. און דו לערנסט עס ארויס פון א פסוק...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 2:32 am
דורך Nanach
וואס מיינט דאס די ווארט קאראל?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 2:35 am
דורך רביה''ק זי''ע
Nanach האט געשריבן:וואס מיינט דאס די ווארט קאראל?

https://www.google.com/search?q=define% ... 8&oe=utf-8

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 2:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
.