בלאט 1 פון 2
גרינטאטש MP3 סומאטוכע
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 6:47 pm
דורך [NAMELESS]
די היימישע קאמפעני גרינטאטש האט לעצטענס ארויסגעגעבן א נייע MP3 פלעיער וואס זיי זאגן איז כשר וכו' אבער געוויסע
האלטן אז נישט, האבן זיי ארויסגעגעבן א פאלשע צעטל בשם די קאמפעני קעגן זייער פראדוקט.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 6:49 pm
דורך נפה
ביזט זיכער עס איז פאלש? איך האב עס נישט געזען אדווערטייזן די וואך האב איך געמיינט אז דער טעראר האט געארבעט.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 6:57 pm
דורך [NAMELESS]
כמעט זיכער אז ס'איז פאלש ווייל ס'איז היינט ארויסגעקומען א נייע ווידיאו עד פאר די פלעיער.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 4:28 am
דורך תרמב
מ'זעהט בחוש פון די ווערטער די סגנון און די תוכן אז סאיז פאלש און אז א מענטש מיט א אמתדיג שלעכט הארץ האט עס געשריבן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 5:28 am
דורך [NAMELESS]
אבער אז מען רעדט שוין יא אויף א היימישער אופן.
וואס איז די פוינט פון דעם פלעיער?... 'כשר' און 'פעסט' וואס מיינט דאס? ווער שטייט אונטער די מארקעטינג סטראטעגיע?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 10:06 am
דורך תרמב
כשר צילט מען די עלטערן און מיט פעסט צילט מען די קינדער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:33 pm
דורך היכי דמי
אז מען רעדט שוין דערפון, די פראדוקט איז א געוואלדיגע. די קינדער פילן זיך גוט אז זיי האבן א קילע מאשינקע מיט א טאטש סקרין און עס האט נישט קיין צוטירט צו קיין שום זאך וואס איז אסור ביי אונז.
עס איז טאקע א פראבלעם פאר געוויסע וואס נעמען אן די שיטה אז ׳טאטש סקרין׳ איז אסור דאורייתא.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:49 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: לפענ"ד איז דא אין גאנצן אן אנ'אנדער אישו. דער טעראר וואס האט זיך געשאפן. אלעס אין נאמען פון חינוך. און דאס ווארט טעכנאלאגיע איז געווארן טרייף. די מינוט מ'קען זאגן אז עפעס שמעקט מיט טעכנאלאגיע קענמען עס אונטער ברענגען. אן קיין שום דיון פון נייטראלע מומחים. וועלכע האבן נישט קיין אגענדא.
נו' די ציונים זענען דאך שוין געפייגער'ט. (פי'. מ'קען דאס שוין נישט ניצן אלס אן אישו.) מוז מען דאך אויפקומען מיט עפעס א נייע זאך מיט וואס מ'זאלל קענען האלטן דעם המון עם אין די הענט...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:51 pm
דורך נפה
עסאיז נישט א קריים צו נוצען זייער לאגא?
Re: גרינטאטש MP3 סומאטוכע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:52 pm
דורך אונטער חכם
סיז א נייער פראדוקט? דאכט זיך אז עס איז שוין אפאר יאר אלט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:56 pm
דורך נפה
גערעכט מיין ברידער האט עס שוין פאר מער ווי א יאר
נאר ברוך השם יעצט האט מען גענדיקט מיט די אנדערע עבירות וואו י״ט כסלו און דף היומי קען מען גיין צו די עבירה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:41 pm
דורך berlbalaguleh
נפה: איך האב באמערקט אז דער חודש כסליו איז עפעס אנגעפילט מיט פארשידענע חאגעס. ..י"ט כסליו איז א ליובאוויטשער (חאגע) יו"ט. חנוכה, האבן די ציונים , ליידער איבערגענומען . (כדברי הרב ישראל מ. סופר. והרב ש.ב. מרגליות). די איינציגע אמת'דיגע (נאך דערווייל כשר'ע) יו"ט איז כ"א כסליו. אין אמת'ן ווער (וועלכער ערליכער איד פונ'ם שניט פון הרב ישראל מ. סופר) דארף דען חנוכה?. זיי די ציונים (שר"י) האבן זיך משתלט געווען אויף דעם יו"ט האבן אונז ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני אויפגעהערט צו האלטן עס...!
