בלאט 1 פון 2
אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:46 pm
דורך היכי דמי
שאולי גראסמאן איז א באוואוסטער נאמען פאר יעדן דא. אין די מוזיק וועלט איז ער באקאנט פון זיינע ניגונים וואס ער האט ארויסגעגיבן אדער פארפאסט פאר אנדערע ווען ער איז נאך געווען אין אונזער געזעלשאפט. ווער געדענקט נישט די פאפולערע סינגעל ״איך וויל זיין א רבי״?
שפעטער האט ער געמאכט ניגונים פאר ליפא צווישן זיי די הערליכע ניגון ״א פשוטע איד״ אויך האט ער געמאכט ״א גוט ווארט״ וואס ליפא זינגט אויף
מעומקא דליבא.
דערנאך האט ער זיך אינגאנצן ארויסגעלאזט און איז געגאנגען אויף א צווייטע דרך אין לעבן, און האט פארלאזט אונזער ערליכע לעבענסשטייגער.
לעצטענס האט ער זיך צוריק אויפגעוועקט מיט זיין טאלאנט און גיבט ווייטער ארויס אידישע ניגונים. די וואך האט ער ארויסגעגיבן א סינגל ״ווער ביזטו״ ווי ער מאכט ליצנות פון די א.ג עסקנים און רייסערס.
https://www.youtube.com/watch?v=kBPqmy_l3OI
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:49 pm
דורך היכי דמי
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:17 pm
דורך berlbalaguleh
זייער שיין? איך ווינטש איהם די בעסטע. ער און מרס. זיסהאלץ זענען נאך אן אייטעם...?!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:24 pm
דורך קויפער
שטארקע טאלאנט.
Ride With Me איז נישט פשוט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:27 pm
דורך דָּוִד
ביידע לינקס זענען די זעלבע ווי די לינק אין די פריערדיגע תגובה.
דא איז זיין Ride with me
https://www.youtube.com/watch?v=lILbRIG ... nel=Shauly(ס' נעמט א געוויסע חוצפה וואס ער זאגט דארט ״אלע בעלי חובות זיך אינטערווישן״ האבענדיג געלאזט שטעקן אסאך אזעליכע.)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:41 pm
דורך כפתור
berlbalaguleh האט געשריבן:זייער שיין? איך ווינטש איהם די בעסטע. ער און מרס. זיסהאלץ זענען נאך אן אייטעם...?!
שוין לאנג נישט. זיי האבן זיך צוהארגעט.
זי האט זיך געהאט אריינגעלאזט און ארטיסטישע באדי פעינט, קען זיין אז דארט האט זיך עס געענדיגט.
אייגעס ער האט באשלאסן (ווי אנדערע) צו קוקן אויף צוריק ווי ס'איז גרינגער צו באקומען אביסל אנערקענונג ווי איידער און די גרויסע גאס ווי דו ביסט נישט מער ווי א ברעקל זאמט אינעם ים הגדול
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:27 am
דורך berlbalaguleh
כפתור: דאס איז דער פראבלעם מיט א סאך פון די או.טי.די.'ס. צוערשט אנטלויפן זיי פון זייער סביבה וואו זיי זענען אויפגעוואקסן. נאכדעם זעהען זיי איין די שוועריגקייטן מיט זיך אריינפאסן אין די אלגעמיינע (גוי'אישע) קולטור. ער איז נישט דער ערשטער . און וועט (מסתמא) נישט זיין דער לעצטער. מיט עטליכע יאר צוריק האטציך אפגעשפיעלט א מעשה ווי א טאטע, א גאנץ וואוילער יונגערמאן און א שווערער ארבעטער, איז נכנס בו רוח שטות. ער האטציך געג'ט פון זיין ווייב און געווארן או.טי.די. נאכ'ן חרוב מאכן 2 סוקסעספולע סטארס וואס ער האט געהאט אויפגעבויעט בזיעת אפיו. אלץ צוליעב זיין מחלה פון געמבלינג. ער האט מיטגענומען זיינע 2 קינדער אויף זיין דזשוירני. האט דער נ.י. פאוסט אמאל געברענגט א רעפארט ווי ער מוטשעט זיך, צוזאמען מיט זיינע קינדער, אריינצופאסן אין די גוי'אישע סאסייעטי...!
