בלאט 1 פון 1

זאכן וואס טויגן "נישט" פאר שלום בית

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:46 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער איינער וואס האט חתונה, וויל באמת זיין א נארמאלע מענטש און האבן אמת'ע שלום בית, ס'מאכט זיך אבער, אז אמאל גייט א רוח שטות אריין אין קאפ, און נאכדעם קען מען שוין נישט טראכטן גראד, דארף מען צוקומען צו א דריטן וואס זאל העלפן טראכטן גלייךַ

וועל איך עפענען א אשכול, אויסצושמועסן וועלכע זאכן טויגן "נישט" פאר אמת'ע שלום בית. אזוי ווי די פארום דא איז בעסיקלי פאר מענער, וועל איך רעדן וואס איז נוגע פאר אונז מענער.

עס שטייט אין פסוק, "ואהבת לרעך כמוך", מ'דארף ליב האבן א חבר פונקט ווי דו האסט דיך אליינס ליב. קל וחומר א ווייב, וואס מיט איר דארף מען זיין ממש ווי איינס, איז אוודאי אז מ'טאר איר ח"ו נישט וויי טוהן.

אמאל מאכט זיך אז די ווייב וויל נישט טון דאס וואס דער מאן וויל, למשל מיט לבוש, עסן, בעדרום, אא"וו. דארף מען קוקן אויף די גרויסע בילד, וואס הייסט? אויב למשל אויף רוב זאכן אין לעבן שטעלט זיך די ווייב זייער פיין צו, זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטען אז דו ביסט אריינגעפאלן מיט א גוטע ווייב.

איי ס'קוקט אויס ווי זי שטעלט זיך נישט צו צו מיר מיט אלעס, ווייל למשל איך וויל זייער שטארק אז זי זאל גיין מיט איין סארט שייטל, ווי איינער ברענגט ארויס אין א אנדערע אשכול, אבער דאס ווייב האלט נישט עכט דערביי.

אין אזא פאל וואס די ווייב וויל נישט, פאר וואטעווער ריזן, און די וועסט עס יא פארלאנגען, "וועט דאס זיכער שטערן פאר אמת'ע אהבה"!

פארוואס?

לאמיר ביי די פאל עס מסביר מיט א מענערישע מעשה. "משה" געהערט צו די באבובער קרייזן, ער דאוונט אייביג אין זייער שול און האט דארט זיינע חברים מיט וועם ער פארברענגט. יעדער איינער ווייסט אז אין באבוב גייט מען מיט הויכע ביבער היטן. איין טאג קומט ער אהיים, און זיין ווייב זאגט עם, "משה", אונזער נייע שוואגער יענקי גייט מיט א פלאטשיגע ביבער הוט, ער קוקט אויס זייער קיוט אזוי, כ'וויל אז פון היינט און ווייטער זאלסטו אויך גיין מיט אזאנס! משה פראבירט צו זאגן אז ער איז א באבובער און אין באבוב גייט מען נאר מיט הויכע היטן, און ס'וועט עם זיין זייער שווער אריינצוקומען אין באבוב צווישן אלע זיינע חברים מיט א פלאכע ביבער הוט... די נמשל איז איבריג... ווער עס וויל פארשטיין, וועט פארשטיין!

אוודאי, אז אויב די ווייב שטעלט זיך נישט צו מיט אסאך זאכן, דארף מען גיין פאר הילף און זען וואס מ'דארף זיך אויסגלייכן, אבער רוב ווייבער ווילן זיך יא צושטעלן, נאר מ'דארף זיך קענען אריינלייגן אין זייער שיך, און נישט אזוי שטארק טראכטן נאר פון "זיך", אז זי זאל טוהן וואס "איך" וויל, ווייל אמת'ע שלום בית איז נאר דא ווען ביידע ווילן די זעלבע! איז מעגליך פאר ביידע צו ווילן די זעלבע זאך? יא, עס איז מעגליך.

ווען מ'וועט אייביג טראכטן וויאזוי מ'קען מאכן די ווייב מער העפי, און פראבירן זיי אמת'דיג צו פארשטיין, און ארבעטן אויף "זיך", און נישט זיין ביזי וואס זי דארף אלס טון פאר "מיר", וועט די ווייב, אויטאמאטיש אויך אזוי טראכטן, דעמאלט'ס איז מען שוין בעזר ה', א סטעפ "נענטער" צו אמת'ע אהבה!

