בלאט 1 פון 1
צדיקים אויף וועם מ'דארף נישט אמונה פשוטה אויף זייער גדלות
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 12:28 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז דא חסידישע צדיקים וואס זענען מיסטעריעז קיינער ווייסט עכט וועגן זיי נאר בעיקר ווייסט מען מעשיות און מופתים און אז זיי זענען געוועהן פארהייליגט צב''ש די ריזינער זי''ע.
אבער ס'איז געוועהן צדיקים וואס מ'דארף נישט קיין מעשיות און מופתים צו וויסן ווי גרויס און הייליג זיי זענען געוועהן ווייל זיי האבן געשריבן גאונות'דיגע ספרים. איך וויל מאכן א שטיקעל ליסט.
בעל התניא
ישמח משה
דברי חיים
בני יששכר
באר מים חיים
ווער נאך?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 12:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
אנדערע צדיקים האבן געשריבן גאונות׳דיגע תגובות אין קאווע שטיבל.
אויסדערדעם כאפ איך נישט פונקטליך פון וועלכן גדלות מ׳רעדט דא, שרייבן פילפולים איז נישט קיין ראיה אויף קענען פראווענען מופתים, געווענליך איז עס פארקערט, די וואס זענען פארנומען פראווען מופתים האבן נישט קיין נערוון צו זיצן און שרייבן פילפולים. דער רוזשינער האט זיך קיינמאל נישט פארקויפט אלץ א פילפולים זאגער, אלבערט איינשטיין האט זיך קיינמאל נישט פארקויפט פאר א מופתים פראווענער, אבי געשאסן אן אשכול.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 12:39 am
דורך ערבי נחל
ששון ושמחה האט געשריבן:ס'איז דא חסידישע צדיקים וואס זענען מיסטעריעז קיינער ווייסט עכט וועגן זיי נאר בעיקר ווייסט מען מעשיות און מופתים און אז זיי זענען געוועהן פארהייליגט צב''ש די ריזינער זי''ע.
אבער ס'איז געוועהן צדיקים וואס מ'דארף נישט קיין מעשיות און מופתים צו וויסן ווי גרויס און הייליג זיי זענען געוועהן ווייל זיי האבן געשריבן גאונות'דיגע ספרים. איך וויל מאכן א שטיקעל ליסט.
בעל התניא
ישמח משה
דברי חיים
בני יששכר
באר מים חיים
ווער נאך?
עבודת ישראל יש לו ספר בית ישראל על ש״ס
אוהב ישראל סוגיות בסוף הספר
בת עין תשובה בסוף הספר
זכרון כהונה לבעל ברית כהונת עולם
ערבי החל חיבר הלבשי שרד
קאמארנע
פנים יפות ואחיו
חתם סופר
אבני נזר
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 1:22 am
דורך [NAMELESS]
ערבי נחל האט געשריבן:חתם סופר
נישט קיין חסידישע צדיק.
צ"ק
צמח צדק
ר' מאטעלע הארנאסטייפלער
ר' צדוק הכהן
בעל ארץ צבי מקאזיגלוב (כ'בין נישט זיכער צו ער איז געווען ממש אן אדמו"ר)
חידושי הרי"ם
שפת אמת
דברי יחזקאל
אריה דבי עילאה
Re: צדיקים אויף וועם מ'דארף נישט אמונה פשוטה אויף זייער גדלו
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 1:57 am
דורך מאנטריאל
זייט ווען האט מען געגלייבט רבי ר' אלימלך א ער האט געקענט לערנן זיין גדלות איזַגעווען לכאורה ביי די חסידים מיט דביקות עס איז דא אזעלכע ביי די חסידים וואס האבן געקענט גוט לערנען נאך פאר ווערן א חסיד ווי די ישמח משה אבער עס איז געגאנגען ווייטער ביי זייערע קינדער
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 8:26 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אנדערע צדיקים האבן געשריבן גאונות׳דיגע תגובות אין קאווע שטיבל.
