בלאט 1 פון 1
מאיר רובינשטיין ראש העיר ביתר ארעסטירט אויף מארד קלאגעס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 2:05 am
דורך כלבאשבוע
די פרשה פון חסידי ברלנד וואס זענען פארדעכטיגט אויף מעשי רציחה פון 35 יאר צוריק ברייטערט זיך אויס פון טאג צו טאג
נאכדעם וואס ברלנד אליין איז געווארן ארעסטירט אפאר וואכן צוריק אלץ א פארדעכטיגער אין די רציחות פון אבי אדרי און ניסים שטרית הי״ד, האט די פאליציי יעצט ארעסטירט מאיר רובינשטיין דער באקאנטער ראש העיר פונעם חרדישן שטאט ביתר פארן זיין פארמישט אין די פרשה, רובינשטיין איז א חסיד פון ברלנד
נאכן אפטון דאס ערגסטע האבן זיי געמאכט א קאוועראפ און א קשר של שתיקה אבער מן השמים פירט מען צו אז דער אמת זאל ארויפשווימען
סלאזט זיך נישט גלייבן וואס אלץ אזויגערופענע חסידישע אידן שומרי תו״מ זענען אומשטאנד צו טון אין נאמען פון פרומקייט און אין דינסט פון געטשקע רביס, ארץ ארץ אל תכסי דמם
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:08 am
דורך berlbalaguleh
אויפגעדעקט. דורך וועם?! די ציוניס'טישע , רשעות'דיגע משטרה וועלכע איזדיעקעווען זיך אויף ערליכע אידן. וועלכע זענען א טייל פון די מלכות המינים. אונז ערליכע אידן די ברכיים אשר לא/לו כרעו לבעל הציוני. אונז ערליכע אידן טוען נישט אנערקענן אין די ציוני'סטישע ממשלת הכופרים מיט אלע זייערע אינסטיטוציעס. אויב אן איזראעלי/ציוני'סטישער שופט פסקנ'ט אפ אויף אן ערליכן איד אז ער איז א קרימינאל, גלייב מיר איהם נישט. ביי אונז איז ער נאכאלץ שטארק חשוב...!
שברים, תרועה, לאל. לאל, לאל...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 6:42 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל דו מאכסט א תרועה גדולה אין יעדע אשכול און דו חזר'סט איבער דיין השקפה נאכאנאנד כדי מיר זאלן נישט פארגעסן, אבער מיר ווייסן שוין אלע, דיין תגובה איז א פשיטא! און וואס איז די נייע לחש פון לאל לאל לאל?
צוריק צום ענין...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 6:43 pm
דורך בן נון
ער האט זיך פארשטעלט ווי א פרוי כדי צו קידנעפן דער וויקטעם
לצים האבן ארויסגעגעבן דעם בילד
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 6:44 pm
דורך לכבוד שבת קודש
ס'איז דא א בילד פון אים, פארשטעלט ווי א פרוי לצורך הענין?
וואו קען מען דאס זען?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל דו מאכסט א תרועה גדולה אין יעדע אשכול און דו חזר'סט איבער דיין השקפה נאכאנאנד כדי מיר זאלן נישט פארגעסן, אבער מיר ווייסן שוין אלע, דיין תגובה איז א פשיטא! און וואס איז די נייע לחש פון לאל לאל לאל?
צוריק צום ענין...
שמעקעדיג: די שאלה איז אויב דו נעמסט אן מיינע ווערטער כפשוטן...! די שברים תרועה איז א נייע זאך וואס איך האב מחדש געווען. פי' 3 מאל לאל. אבער א שברים אליין איז גארנישט. ער גייט (בע"כ) צוזאמען מיט א תרועה...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 12:27 pm
דורך לאנגע הויזן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 6:21 pm
דורך כלבאשבוע
F6F706FE-5EB4-4CA0-A341-64F6F85D54AB.jpeg
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 6:59 pm
דורך קהל'ס נער
איתיביה, פארוואס ווען חיים ואלדר ווערט באשילדיגט מיט שמוץ קומען אלע רבנים ארויס אקעיגן עים, און ווען מאיר רובינשטיין ווערט באשילדיגט מיט מארד לעקן זיך די רבנים צי עים?