---------

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:51 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט לאמיר גיין צו א אנדערע פאל, דא וועל איך אנפאנגען מיט א מעשה.

ס'קומט מיר אויס צוליב מיינע געשעפטן, אראפצוגיין אמאל אין די הייזער פון מיינע קליענטן. לעצטנס בין איך געווען ביי איינעם, וואס זיין שווער האט מכלאמפערשט עפעס געלט, ממילא דארף די חשובע איידעם "זיצן" אין כולל. אבער דאס ווייב זיינער, ארבעט ביטער שווער פאר די געלט, (דאס איז ליידער אויך נישט די ריכטיגע סדר העולם, אפשר א אנדערע מאל באריכות) דער יונגערמאן איז קוים 25 יאר אלט, און דארט איז דא פינף קינדער און די עלצטער איז בערך 7.

כ'בין געווען אין זייער שטוב פארנאכטס, וואס אין איעדע אידישע שטוב, איז אזא צייט לוסטיג און לעבעדיג, אבער וואס כ'האב דארטן צוגעזען, האב איך נאך נישט אין ערגעץ געזען.

די חשובע אינגערמאן איז אהיים געקומען פון כולל, און זעצט זיך שיינערהייט אראפ אין די קאך, און איז מעיין אין א ספר, און ווארט אויף די גוטע נאכטמאל וואס די געטרייע עקרת הבית שטעלט צו, אבער אין די הויז איז געווען אזעלכע קולות וברקים, וואס מ'הערט נאר ביי א שווערע מלחמה זאנע… שוין, לאמיר בעסער נישט מאריך זיין, די מאמע האט נעבעך געסנעפט. כ'בין ארויס פון יענע הויז אינגאנצן שאקט און צושוידערט.

לאמיר רעדן נאר פון איין נקודה, דא ביי די מעשה, האבן זיי געהאט פינף קינדער אונטער זיבן.
ווען אזא חשובע און תמימות'דיגע אינגערמאן קומט צו זיין רבי, רב, דיין, און פרעגט אים איידעלערהייט אויב ער קען עפעס טון, נישט צו האבן קינדער אזוי נאנט איינס צום צווייטען, וועלן רוב היינטיגע רבנים "קוים" געבן א היתר עפעס צו טון, און אפילו אויב יא, וועט מען דיך מאכן פיעלן ווי עס איז לכתחילה נישט אויסגעהאלטן.

דאס איז קלאר אקעגן די תורה! ווייל נאכן האבן צוויי קינדער, האט מען שוין יוצא געווען לכל הדעות די מצווה פון פריה ורביה. ווי יעדער ווייסט, אז פאר ונשמרתם מאוד נפשותכם איז מען אפילו מחלל שבת, קומען ליידער די היינטיגע "רעבנים", וואס אנשטאט צו זאגן פאר אזא אינגערמאן, נעם א ברעיק פון אפאר יאר, כדי די ווייב זאל קומען צו די כוחות, גיט מען גאר עטיטוד אויב איינער בעט פאר דעם, און מ'לאזט ליידער יונגע געזונטע מאמע'ס ווערן אנגעשטרענגט ביז'ן סנעפן ח"ו.

ווי אין די וועלט איז געהערט געווארן, אז א פרוי דארף ארבעטן פאר די געלט, צושטעלן נאכטמאל און קעיר נעמען פון די קינדער און ועל כולם, קעיר נעמען פון די "חשובע אינגערמאן". דאס איז קעגן די תורה! יא, אויף דאס וויינט דער באשעפער!

פארוואס פארצייל איך דאס, ווייל כ'האב געהאט איינער פון מיינע נאנטע משפּחה, וואס איז פון די פרומערע קרייזן, ער איז אין די תורה ליין. איין טאג האט ער זיך אפגערעדט צו מיר, אז זיין טאכטער וואס האט קוים חתונה געהאט און האט שוין קע"ה דריי קינדערלעך, מיז האבן הילף אינדערהיים ווייל זי איז זייער פארפלאגט, אויב איך קען עם העלפן מיט געלט, פרעג איך עם, ווי נאנט זענען די קינדער, זאגט ער מיר קוים א יאר.