אויסדערדעם כאפ איך נישט פונקטליך פון וועלכן גדלות מ׳רעדט דא, שרייבן פילפולים איז נישט קיין ראיה אויף קענען פראווענען מופתים, געווענליך איז עס פארקערט, די וואס זענען פארנומען פראווען מופתים האבן נישט קיין נערוון צו זיצן און שרייבן פילפולים. דער רוזשינער האט זיך קיינמאל נישט פארקויפט אלץ א פילפולים זאגער, אלבערט איינשטיין האט זיך קיינמאל נישט פארקויפט פאר א מופתים פראווענער, אבי געשאסן אן אשכול.
רביה"ק זי"ע: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. אבער איך בין נישט מסכים מיט דעם לעצטן פאראגראף פון דיין תגובה. אבער, אפילו לשיטתך. איז דא א דריטע קאטעגאריע פון צדיקים וועלכע זענען נישט באוואוסט אלס פילפולים זאגערס אדער מופתים פראווענערס. אבער דאך זענען זיי צדיקים. זיי קומען אין אלע סייזעס, שעיפס און קאלירן. לדוגמא. דער יונגערמאן וואס איך האב געברענגט די מעשה איבער איהם. וואס ער האט געספאנסערט א בר מצווה פאר זיין ארבעטער. א פרישער אימיגראנט פון ארץ ישראל. און ער האט איהם נאך געגעבן א סוס לרכוב עליו. (פארשטייצעך סימבאליש גערעדט.) און יענער מענטש, דער בעל שמחה האט פארלאנגט נאך עפעס עקסטרא. און ווען ער האט געפרעגט דעם ספאנסאר אויב ער ערלויבט עס. האט ער געענטפערט מיט אזא שמחה. ווי גלייך ס'וואלט זיך געהאנדלט אין זיין אייגן קינד. אויז איז דא אין מאנסי א איד. ער הייסט ר' מרדכי שטיינער. ווער ס'קוקט זיך צו צו זיין עבודת ה' מוז נתרגש ווערן. און ער איז ווי די גמ' דרוקט זיך אויס..."ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...! כהנה וכהנה זענען פארהאן טויזנטער בעל בת'ישע אידן וועלכע גייען ארויס פון זייער וועג מקיים צו זיין א מצוה. ספעציעל אין עניינים פון גמילות חסדים. אט זיי זענען די אמת'ע צדיקים אין וועמענ'ס זכות די וועלט שטייט...!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 8:29 am
דורך היסטאריע
הייסט עס, אז איינער וואס שרייבט פלפולים און פיינע ספרים אויף אים מעג מען האבן אמונת צדיקים. און איינער וואס האט נישט די כלים, ער איז doomed.
What a farse
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 8:40 am
דורך חקרן
די פוילישע רבי'ס זענען געווען באקאנט אלס לומדים, אבער נישט די ערשטע דורות חסידים, וואו דארט האט מען געגלויבט אינעם צדיק, פשוט ווייל מ'האט געגלויבט, דוגמת הרה"ק רבי אלימלך, החוזה מלובלין וכו'. הערשט ווען עס איז געקומען פאשיסכע און קאצק, האט זיך געטוישט די נוסח און די פוילישע רבי'ס זענען געווען גדולי עולם. אזוי איז אויך געווען אין גאליציע.
אין אוקריינא, ווייס רוסלאנד, זענען די רבי'ס נישט באקאנט געווען פאר זייערע לומדות, מען האט ניטאמאל געשמועסט דערפון.
אין אונגארן, וואו דער עיקר חסידות איז געקומען שפעטער, זענען אויך געווען גדולי תורה, אבער אויף אן אנדערן פארנעם, נישט אויפן שארפן פוילישן שטייגער (סאטמאר רב איז געווען א פוילישער).
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 8:41 am
דורך מצפצף
חקרן האט געשריבן:די פוילישע רבי'ס זענען געווען באקאנט אלס לומדים, אבער נישט די ערשטע דורות חסידים, וואו דארט האט מען געגלויבט אינעם צדיק, פשוט ווייל מ'האט געגלויבט, דוגמת הרה"ק רבי אלימלך, החוזה מלובלין וכו'. הערשט ווען עס איז געקומען פאשיסכע און קאצק, האט זיך געטוישט די נוסח און די פוילישע רבי'ס זענען געווען גדולי עולם. אזוי איז אויך געווען אין גאליציע.
