בלאט 1 פון 4

נעטפליקס דרשה פון רבי אפרים וואקסמאן מאכט שטורעם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 9:49 am
דורך [NAMELESS]
ביי די 99'סטע אגודה קאנווענשאן וואס קומט פאהר די טעג האט דער ר"י פון "מאור יצחק" הרב אפרים וואקסמאן געשריגן קולות אז די פראבלעים היינט אין יודישקייט איז אז "יודען האבן נעטפליקס!!" "וואס טוהט נעטפליקס אין א יודישע שטוב??!!" האט ער געשריגן מנהמת לבו.

נאכדעם וואס די דרשה איז ארומגעפארען, האט דאס געמאכט א שטורעם פון יודען וואס האבן צוריקגעזאגט מעסעדזשעס אז ס'איז א גרעסערע פראבלעים אז ראש ישיבות ווארפען ארויס בחורים. עטליכע מעסעדזשעס פארען ארום פון בחורים אליין וואס הרב וואקסמאן האט ארויסגעווארפען פון זיין ישיבה. אויך איז דא א מעסעדזש פון יונתן שווארטץ וואס הרב וואקסמאן האט ארויסגעווארפען זיין זוהן. יונתן שרייט אז אזא געלונגענע מענטש ווי הרב וואקסמאן וואלט דאך געקענט אזויפיהל אויפטוהן פאר יודען און פאר בחורים, אנשטאטס מאכט ער א ישיבה פאר מציונים און ווארפט ארויס יעדע בחור וואס געפעלט אים נישט אינגאנצען.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 9:50 am
דורך קאך_לעפל
עעה...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:04 am
דורך יאסל ראקאווער
אגודה קאווענשען איז א חוזק ארום גאנץ כלל ישראל ווייל א דאנק פאר TorahAnytime זענען זייער דרשות געזען געווארן דורך טויזענטע ארום די וועלט און איינס ביי איינס איז עס ממש שוואך אדער א חוזק (גאר געלונגענע רעדנער גראדע, אבער גאר שוואכע מעזעדזשעס). רבי חיים איז צעשמירט אלץ די דזשאוק פון כלל ישראל ווייל אדער האט מען אים פארדרייט די די קאפ אדער זאגט מען אים נאך פארדרייט, אז ער האט געפסקנט אז מאריוואנע איז ערגער ווי אלקאהאל פאר די גוף פון א איד. נעבעך נעבעך. און דער זאגט עס נאך מיט אזא אייפער און פייער. יעדער בר דעת זעעט אלעס.

די בחור שילער, וויינט אויף זיין ווייס נאוט. נעטפליקס איז די פראבלעם? Netflix is unbearable and unanswerable? האסט מיך געשאכטען. דאס איז unbearable! יהונתן שווארץ שטעלט זיך ארויס און זאגט א מעשה וועגן זיין זון וואס איז תסמר שערות אנוש. דאס איז unanswerable!

ומלאה הארץ דעה. די גאנצע וועלט זעעט אלעס. די אינטערנעט איז משיח.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:15 am
דורך לכבוד שבת קודש
ברענגט אהער!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:28 am
דורך געדאנקן
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ברענגט אהער!

viewtopic.php?p=486991#p486991

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:31 am
דורך היסטאריע
אנשטאטס מאכט ער א ישיבה פאר מציונים און ווארפט ארויס יעדע בחור וואס געפעלט אים נישט אינגאנצען.

א ישיבה פאר מצויינים, נישט אמת.
ווארפט ארויס וכו' וואס געפעלט אים אינגאנצען נישט, כצ"ל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:36 am
דורך יין שרף
כמדומה ווארפט ר' אפרים וואקסמאן קיינעם נישט. ער איז א מלך אסור ברהיטים אין זיין אייגענע ישיבה.
די בעל הבית דארט איז די מנהל (שווארץ?), און ער טוט ככל העולה כל רוחו, און די ר"י האט נישט קיין שום ווארט דארט. מאקסימום לאזט ער ר' אפרים פון מאל צו מאל געבן שיעורים אין ישיבה. די ר"י ליידט מער פון עם ווי די בחורים ליידן..(כך שמעתי מכמה יוצאי ישיבתו, וכן מאחד הפועלים).

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:39 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קיין שום תירץ! ער איז ראשעשיווע טראגט ער די פולע אחריות!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:37 pm
דורך ברוך שאמר
I just heard from Yonoson Schwartz very very different on him

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:53 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ברוך שאמר האט געשריבן:I just heard from Yonoson Schwartz very very different on him

זיי זיך מסביר ביטע, ס'פארט ארום א לעבעדיגע קליפ פון עם ווי ער שרייט אויס ברחל בתך הקטנה, קוקט נישט אויס ווי ס'אפילו פארהאן צוויי מהלכים דערין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:01 pm
דורך קויפער
דאס איז אפשר ראוי אריינצוגיין אין די סעריע פון פרוקן אויסדרוקן פון ראשי ישיבות.