צום סוף האט א איד א גביר זיך אריינגעלייגט אין דעם קעיס. און מיט א סאך געלט און הארעוואניע האט ער איהם צוריקגעברענגט מיט זיינע קינדער. תרתי משמע...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 7:38 pm
דורך פערינא
מכאפט די עולם מיט אזא ווילדקייט אז אמאל דארף איינער נאר אביסל לופט צו אטעמען אבער ליידער קען מען נישט טרעפען לופט דארף מען זיכען אקסיגען טענקס און ני זשורסי און מ'מיינט נעבעך טאקע אז ס'איז בעסער פאר די קינדער וכו'
אבער דאס איז ליידער די שליסל צו אונזער עקזיסטענץ. ווייל, מלאך רע יענה אמן. מ'קען מיר אלע מודה זיין אז היימיש אידיש קען נישט עקזעסטירן מיט לופט. ומי שאמר די יאמר להיימישקייט די.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
פערינא: היימישקייט קען יא עקזיסטירן צוזאמען מיט אידישקייט. נאר מ'דארף מאכן א שטיקל בירור. ארויסקלויבן די גוטע חלקים. און אוועקווארפן די שטותים און אומנוצבארע זאכן וועלכע האבן זיך אנגעזאמלט אין משך פון יארן. אזוי ווי שטויב...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 9:10 pm
דורך קויפער
ער שרייבט אז ער האט אויך פארפאסט די ניגונים: ״אשמנו״ און ״מלך״.
עמיציר ווייסט אפשר וואו עס איז ערשינען אדער וואו מען קען דאס הערן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 11:49 pm
דורך good news
שאולי גראסמאן? - איך געדענק האבן געזען פון אים פעסטע פיקטשערס מיט זיין הייליגע רביצין.
דאס איז ער?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:12 pm
דורך berlbalaguleh
די רביצין, ווייס איך נישט. לויט ווי מ'שמועסט איז זי געווארן אויס (זיין) רביצין. און זי איז אויפ'ן וועג פון ווערן א ..."בעלת תשובה"...ווארט נאך א ביסל. און זי וועט ווערן א בעלת דרשנית. מעורר זיין די פרויען איבער צניעות... מיינד יו...איבער די לאנגע שייטלעך, מעיקאפ און געפאסטע קליידער...! איהר געשריי (צו די פרויען) וועט זיין..."איך בין געווען דארט. איך קום פון דארט...דארט איז גארנישט דא. דארט איז דער וועג צום שאול התחתית...!
אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:58 pm
דורך Moshe123
איך דריי מיך אויף דעם פאָרום שוין אַ שטיק צייט אָבער דעס איז מיין ערשטער פּאָסט ..
אָנליין גיי איך מיט די נאמן מוישעלע
איך בון שאלי׳ס סאמוואט באהאלטינע שיתוף, כ׳האָב געשריבען, רעקאָרדירט און פּראָדוצירט זיינע לעצטיגע נגונים (זייט רייד מיט מיר) כבין גאר העפי אַז אונדזער מוזיק ווערט באקאנט אין די עולם החרדי (ווער ביסטי האט געכאבט ניינצן טויזינט קוקן אין די ערשטע וואך, די טשענעל האט געכאפט א הינדרעט טויזינט קוקן אין די לעצטע פיר חדשים, דעס איז דשאסט אויף יוטוב אליין, אלץ פון מענטשען וואס האבן געשערט די לינק אויף וואטסעפ. די עכטע נאמבער פון מענטשן וואס האבן אינס געהערט איז פיל גרעסער
זשאסט א נקודה…ווער ביסטי איז נישט סתם א זשאק וואס שפעדט אויף וויכטיג מאכערס - אויף א טיפירע מדרגה איז עס א סאשיל קאמענטארי אויף יעדן מענטש וואס לעבט, עט ליסט סאמטיימס, אויף א געוויסע וועג זשאסט זיך צו חנפענען צו יענעם. עס איז אַ טעגלעכע געראַנגל פאר מיר צו זיין באמת עכט, און דאס איז די עכטע פוינט פון די ניגון.
אגב די טעראפיסט וואס איך זע שוין עטלעכע יאר איז גאנץ באקאנט אין דער וועלט פון אסקנים, ער דרריט זיך אלץ מיט רבנים און ראש ישיבות וכדומה און ער זאגט מיר אלץ אויב די אלע חשובה אידן אין אונזער קהילה וואלטן זיך אויפגעשטעלט לפני כל עם ועדה, תחות אויפן טיש, און געמאלדן זייערע מענטעל פראבלעמען וואלטן רוב פון אונזערע אישאז שוין לאנג פארשווינדן ..מע מיז שוין ווערן עכט, דעה פעקנעס הארגעט אינס אוועק.
