בלאט 1 פון 2
מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:59 pm
דורך כלבאשבוע
סהאט זיך געשאפן א גרופע צו באקעמפן די געפערליכע עולה פון ארויסווארפן אומשולדיגע קינדער פון מוסדות פארן בלויזן חטא אז זייערע עלטערן זענען זיך מדבק אין אנדערע ערליכע אידן
The Foundation To Protect Our Children from acts of Revenge, POCOR
https://youtu.be/1IqecF5gTQsווי קען זיך א מוסד רופן א ״מוסד
החינוך״ ווען זיי באגייען עוולות וואס זענען נישט נאר קעגן חינוך נאר קעגן די תורה הק׳?
כלל ישראל שרייט ואלה הצאן מה עשו?
גענוג! תשב״ר זענען נישט קיין פוינדלעך אויפן שאכברעט פון אייער עגאס און מחלוקת, לאזט ארויס די קינדער פונעם געשעפט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 1:36 pm
דורך מצפצף
חוץ יו טוב קליפס פלאנען זיי עפעס צו טון?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 1:37 pm
דורך קהל'ס נער
שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 2:03 pm
דורך קויפער
מצפצף האט געשריבן:חוץ יו טוב קליפס פלאנען זיי עפעס צו טון?
לויט ווי איך פארשטיי, זענען די לעגאלע אינציאטיוון דורכגעפאלן, מוז מען פרובירן אנדערע מיטלען.
לכאורה קענען זיי נישט טון קיין סאך מער ווי מאכן א ויצעקו.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 2:10 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?
קהל'ס נער :שלא מן העניין.ווייל מ'עט מיינען אז זי איז א יונגל. און דער ויצעקו וועט זיין גרעסער. ווייל ביי יונגלעך איז אויך דא ביטל טעירעה...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 3:23 pm
דורך היכי דמי
קהל'ס נער האט געשריבן:שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?
ווי איך פארשטיי לערענט זיי אין א חדר ביז זי טרעפט א סקול.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 8:06 pm
דורך ליב צו וויסן
פארוואס עפנט מען נישט אייגענע מוסדות?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 9:17 pm
דורך Lesser
זייער א גיטע איידיע עכ"פ אויב וואלט מען ווען גענוצט א עכטע מיידל וואסהאט געלערנט און גור
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:26 pm
דורך כלבאשבוע
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:21 am
דורך Hadasim
די רשעות און אכזריות פון גור טוהט גאהר שטארק וויי פאר יעדן נארמאלען מענטש, אלס יחיד זעה איך נישט וואס כ'קען טוהן אז דאס זאהל זיך אויפהערן, וויל איך אויסנוצן די פלאטפארם אויסצושרייען מיין קעגנשאפט און אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם בב"א.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:25 am
דורך שמעון וואלף
קהל'ס נער האט געשריבן:שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?
ווייל די מענער דארט גייען די פיאות אינטערן קאפל.
ביי אנדערע איז עס טאקע א פראבלעם פון לא תלבש.
Re: מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:27 am
דורך nespresso
איך מיין די קשיא וואס זי פרעגט קען זי זיך אליינס פרעגן ווי אזוי טיט מען עס פאר א קינד זי האט געוויסט אז גור גייט דעס טיען זי האט נישט געקערט פאר איר קינד פארוואס זאל די מוסדות מער טיען ווי זי טיט,
נישט אז איך געב גערעכטיקייט פאר גור ח"ו
אבער נישט האבן קיין פלאן פארן גיין צו שאול מאכט אויך נישט קיין סענס
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:33 am
דורך קהל'ס נער
.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:34 am
דורך קהל'ס נער
הייסט זי דארף זיך לאזן פון טעראר? איר נשמה לעכצט קיין ר' שאול וועיגן דעים קימט איר א שטראף?
כ'ווייס די בארעכטיגסט נישט גור, אבער כ'וויל נאכאלץ ארויסברעינגען אז זי האט יא זייער א שטארקע טענה.