וויבאלד ער איז נישט פון די פארנאטישע, האב איך עם געזאגט אז מ'קען נעמען אזא זאך וואס הייסט מייקרינאר און בדרך־כלל העלפט עס פאר 2-3 יאר און ס'איז אויסגעהאלטן לכתחילה. די שמחה וואס ער האט געהאט ווען ער איז דאס געוואר געווארן, איז געווען אין לשער, נאכדעם האב איך עם אויך שוין געשיקט צו א דיין וואס האט נאך אמת'ע יודישקייט, און פסק'נט ווי די ד' חלקי שלחן ערוך צוזאמען מיט די פיפטע...

וויל איך דא זאגן, רבותי, עס זענען דא אידן אין 2021 וואס ווייסן נישט אז מ'קען אפצושטופן דאס האבן קינדער אזוי נאנט איינס צום צווייטען לכתחילה, ממילא אויב איינער האט באקאנטע אין אזא סיטואציע זאל מען זעהן צו העלפן ווי פיל מ'קען, פארשטייט זיך אז מ'זאל נוצן "קאמען סענס", וואס, ווען, און ווי אזוי צו זאגן.

אזוי ווי די "רעבנים" היינט זענען ליידער נישט דא צו בויען א דור פון תורה, נאר זיי זענען דא צו בויען פלייש פאר זייערע קאמפעני, זאל מען האלטן די אויגן אפען, און אויב מ'זעט אז די ארומיגע דערטרינקען זיך אינעם רעבנישע עולם השקר, זאל מען שיינען פאר זיי מיט די אור האמת, און צוביסלעך וועט בעזר ה' די וועלט לעכטיג ווערן, נאך דעם וועט שוין קענען זיין "והיה ה' למלך על כל הארץ"!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:56 pm
דורך קהל'ס נער
איך מיין אז יעדע נערמאלע דיין לאזט בירט קאנטראול ביז צוויי יאר נאכן האבן א קינד, אויב לאזט ער נישט גיי צי א צווייטע דיין, איך קען א דיין וואס שרייבט אינטער קול קורא'ס און איז מתיר לכתחילה ביז צוויי יאר.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 9:03 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ביז פאר צעהן פופצן יאר צוריק איז טאקע נישט געווען אזויפיל דיינים / רבנים וואס האבן מתיר געווען בירט קאנטראל, היינט צוטאגס זענען רוב רובם היימישע רבנים מתיר. נאכן צוזעהן אזויפיל סנעפס ל"ע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 9:51 pm
דורך טשעסטער
אויב דארף מען א היתר, קען זיין אז מקען באקומען פון א דיין אויף א וויכטיגע פאל, וואס דער דיין פארשטייט אז סאיז וויכטיג ע"פ תורה משום פיקוח נפש. אבער סתם אזוי איז דאס פארבינדען מיט שטארקע שאלות.

אבער די מעשה וואס די האסט געברענגט וואלט לכאורה דער דיין געזאגט אז די מאן זאל זיך ארויפשארן די ארבעל צו ארבייטען/העלפן אינדערהיים די ב"ב מיט די קינדער עס זאל זיין מער במנוחה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 10:59 pm
דורך היכי דמי
כמעט אלע דיינים אפילו פון גאר פרומע קרייזן גיבן היינט זייער גרינג היתרים פאר בירט קאנטראל, כאטש וואס איך ווייס אז עס איז נאך דא געוויסע וואס פלעצער וואס זענען זייער שטרענג. (איך מיין אין באבוב איז בירט קאנטראל א שטארק אפגעפרעגט זאך)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 11:45 pm
דורך כניאק
טשעסטער האט געשריבן:אויב דארף מען א היתר, קען זיין אז מקען באקומען פון א דיין אויף א וויכטיגע פאל, וואס דער דיין פארשטייט אז סאיז וויכטיג ע"פ תורה משום פיקוח נפש. אבער סתם אזוי איז דאס פארבינדן מיט שטארקע שאלות.