אויף א זייטיגע פוינט, מענטשען בעטן שאולי יעדן טאג צו זינגען לייוו אין קאנצערט, זיי זענען גרייט עס צוזאם צו שטעלן.. און ער׳ז נישט מסקים ווייל ער וויל נישט זיין פעמיס.. מיר זענען העפי אַז די מוזיק ווערט געהערט אָבער מע זיכט נישט צו שטיין אויף סטעזשיס... איך זאג דעס זשאסט אין ריספאנס צו עניבאדי וואס טראכט אז מע זיכט דא כבוד. דעס איז פלען א שטיק ארט אלץ א האבי, דעטס אל.
איך בין העפי צו ענטפערען עני שעלות דא אדער אויף אינסטעגראם .. און אויב וויל איינער האָבן א ביהיינד די סינז בליק ווי מע מאַכט "שאַולי" קענסטי מיך טרעפן אויף אינסטעגראם its_moishele
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 3:00 pm
דורך [NAMELESS]
Moshe123 האט געשריבן:איך דריי מיך אויף דעם פאָרום שוין אַ שטיק צייט אָבער דעס איז מיין ערשטער פּאָסט ..
איך בין העפי צו ענטפערען עני שעלות דא אדער אויף אינסטעגראם .. און אויב וויל איינער האָבן א ביהיינד די סינז בליק ווי מע מאַכט "שאַולי" קענסטי מיך טרעפן אויף אינסטעגראם its_moishele
מוישעלע!
האב נישט מורא ווייל איך בין דא מיין טייערע באליבטע איך בין דא!
ענדליך האב איך די געלעגנהייט דיר צו באדאנקען אויף דעם לידל... שרייב מער אפט, האסט זיכער מער וואס צו פארקויפן.
Re: אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2022 10:04 pm
דורך ברוינשטיין
דער גראָסמאַן ריקט אַרויס שיינע סחורה יעדעס שטיק צייט, "איי לאָוו היס סטייל" ער איז אָריגינעל, בליציג, און ברענגט אַרויס שטאַרקע געפילן.
נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 8:04 am
דורך מרדכי מרדכי
איך געדענק אז שאולי האט געהאט אפאר ניגונים יארן צירוק
מאמע און אהיים איך קען עס אבער נישט טרעפן
נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 1:03 am
דורך גליקלעך
יאפ, אויך עפעס אן אשמנו בגדנו ניגון... און עפעס א ניגון פאר בין איש לבין אחיו, אויך א ניגון איבער ’א בחור אין ישיבה’... און לכאורה נאך.
איך זוך עס שוין ארום פאר יארן, יעדע נעפיו מיינע שטעל איך אפ און טשעק דורך זיין מפ3 צו ער האט נישט דעם אלטן שאולי קאללעקשן... דערווייל איז עס נישט צום געפינען!
די אשמנו ניגון איז געווען אויף
דעם ניגון.
נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 5:40 pm
דורך קהל'ס נער
נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 6:23 pm
דורך פאלגזאם
קהל'ס נער האט געשריבן:אט איז מיין שאולי פלעיליסט
הערט און האט הנאה
y-link[/url]
I'm ok without it.
נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 6:25 pm
דורך קהל'ס נער
פאלגזאם האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:אט איז מיין שאולי פלעיליסט
הערט און האט הנאה
y-link[/url]
I'm ok without it.
פארוואס ביסטו אזוי באבלאזן?
נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 6:27 pm
דורך פאלגזאם
קהל'ס נער האט געשריבן:פאלגזאם האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:אט איז מיין שאולי פלעיליסט
הערט און האט הנאה
y-link[/url]
I'm ok without it.
פארוואס ביסטו אזוי באבלאזן?
חס ושלום!
האב א זיסע און לעכטיגע שבת!
נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 6:44 pm
דורך שמן למאור
טעלעגראם טשענעל פון שאולי'ס ניגונים
https://t.me/+jL5n6jbhYoMyNDYx
נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 7:21 pm
דורך גליקלעך
דאס איז דאך עקזעקטלי וואס איך זוך שוין יארן...! אוי ברענגט עס זכרונות.
איך קען דיר נישט גענוג דאנקן