Re: מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:51 am
דורך יהודי פשוט
nespresso האט געשריבן:איך מיין די קשיא וואס זי פרעגט קען זי זיך אליינס פרעגן ווי אזוי טיט מען עס פאר א קינד זי האט געוויסט אז גור גייט דעס טיען זי האט נישט געקערט פאר איר קינד פארוואס זאל די מוסדות מער טיען ווי זי טיט,
זי האט גארנישט געטון פאר איר קינד, זי איז בלויז אן actress וואס שפילט גוט... אבי מ'רעדט זיך אפ אז די היימישע פרויען האבן נישט ווי אויסצוגעבן זייערע טאלאנטן... טאקע נאך א זאך וואס קומט זיך קרעדיט פאר רבי שאול! אוי, כ'האב כמעט פארגעסן... די ווידיאו'ס האבן דאך גארנישט מיט רבי שאול! ס'איז בכלל א פריוואטע אונטערנעמונג.
בכל אופן... האט מען נישט געשמועסט אז תומר דבורה און בנות חי' נעמען אן אלע מיידלעך וואס גור האט געווארפן??
האט מען נישט ארויסגעשטעלט בילדער פון א גרופע מיידלעך צוזאמען ווי כאילו ס'האלט אינמיטן ווערן א סקול??
בכל אופן מ'האט דאך געשמועסט אז רבי שאול האט רוב עולם דא אין אמעריקא, נו ווי קען זיין אז דאס מיידל האט נישט קיין פריינדינעס וואס זאלן רעדן מיט איר?? ס'הייסט בלויז איין משפחה איז אריבער צו רבי שאול???
פארוואס בכלל האט א מענטש אן אינטערעסע צו שיקן די קינדער אין א מוסד, וואס שטייט אונטער א רבי'ן וואס איז לדעתם ממש דאס ערגסטע וואס קען זיין, אין זיינע ארומיגע מענטשן זענען לדעתם נאך ערגער, טא פארוואס אהין שיקן קינדער?? סתם זיי אריינלייגן אינעם לייבן גרוב אז מ'זאל זיי פייניגן???
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 2:24 am
דורך nespresso
nespresso האט געשריבן:איך מיין די קשיא וואס זי פרעגט קען זי זיך אליינס פרעגן ווי אזוי טיט מען עס פאר א קינד זי האט געוויסט אז גור גייט דעס טיען זי האט נישט געקערט פאר איר קינד פארוואס זאל די מוסדות מער טיען ווי זי טיט,
נישט אז איך געב גערעכטיקייט פאר גור ח"ו
אבער נישט האבן קיין פלאן פארן גיין צו שאול מאכט אויך נישט קיין סענס
מיין קשיא איז נישט דווקא דא נאר אסאך מאל מענטשען האבן טענות פארוואס מוסדות נעמען נישט אן זייער קינדער ווען זיי קומען נישט נאך די תקנות המוסדות (גערעכטע צו נישט גערעכטע תקנות) פארוואס דארף די מוסדות מער קערן ווי די אליינס?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 3:39 pm
דורך יאסל ראקאווער
נעמט אריין אין קאפ. די גוים האבן ישיבות און סקולס לטובת ציוויליזאציע און לטובת השם.
אידן האבן מוסדות אלץ א קרדום לחפור בו. אדער ביסטו מיין קולט אדער נישט. נישטא קיין ישיבה אדער שולע פאר די ציבור. דאס איז נאר פאר די גוים וואס אלעס וואס זיי טון איז סעלפיש און פאר זיך אליינס.
פובליק סקולס. א גוישע ווארט.
נענה אנשי קאווע שטיבל ואמרו, כל מהא שתקנו לא תקנו אלא לצורך עצמם.
תקנו בתי מדרשות, להושיב בהם טישן, ישיבות לחנך בניהם לשוואנצונעס ובתי חינוך ליטול מהם חופש נפשם
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 4:07 pm
דורך Hadasim
ליידער איז אמת אז די גרויסע תאוות השתלטנות פון די אדמו"רים האט חרוב געמאכט חסידות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:43 am
דורך Hadasim
קהל'ס נער האט געשריבן:שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?
וואס ווערט איהר אזוי צוהיצט פון די פאות?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 6:48 pm
דורך קהל'ס נער
Hadasim האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?
וואס ווערט איהר אזוי צוהיצט פון די פאות?
זעיט אויס אז כ'האב א פעטיש צי פיאות
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=485662#p485662
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:31 pm
דורך כלבאשבוע
גער ענטפערט צוריק
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:23 pm
דורך Hadasim
ואנכי לא ידעתי אז ס'איז א גאנצע סוגיא מיט א קול קורא.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 12:50 am
דורך שמעקעדיג
כלבאשבוע האט געשריבן:גער ענטפערט צוריק
זייער נאריש לענ"ד.