וי"ל אז מאיר רובינשטיין איז א ראש העיר במילא וויל קיין רבי זיך נישט אנהייבן מיט עים ווייל ער וועט נישט געיבן קיין געלד פאר די מוסד.
הדא הוא דכתיב כ'בין א קנאי ווען ס'לוינט זיך מיך.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 8:44 pm
דורך ליב צו וויסן
קהל'ס נער האט געשריבן:איתיביה, פארוואס ווען חיים ואלדר ווערט באשילדיגט מיט שמוץ קומען אלע רבנים ארויס אקעיגן עים, און ווען מאיר רובינשטיין ווערט באשילדיגט מיט מארד לעקן זיך די רבנים צי עים?
וי"ל אז מאיר רובינשטיין איז א ראש העיר במילא וויל קיין רבי זיך נישט אנהייבן מיט עים ווייל ער וועט נישט געיבן קיין געלד פאר די מוסד.
הדא הוא דכתיב כ'בין א קנאי ווען ס'לוינט זיך מיך.
דאס איז גראדע א פירכא אויף די וואס טענה'ן אז אונז פארקוקן דווקא אויף מאלעסטעישן.
ווי שוין געשריבן אין אן אנדער אשכול איז אונזער קולטור שטארק נאכגעביג פאר "אונזערע" קרימינאלן, און ס'איז נישט אמת אז ס'איז נאר ביי מאלעסטערס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:22 pm
דורך נפה
ממש נישט ריכטיג, מאיר רובינשטיין באלאנגט שוין לאנג נישט צו ברלנד און ער איז סך הכל געווען א חלק צו אויספירן וואס דער קולט פירער הייסט פאר יארן צוריק אלטס 18 יעריגע בחור.
די שאלה איז אויף די רבנים וואס נעמען אויף אדער זענען מחפה אויף ברלנד און אויף די וועבסייטס וואס שרייבען ״הרב״.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:44 pm
דורך Nanach
נפה האט געשריבן:ממש נישט ריכטיג, מאיר רובינשטיין באלאנגט שוין לאנג נישט צו ברלנד און ער איז סך הכל געווען א חלק צו אויספירן וואס דער קולט פירער הייסט פאר יארן צוריק אלטס 18 יעריגע בחור.
די שאלה איז אויף די רבנים וואס נעמען אויף אדער זענען מחפה אויף ברלנד און אויף די וועבסייטס וואס שרייבען ״הרב״.
די הרב פון די צייטונגען איז די זעלבע ווי די תקנה דא אין שטיבל צו שרייבן הרב עס איז נישט לגיטימציה עס איז די מציאות וויאזוי ער רופט זיך
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:49 pm
דורך נפה
דא שרייבט מען נישט הרב אויף ברלנד, עס איז א חילוק לפי עניות דעתי פון אן עבריין מורשע צו סתם א ****** וואס ריפט זיך הרב.
אגב בחדרי האט פאר א שטיק צייט נישט געשריבען הרב אבער זיי האבן עס צוריקגעלייגט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 1:45 am
דורך רביה''ק זי''ע
די חילוק צווישן אונז און בחדרי איז אז בחדרי איז באזירט אין ארץ ישראל וואו יעדער שמויגער איז זוכה צו א טיטל, אין אמעריקע דארף מען אסאך הארעווען פאר א טיטל. ס׳האט לאו דווקא צוטוהן מיט צדיק אדער קרוק, אפילו סתם משפיעים וכו׳ וואס זענען טאקע ערנסטע מענטשן וואס אין ארץ ישראל רופט מען זיי מיט א ״הרב״ אבער ביי אונז רופט מען זיי סתם ביים נאמען, ס׳איז פשוט א חילוק אין קולטור.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 1:49 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די חילוק צווישן אונז און בחדרי איז אז בחדרי איז באזירט אין ארץ ישראל וואו יעדער שמויגער איז זוכה צו א טיטל, אין אמעריקע דארף מען אסאך הארעווען פאר א טיטל. ס׳האט לאו דווקא צוטוהן מיט צדיק אדער קרוק, אפילו סתם משפיעים וכו׳ וואס זענען טאקע ערנסטע מענטשן וואס אין ארץ ישראל רופט מען זיי מיט א ״הרב״ אבער ביי אונז רופט מען זיי סתם ביים נאמען, ס׳איז פשוט א חילוק אין קולטור.
