בלאט 1 פון 1

א גיטע טשולענט אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 8:09 pm
דורך שפילער
איינער האט עפעס רעקימעדעשינס אויף א גיטע טושלענט אין בארא פארק? סדא דיפס. וואס נאך קימטס אריין ...

אויך זיך איך א פלאץ ווי מען קען אליינס נעמען די בשר....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 9:09 pm
דורך פאלאצ'ינטא
שפילער האט געשריבן:איינער האט עפעס רעקימעדעשינס אויף א גיטע טושלענט אין בארא פארק? סדא דיפס. וואס נאך קימטס אריין ...

אויך זיך איך א פלאץ ווי מען קען אליינס נעמען די בשר....


לוזי'ס אויף ניו יוטרקט און 55 מאכט גאנץ א גוטע טשולנט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 9:09 pm
דורך שושן פורים
הייסטעס דו ביזט דער וואס ליידיגט אויס אלע פלייש און לאזט נאר איבער די בונדלעך און פאטעיטעס?

יא, איך ווייס פון דריי אזעלכע פלעצער אבער איבער מיין טויטן גוף וועל איך עס שעירן מיט דיר.

א מין סעלפישקייט דאס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 9:15 pm
דורך שפילער
שושן פורים האט געשריבן:הייסטעס דו ביזט דער וואס ליידיגט אויס אלע פלייש און לאזט נאר איבער די בונדלעך און פאטעיטעס?

יא, איך ווייס פון דריי אזעלכע פלעצער אבער איבער מיין טויטן גוף וועל איך עס שעירן מיט דיר.

א מין סעלפישקייט דאס.

Wow ! פארוואס ביסטו אזוי שארף צו מיר? איך בין סעלפיש פארוואס ווייל איך זיך אזא געשעפט??

דו ביסט אויך סעלפיש לויט דעם ווייל דו קויפסט אויך דארט ...

עניוועיס איך צאל נישט 10 דאלער פאר א קאנטעינאר בונדלעך איך דארף די בשר און איך דארף מיך נישט בעיטן ביים גוי ווי א גזלן אריינצולייגן אביסל בשר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 10:06 pm
דורך berlbalaguleh
שפילר: מיט דעם דאקטער האסטו שוין געטשעקט. וואס ער/זי האט צו זאגן איבער דעים. עמיר רעדן (אי"ה) אין א צוואנציג יאר ארום. מסתמא ביי קידוש ביסטו אויך דער וואס איז בורר די בשר פון די טשולנט... און פאר מיר בלייבט נאר איבער די בונדלעך...לאל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 11:13 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ר' בערל: דאנק עם, ער טוט דאך אייך א טובה, ווען נישט זיין בורר זיין אוכל מתוך... וואלט איר ווען געהאט דעם נסיון.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 7:11 am
דורך פאלאצ'ינטא
שושן פורים האט געשריבן:הייסטעס דו ביזט דער וואס ליידיגט אויס אלע פלייש און לאזט נאר איבער די בונדלעך און פאטעיטעס?

יא, איך ווייס פון דריי אזעלכע פלעצער אבער איבער מיין טויטן גוף וועל איך עס שעירן מיט דיר.

א מין סעלפישקייט דאס.


גראדע לוזי'ס קען מען נישט נעמען אליין סא אויב דו באקומסט נישט פלייש מסתמא ווען דו גייסט אריין האסטו די זעלבע עטיטאד