ר׳ יונתן׳ס רעאקציע: https://voca.ro/1aTXn8CyCK8w
די רעאקציע פון א תלמיד: https://voca.ro/18AmlSzlfxkh

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:27 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אגב; וואס מיינט צו ׳סטיקי׳?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:40 pm
דורך סמבטיון
צ"ל שטיקי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:48 pm
דורך היסטאריע
לפי דבריו מיינט עס אז ער האט צופיל ליב געהאט וואקסמאן, און וואקסמאן האט עס נישט געקענט דערהייבן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קויפער האט געשריבן:דאס איז אפשר ראוי אריינצוגיין אין די סעריע פון פרוקן אויסדרוקן פון ראשי ישיבות.

ר׳ יונתן׳ס רעאקציע: https://voca.ro/1aTXn8CyCK8w
די רעאקציע פון א תלמיד: https://voca.ro/18AmlSzlfxkh

נו מ׳קען דאך נישט לערנען תוספות פאר מ׳קען די גמרא. :D

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 6:11 pm
דורך nespresso
ברוך שאמר האט געשריבן:I just heard from Yonoson Schwartz very very different on him

וואקסמאן האט גארנישט מיט די בחורים ביז די עידזש פון וואס מען קען שוין פארן קיין מיר וכו'
און יונתן זאל מיר מוחל זיין אויב עס איז דא א פראבלעם פון 2 פעסער איז ער נומבער 1

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:13 pm
דורך מי אני
אז מ׳רעדט שוין איז אין זיין דרשה דארט זאגט ער, מפי הבעה״ט, אז (דברים ד ו) כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה איז אפילו אויף מצות פרה אדומה, הגם זיי האבן מעיקרא מונה געווען ישראל על זה (רש״י בריש חקת). און דאס איז מכח ווייל היינט-צו-טאג זעהן זיי שוין יא איין אז דאס האט אלס צוגעגעבן צו די גוטסקייט פון אונזערע קינדער לעומת זייערע.

די בעה״ט דארט זאגט דאס אבער לגבי די ווארט ״רק״ אינעם פסוק וואס איז א מיעוט ווייל דאס פארשטייען זיי נישט ע״ש. והיינו אז אויף די סארט חוקים זאגן זיי נישט אז אידן זענען חכמים. הגם פונעם פריערדיגן בעה״ט וואס זאגט אז ר״ת וס״ת ה׳אל׳ה ו׳אמר׳ו ר׳ק ע׳ם איז ״ערוה מקוה״ למה ערות אחותו אסורה ובת אחיו מותרת ולמה מקוה מ׳ סאה מטהר וחסר קורטוב אינו מטהר איז לכאורה יא משמע אז אפילו אויף די סארט אומפארשטענדליכע הלכות האלטן זיי אז אידן זענען דעם עם חכם ונבון.

אזוי צי אזוי איז דאך דאס אחוץ אלס א טייטש נישט מעלה ומוריד, ווייל לכאורה איז די מציאות דאך נישט אזוי. וואס די גמרא זאגט אין שבת עה. אויף די פסוק לגבי חכמת אסטראנאמיע איז דאס יא פארשטענדליך אלס א מציאות ווען עס איז אזוי אז אידן קענען דאס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 11:54 pm
דורך היסטאריע
לכאורה מיינט ער דער טור הארוך
– לומר כי בחוקים ומשפטים יש תועלת גדולה שהם תפארת לעושיהם מן האדם ואפילו שונאיהם ישבחו אותם בהם ועוד שהם תועלת גדולה שהשם יהיה להם קרוב בכל קראם אליו וגם העמים יתבוננו בזה וידעו כי החוקים נעשים בחכמה ובבינה לקרבה אל האלהים ויראו מהם וזהו מי גוי גדול ועוד שהמשפטים בעצמן הן צדיקים וישרים וטובים


אבער דער שאלה איז צו דער טור לערנט אז חוקים זענען מצוות וואס מען ווייסט נישט דער טעם. דער רמב"ן און אבן עזרא האלטען אז חוקים זענען מדות פין אויבערשטען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 8:23 am
דורך מי אני
ער זאגט [29:45-31:00] בשם הבעה״ט ״כגון פרה אדומה״ (דוקא). איז משמע אז ער באציהט זיך צום בעה״ט בהפסוק. אבער פון דער טור הערוך איז טאקע משמע אזוי ווי ער לערענט אפ דעם בעה״ט אז האומות חושבים את ישראל לעם חכם ונבון אפילו מחמת קיום החוקים שאין בהם טעם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 9:41 pm
דורך קאצקע ציקער
דעי יונתן שווארטץ איז ריזיג דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם ער קען נאך ברענגען א טויש צום סיסטעם מיט זיין פיסק
א פרישע ווידיאוי יעצט ארויס

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 12:03 am
דורך [NAMELESS]
הער דא א בחור רעדט מיט ווייטאג.
http://bit.ly/3xOWttP

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 8:27 am
דורך אספקלריה
קאצקע ציקער האט געשריבן:דעי יונתן שווארטץ איז ריזיג דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם ער קען נאך ברענגען א טויש צום סיסטעם מיט זיין פיסק
א פרישע ווידיאוי יעצט ארויס

קענסט ביטע עס לייגען דא.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 8:59 am
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'האב שוין פרובירט אבער כ'ווייס נישט פארוואס ס'גייט נישט.