וועלכע שאלות?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז אמת אז היינטיגע צייטן געבן די רבנים שנעלער ווי אמאל, א "היתר", ב"ה פאר דעם.

אבער מיין פוינט איז, פאר די אינגעלייט וועלכע בעטן נישט פאר דעם, צו ווייל ער שעמט זיך, ווייסט נישט, אדער וואטעווער. כ'ווייס נישט קיין נאמבערס, אבער ביי א גרויס חלק חסידים, איז נאך אלץ א סטיגמא עפעס צו טון וואס גייט אפשטופן, אפילו אויף אביסל.

זאלן די רבנים אריין קומען קלאר פאר די חשובע, תמימות'דיגע אינגעלייט, אז זיי זאלן וויסן זייערע אפשען'ס און יעדער מענטש פאר זיך, זאל וויסן אז ער קען עפעס טון טאמער עס פעלט אויס.

נישט צו לאנג צוריק האבן די רבנים געמאכט א ויצעקו אויף די שניעלן, זיי זענען געווען ביזי אז די פרױען זאלן ענדערש גיין מיט טורבאנען, ווייל ס'האט געשטערט פאר אפאר געציילטע נישט געזונטע מענער אז פרויען אין גאס גייען אזוי, איז אוודאי ווען אידישע מאמע'ס ווערן אנגעשטרענגט און עס קאסט ליידער געזונט, נשמות און נפשות, זאל מען הערן פון זיי קלארע דיבורים, און עס זאל בכלל נישט זיין מער קיין סטיגמא!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 11:24 pm
דורך בת קול
איך פלעגט אלעמאל טראכטן פארוואס א פרוי איז מעוברת 9 חדשים, אזא לאנגע צייט.
חיות האבן אין 3 חדשים צו וואס. די באשעפער האט עס נישט געקענט אביסל צואיילן?
נאר וואס דען, דער באשעפער האט איינגעזעהן אז די מענטשן האבן נישט קיין שכל, האט ער געמאכט א נאטירליכע ב.ק. אז די קינדער זאלן זיין כאטש 9 חדשים אפגעריקט...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 9:09 pm
דורך סעגאל
און לייג נאך צו אזא 2 חדשים נאכדעם וואס מען קען נישט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 10:11 pm
דורך וואלווי
בת קול האט געשריבן:איך פלעגט אלעמאל טראכטן פארוואס א פרוי איז מעוברת 9 חדשים, אזא לאנגע צייט.
חיות האבן אין 3 חדשים צו וואס. די באשעפער האט עס נישט געקענט אביסל צואיילן?
נאר וואס דען, דער באשעפער האט איינגעזעהן אז די מענטשן האבן נישט קיין שכל, האט ער געמאכט א נאטירליכע ב.ק. אז די קינדער זאלן זיין כאטש 9 חדשים אפגעריקט...


א פרוי וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט. זי טראגט ארום דאס קינד פאר ניין חדשים, וואס ווען ווי ברעיק.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 3:27 pm
דורך איך אויך
עס נעמט בערך 2 וואכן פאר נייע ניקס אויסצופיגרן דער איז א בן זכר, לאז געמאכט.

מער ווי זאגן א קאפיטל תהלים לרפואתו קען מען סיי ווי גארנישט טוהן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 10:34 pm
דורך דערהויבענע איד
צום קעפל: חתונה האבן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:08 am
דורך מיסטעריע
היכי דמי האט געשריבן:כמעט אלע דיינים אפילו פון גאר פרומע קרייזן גיבן היינט זייער גרינג היתרים פאר בירט קאנטראל, כאטש וואס איך ווייס אז עס איז נאך דא געוויסע וואס פלעצער וואס זענען זייער שטרענג. (איך מיין אין באבוב איז בירט קאנטראל א שטארק אפגעפרעגט זאך)


לויט דער זוהר פון די היינטיגע חק לישראל (יום שני פרשת שמות) איז שווער צו פארשטיין אז "דיינים פון גאר פרומע קרייזן" זאלן גיבן היינט "זייער גרינג" היתרים, עיין שם די שארפע רייד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:22 am
דורך וואלווי
איך אויך האט געשריבן:עס נעמט בערך 2 וואכן פאר נייע ניקס אויסצופיגרן דער איז א בן זכר, לאז געמאכט.