נ.ב.: אזא עם הארץ, בי.טי. אדער גר ווי ישראל קאפקע וואלט געשריבן אזא תגובה. ווייל ער מיינט עס (איך זאג אפילו נישט נעבעך) אמת'דיג. ער מיינט אז די סאטמאר'ע שיטה איז געבויעט אויף שנאת ישראל. (אפשר אויך שנאת מדינת ישראל. נאר איינס ברענגט די צווייטע.)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 12:46 am
דורך בן נון
די בריוו קוקט מיר יא אויס אטענטיש
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 12:55 am
דורך שמעון וואלף
היכי דמי האט געשריבן:אז מען רעדט שוין דערפון, די פראדוקט איז א געוואלדיגע. די קינדער פילן זיך גוט אז זיי האבן א קילע מאשינקע מיט א טאטש סקרין און עס האט נישט קיין צוטירט צו קיין שום זאך וואס איז אסור ביי אונז.
עס איז טאקע א פראבלעם פאר געוויסע וואס נעמען אן די שיטה אז ׳טאטש סקרין׳ איז אסור דאורייתא.
א גאנץ יאר ובפרט יעצט חנוכה זעה איך אין שול בחורים און כולל יונגעלייט גייען נאך געלט מיט טאטש סקרין קרעדיט קארד מאשינען ואין פוצה פה ומצפצף.
מ'נעמט בחורימל'ך מיט קוים שתי שערות און מ'עפענט זיי די קאפ צום טריפה'נעם טעכנאלאגיע רח"ל
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 1:03 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:אז מען רעדט שוין דערפון, די פראדוקט איז א געוואלדיגע. די קינדער פילן זיך גוט אז זיי האבן א קילע מאשינקע מיט א טאטש סקרין און עס האט נישט קיין צוטירט צו קיין שום זאך וואס איז אסור ביי אונז.
עס איז טאקע א פראבלעם פאר געוויסע וואס נעמען אן די שיטה אז ׳טאטש סקרין׳ איז אסור דאורייתא.
א גאנץ יאר ובפרט יעצט חנוכה זעה איך אין שול בחורים און כולל יונגעלייט גייען נאך געלט מיט טאטש סקרין קרעדיט קארד מאשינען ואין פוצה פה ומצפצף.
מ'נעמט בחורימל'ך מיט קוים שתי שערות און מ'עפענט זיי די קאפ צום טריפה'נעם טעכנאלאגיע רח"ל
פונקט אזוי ווי די טריפה'ענע טאטש סקרין ATM'ס....
כבולעו כך פולטו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 1:30 am
דורך חתן בחור
בן נון האט געשריבן:די בריוו קוקט מיר יא אויס אטענטיש
א קאמפעני וואלט קיינמאל נישט געשריבן די צווייטע פאראגראף אויף זיך אליינס.
יענער שרייבט דאס ארויס ברחל בתך הקטנה, וואספארא שלעכטע דעווייס דאס איז. ״ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אלס שעדליך פאר בחורים און קינדער,
און האט שוין ליידער געקאסט פיל קרבנות..... אין א וועלט וואס טעכנאלאגיע רייסט שטיקער ביים יונגען דור״.
און די גרעסטע ווערטער זענען אז די פלעיער איז נישט כשר... ס׳קומט נישט פון גרינטאטש.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 8:32 am
דורך שמעקעדיג
עס מאכט נישט קיין סענס אז דאס קומט פון גרינטאטש זעלבסט, איך זעה אז זיי אדווערטייזן נאך אלץ דעם מאדעל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 11:22 am
דורך היכי דמי
די איחוד מנהלים איז א נייע ארגון, ווי עס קוקט אויס גייט מען אסאך הערן פון זיי אין די עתיד.
איינער יצחק אייזיק אייכענשטיין שטייט דערונטער, איך ווייס נישט ווער דאס איז
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 11:38 am
דורך היכי דמי
וואלווי האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:אז מען רעדט שוין דערפון, די פראדוקט איז א געוואלדיגע. די קינדער פילן זיך גוט אז זיי האבן א קילע מאשינקע מיט א טאטש סקרין און עס האט נישט קיין צוטירט צו קיין שום זאך וואס איז אסור ביי אונז.
עס איז טאקע א פראבלעם פאר געוויסע וואס נעמען אן די שיטה אז ׳טאטש סקרין׳ איז אסור דאורייתא.
א גאנץ יאר ובפרט יעצט חנוכה זעה איך אין שול בחורים און כולל יונגעלייט גייען נאך געלט מיט טאטש סקרין קרעדיט קארד מאשינען ואין פוצה פה ומצפצף.
