בלאט 1 פון 1

Different Perspectives

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 3:42 pm
דורך כלבאשבוע
א געוואלדיגע ניי יוטויב טשענעל

ער אינטערוויוט פארשידענע אידן (בעיקר אין מאנסי) און ברענגט ארויס די פארשידענע פערספעקטיווס, זייער אינטערעסאנט

Each video has a new question, with answers of Different Perspectives!

https://www.youtube.com/channel/UCAjDkW ... hJg/videos

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:27 pm
דורך קידוש
דער פרעגט גוטע שאלות, אבער פארוואס פון די זעלבע 10 מענטשען?
איך האלט ער זאל פרובירען צו פארברייטערען די עולם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:22 pm
דורך גוצא
זייער אינטערעסאנט צו מערקן די conformity און group behavior אינעם קרעמל דארט, ווען ער פרעגט וועמען מען וואלט געוואלט טרעפן פון פריערדיגע דורות ענטפערן איינער נאכ׳ן צווייטן די זעלבע תשובה, זעט אויס זיי האבן אלע אויסגעהערט דעם זעלבן שיעור אין יענע תקופה.

איינער ווייסט ווער דער פאטאגראפירער איז?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:00 pm
דורך וואלווי
גוצא האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט צו מערקן די conformity און group behavior אינעם קרעמל דארט, ווען ער פרעגט וועמען מען וואלט געוואלט טרעפן פון פריערדיגע דורות ענטפערן איינער נאכ׳ן צווייטן די זעלבע תשובה, זעט אויס זיי האבן אלע אויסגעהערט דעם זעלבן שיעור אין יענע תקופה.


איינער ווייסט ווער דער פאטאגראפירער איז?


ס'נישט קיין שיעור, ס'איז פשוט אן uncensored שמועס, אן קיין שום חכמות, און דאס איז די שיינקייט דערפון.

יעצט ווי פיל שענער איז דאס ווען independently האבען רוב מענטשן געענפערט ביי די לעצטע קשיא, וועמען מ'וויל טרעפען, כמעט אלע, תירוצים וואס האבן געשטימט מיט אנדערע, אן דעם וואס מ'זאל וויסען איינער פון צווייטען.

דאס איז די שיינקייט פון נישט זיין cliche, נאר ארויס פון די אייגן הארץ אין מח, דאס איז א געדאנק ווי איעדער קאנעקט צו זיך אמת'ערהייט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:00 am
דורך [NAMELESS]
לענ״ד זענען רוב פון דעם קרעמל אנגעשטעקט פון איין איינגערעדטע מעדיטאציע און דראג. איינע פון די אינגעלייט אין די לעצטע ווידעא וואס פרובירט צו מעדיטיזירן האט מיר געקאסט אן אויספלאץ. אינטערסאנט אז די אלע מענטשן זענען קיינמאל נישט צופרידן און פארמאגן טענות ומענות אויף יעדן ריר וואס זיי געבן. ולה׳ הישועה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 3:35 pm
דורך קידוש
וואס האט פאסירט מיט זיין טשענעל? די טופזיניגע פראגעס האבען זיך אוסגענוצט?!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 11:32 am
דורך [NAMELESS]
קידוש האט געשריבן:וואס האט פאסירט מיט זיין טשענעל? די טופזיניגע פראגעס האבען זיך אוסגענוצט?!

סיי די פראגעס און סיי די מענטשן וואס ענטפערן... עס איז דא א גבול וויפיל מאל מען קען זיך באטעמ׳ט מאכן.