די טיטול רבינו הקדוש, דאס איז אלס קולטור... ?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 1:50 am
דורך רביה''ק זי''ע
רבינו הקדוש איז נישט קיין טיטל, ס׳איז פשוט די מציאות וואס איך בין.
![זייער פרייליך :D](./images/smilies/icon_e_biggrin.gif)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 1:54 am
דורך וואלווי
די קדוש חלק איז דאך ידוע המפורסם, זכרתי לך חסד נעוריך...
די רבינו חלק דארף נאך א בירור...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 10:10 am
דורך נפה
.
Re: מאיר רובינשטיין ראש העיר ביתר ארעסטירט אויף מארד קלאגעס
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:40 pm
דורך דורש אמת
ביטע שטעלט אהער א לינק צו די פרעסע וואס רעדט דערוועגן
Sent from my iPad using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:09 am
דורך good news
די מעשה געפעלט מיר... פארשטעלט ווי א פרוי איינצונארן יענעם...
כ'געדענק אפאר יאר צוריק, אלס יונגע בחור (מיט ווייניגער שכל), האב איך געשפילט מיט איינעם אויף אזא וועג............ ס'איז געווען פאן...
Re: מאיר רובינשטיין ראש העיר ביתר ארעסטירט אויף מארד קלאגעס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:14 am
דורך צפור בודד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די חילוק צווישן אונז און בחדרי איז אז בחדרי איז באזירט אין ארץ ישראל וואו יעדער שמויגער איז זוכה צו א טיטל, אין אמעריקע דארף מען אסאך הארעווען פאר א טיטל. ס׳האט לאו דווקא צוטוהן מיט צדיק אדער קרוק, אפילו סתם משפיעים וכו׳ וואס זענען טאקע ערנסטע מענטשן וואס אין ארץ ישראל רופט מען זיי מיט א ״הרב״ אבער ביי אונז רופט מען זיי סתם ביים נאמען, ס׳איז פשוט א חילוק אין קולטור.
דער נושא פון בחדרי דארף שוין לאנג אן אשכול און אונז צו פארגלייכן צו בחדרי איז א באליידיגונג פאר יעדער וואס האט נאר דא אמאל געשריבן. (איך האף אפילו @ארי נוהם וועט מיטשטימען.)
בחדרי איז פאר דער חרדי'שער פירערשאפט בערך ווי RT איז פאר דער קרעמלין. א פראפגאדא זייטל מיט אן איצטלא פון נייעס און דעות. שוין אפגערעדט קרימינאלע אקטיוויטעטן אין זייערע קורצער היסטאריע, נאר אפילו אין די לעצטע פאר חודשים האבן זיי בכלל נישט באריכטעט ר' שאול, חיים וואלדער האבן זיי באשריבן כמי שכפאו שד, ביבי איז נאך ביי זיי מער פרעמיער ווי בענעט ועוד ועוד כהנה וכהנה.
סאו לענינינו, אויף דער חילוק צווישן אונז און בחדרי קען מען זאגן להבדיל אנד לעטס קיפ איט דאט וועי.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:33 pm
דורך חקרן
good news האט געשריבן:די מעשה געפעלט מיר... פארשטעלט ווי א פרוי איינצונארן יענעם...
כ'געדענק אפאר יאר צוריק, אלס יונגע בחור (מיט ווייניגער שכל), האב איך געשפילט מיט איינעם אויף אזא וועג............ ס'איז געווען פאן...
כ'בין זייער נייגעריג, דערצייל מער וועגן דעם...