מ'נעמט בחורימל'ך מיט קוים שתי שערות און מ'עפענט זיי די קאפ צום טריפה'נעם טעכנאלאגיע רח"ל
פונקט אזוי ווי די טריפה'ענע טאטש סקרין ATM'ס....
כבולעו כך פולטו
ווער נאך ווי אונזער מנהלים ווייסן ווי מען קען אלס אנקומען דורך טאטשן...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 1:48 pm
דורך כלבאשבוע
סאיז גאנץ א גיטע עד פאר גרינטאטש
Re: גרינטאטש MP3 סומאטוכע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 5:13 pm
דורך פאליטיקאנט
גראדע פארשטיי איך די צד שכנגד.
למעשה איז די דעווייס אויסגעשטעלט מיט טאטש סקרין, און פרובירט געבן די איינדרוק פון 'אפדעיטעד / עדווענסד טעכנאלאגיע' - עס איז דעזיינט אויסצוזען ענליך צו א סמארטפאון, טאקע כשר וישר אן קיין אינטערנעט, אבער עס גיבט די רייץ (און עטוואס לעגיטימאציע) פאר סמארטפאונס.
פאר איינער וואס וויל מרחיק זיין זיינע קינדער פון סמארטפאונס איז דעס אומדערהערבאר, ווייל דאס עפענט אויף די קינד דערצו, ווען איך וואלט געווען קעגן סמארטפאונס וואלט איך אויך נישט געלאזט מיינע קינדער האבן עפעס ענליך דערצו.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 7:51 pm
דורך רימון
היכי דמי האט געשריבן:די איחוד מנהלים איז א נייע ארגון, ווי עס קוקט אויס גייט מען אסאך הערן פון זיי אין די עתיד.
איינער יצחק אייזיק אייכענשטיין שטייט דערונטער, איך ווייס נישט ווער דאס איז
בן אדמו"ר מבורשטין מיין איך.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 10:50 pm
דורך קהל'ס נער
פאליטיקאנט האט געשריבן:גראדע פארשטיי איך די צד שכנגד.
למעשה איז די דעווייס אויסגעשטעלט מיט טאטש סקרין, און פרובירט געבן די איינדרוק פון 'אפדעיטעד / עדווענסד טעכנאלאגיע' - עס איז דעזיינט אויסצוזען ענליך צו א סמארטפאון, טאקע כשר וישר אן קיין אינטערנעט, אבער עס גיבט די רייץ (און עטוואס לעגיטימאציע) פאר סמארטפאונס.
פאר איינער וואס וויל מרחיק זיין זיינע קינדער פון סמארטפאונס איז דעס אומדערהערבאר, ווייל דאס עפענט אויף די קינד דערצו, ווען איך וואלט געווען קעגן סמארטפאונס וואלט איך אויך נישט געלאזט מיינע קינדער האבן עפעס ענליך דערצו.
איז לאמיר צינעמען די זאך.
פארוואס האבן די רבנים געאסרט אנפילטערד אינטערנעט? גזירה אטו פארן סייטס.
פארוואס האט מען געאסרט פילטערד אינטערנעט שלא לצורך פרנסה? גזירה אטו אינטרנט לא מסונן.
פארוואס האט מען געאסרט א סמארטפאון לצורך פרנסה אין בית המדרש? אטו שלא לצורך פרנסה.
פארוואס האט מען געאסרט א סמארטפאון אן קיין אינטערנעט בכלל פאר פרויען? אטו סמארטפון עם אינטרנט מסונן לצורך פרנסה.
האלט מיר שוין ביי א גזירה לגזירה לגזירה לגזירה, נישט קיין טעות פיר גזירות איינס אויפן אנדערע, וואס אין גמרא שטייט גזירה לגזירה לא עבדינן, מען מאכט אפילו נישט איין גזירה אויף א גזירה.
קימט אינזער פאליטיקאנט און זאגט ניין פיר גזירות איז נישט געניג, לאמיר צילייגן א גזירה, טאטש סקרין מ.פ.3. פלעיער, אטו א פרוי וועט האבן א אינטערנעט לאזע סמארטפאון, וואס דאס קען ציברעינגען צי סמארטפאון מיט א פילטער לצורך פרנסה אין בית המדרש, וואס דאס קען גורם זיין מען זאל עס ליידער ניצען שלא לצורך פרנסה, און יעצט דארף מען חייש זיין אז ער וועט האבן אינטערנעט אן קיין פילטער, און כ'דארף מורא האבן אז ער גייט גיין וואטשן פארן סייטס, חד גדיא חד גדיא.