מער ווי זאגן א קאפיטל תהלים לרפואתו קען מען סיי ווי גארנישט טוהן.


און דאס איך נישט, ווייל דא איז חל די גדר פון Statue of limitations, ווייל פאר אזעלעכע ענינים העלפט תהלים נאר אין די ערשטע פערציג טעג פונעם יצירה. חוץ אז מ'האנדעלט זיך איין לאה אמנו'ס כוחות...

Re: זאכן וואס טויגן "נישט" פאר שלום בית

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:52 am
דורך יָדוֹרָש
וואלווי האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:איך פלעגט אלעמאל טראכטן פארוואס א פרוי איז מעוברת 9 חדשים, אזא לאנגע צייט.
חיות האבן אין 3 חדשים צו וואס. די באשעפער האט עס נישט געקענט אביסל צואיילן?
נאר וואס דען, דער באשעפער האט איינגעזעהן אז די מענטשן האבן נישט קיין שכל, האט ער געמאכט א נאטירליכע ב.ק. אז די קינדער זאלן זיין כאטש 9 חדשים אפגעריקט...


א פרוי וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט. זי טראגט ארום דאס קינד פאר ניין חדשים, וואס ווען ווי ברעיק.


א פרוי וואס דארף קעיר נעמען פון דאס קינד נאכ'ן געבוירן ווערן, קען זאגן וואס עס איר ענדערש ניחא. טראגן א קינד אינעווייניג אדער נאכלויפן א קינד מיט אן אייגענעם מיינונג.

Sent from my Kyocera 4g LTE phone

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:01 pm
דורך בת קול
יָדוֹרָש האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:איך פלעגט אלעמאל טראכטן פארוואס א פרוי איז מעוברת 9 חדשים, אזא לאנגע צייט.
חיות האבן אין 3 חדשים צו וואס. די באשעפער האט עס נישט געקענט אביסל צואיילן?
נאר וואס דען, דער באשעפער האט איינגעזעהן אז די מענטשן האבן נישט קיין שכל, האט ער געמאכט א נאטירליכע ב.ק. אז די קינדער זאלן זיין כאטש 9 חדשים אפגעריקט...


א פרוי וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט. זי טראגט ארום דאס קינד פאר ניין חדשים, וואס ווען ווי ברעיק.


א פרוי וואס דארף קעיר נעמען פון דאס קינד נאכ'ן געבוירן ווערן, קען זאגן וואס עס איר ענדערש ניחא. טראגן א קינד אינעווייניג אדער נאכלויפן א קינד מיט אן אייגענעם מיינונג.

Sent from my Kyocera 4g LTE phone



זעהט אויס ער האט בכלל נישט פארשטאנען מיין שאלה.
פרעגנענסי איז אזוי שווער אז מיין שאלה איז פארוואס האט עס דער באשעפער נישט געמאכט געדורן קערצער.
אויב ער וויל קומען מיט זיין אגענדע האט ער ניטאמאל פארדינט אן ענטפער.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 6:01 pm
דורך וואלווי
0

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 6:04 pm
דורך וואלווי
בת קול האט געשריבן: אויב ער וויל קומען מיט זיין אגענדע האט ער ניטאמאל פארדינט אן ענטפער.


אנטשולדיגטס פאר'ן מטריח זיין...

Re:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:40 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
מיסטעריע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:08 am
היכי דמי האט געשריבן:כמעט אלע דיינים אפילו פון גאר פרומע קרייזן גיבן היינט זייער גרינג היתרים פאר בירט קאנטראל, כאטש וואס איך ווייס אז עס איז נאך דא געוויסע וואס פלעצער וואס זענען זייער שטרענג. (איך מיין אין באבוב איז בירט קאנטראל א שטארק אפגעפרעגט זאך)
לויט דער זוהר פון די היינטיגע חק לישראל (יום שני פרשת שמות) איז שווער צו פארשטיין אז "דיינים פון גאר פרומע קרייזן" זאלן גיבן היינט "זייער גרינג" היתרים, עיין שם די שארפע רייד
וואס שטייט אין די היינטיגע זוהר?