בלאט 1 פון 1

אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:46 pm
דורך היכי דמי
שאולי גראסמאן איז א באוואוסטער נאמען פאר יעדן דא. אין די מוזיק וועלט איז ער באקאנט פון זיינע ניגונים וואס ער האט ארויסגעגיבן אדער פארפאסט פאר אנדערע ווען ער איז נאך געווען אין אונזער געזעלשאפט. ווער געדענקט נישט די פאפולערע סינגעל ״איך וויל זיין א רבי״?

שפעטער האט ער געמאכט ניגונים פאר ליפא צווישן זיי די הערליכע ניגון ״א פשוטע איד״ אויך האט ער געמאכט ״א גוט ווארט״ וואס ליפא זינגט אויף
מעומקא דליבא.

דערנאך האט ער זיך אינגאנצן ארויסגעלאזט און איז געגאנגען אויף א צווייטע דרך אין לעבן, און האט פארלאזט אונזער ערליכע לעבענסשטייגער.

לעצטענס האט ער זיך צוריק אויפגעוועקט מיט זיין טאלאנט און גיבט ווייטער ארויס אידישע ניגונים. די וואך האט ער ארויסגעגיבן א סינגל ״ווער ביזטו״ ווי ער מאכט ליצנות פון די א.ג עסקנים און רייסערס.

https://www.youtube.com/watch?v=kBPqmy_l3OI