אין אוקריינא, ווייס רוסלאנד, זענען די רבי'ס נישט באקאנט געווען פאר זייערע לומדות, מען האט ניטאמאל געשמועסט דערפון.
אין אונגארן, וואו דער עיקר חסידות איז געקומען שפעטער, זענען אויך געווען גדולי תורה, אבער אויף אן אנדערן פארנעם, נישט אויפן שארפן פוילישן שטייגער (סאטמאר רב איז געווען א פוילישער).
מיט וואס איז ער געווען פויליש?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 8:47 am
דורך berlbalaguleh
מצפצף: ער האט געגעסן זיסע געפילטע פיש. און האלאפטשעס מיט צוקער. און געדרייט מיט'ן פינגער. אבער זיין רביצין (בזיווג שני) איז געווען אן עכט פוילישע...!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 9:42 am
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:ערבי נחל האט געשריבן:חתם סופר
נישט קיין חסידישע צדיק.
אויך ערבי נחל איז נישט חסידיש
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 9:43 am
דורך [NAMELESS]
מאנטריאל האט געשריבן:זייט ווען האט מען געגלייבט רבי ר' אלימלך א ער האט געקענט לערנן זיין גדלות איזַגעווען לכאורה ביי די חסידים מיט דביקות עס איז דא אזעלכע ביי די חסידים וואס האבן געקענט גוט לערנען נאך פאר ווערן א חסיד ווי די ישמח משה אבער עס איז געגאנגען ווייטער ביי זייערע קינדער
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
כ'האב נישט געזאגט אז מ'זאל נישט גלייבען אין ר' אלימלך. סתם אינטערסאנט א ליסט פון צדיקים וואס זענען געוועהן גאונים אדירים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 10:10 am
דורך [NAMELESS]
ששון ושמחה האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:ערבי נחל האט געשריבן:חתם סופר
נישט קיין חסידישע צדיק.
אויך ערבי נחל איז נישט חסידיש
נישט ריכטיג
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7 ... %99%D7%A5#רבותיו_החסידים
Re: צדיקים אויף וועם מ'דארף נישט אמונה פשוטה אויף זייער גדלו
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 10:16 am
דורך חסיד פון ליטא
טשעבינער רב איז מסתמא געווען דער סאמע גרעסטער גאון פון אלע אדמו"רים, אז ער איז געווען פארגלייבט אין רוזין מה נענה אנן?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 10:20 am
דורך [NAMELESS]
חסיד פון ליטא האט געשריבן:טשעבינער רב איז מסתמא געווען דער סאמע גרעסטער גאון פון אלע אדמו"רים, אז ער איז געווען פארגלייבט אין רוזין מה נענה אנן?
טשעבינער רב איז נישט געווען קיין אדמו"ר. אויב וויל מען א ליסטע פון גאונים וואס זענען געווען חסידים איז די ליסטע גאר גרויס. אז דו דערמאנסט רוזין למשל, הויב אן מיטן תהלה לדוד.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 10:25 am
דורך נפה
דער תהלה לדוד איז נישט געווען קיין אדמו״ר נאר א חסיד, אויב דו לייגסט אים אריין אין די ליסט האסטו א ריזיגע ליסט פון לומדישע ספרים וואס חסידים האבן געמאכט.
לעצם העניין זענען רובא דרובא, אויב נישט אלע, חסידישע רבי׳ס געווען תלמידי חכמים מופלגים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 10:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
ששון ושמחה האט געשריבן:כ'האב נישט געזאגט אז מ'זאל נישט גלייבען אין ר' אלימלך. סתם אינטערסאנט א ליסט פון צדיקים וואס זענען געוועהן גאונים אדירים
[/quote]
אויב אזוי טויש שנעל דאס קעפל. לעצם הענין איז דאך באקאנט וואס צאנזער רב שרייבט אז אלע גדולי הדור זענען פון די כת החסידים.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 10:56 am
דורך [NAMELESS]
נפה האט געשריבן:דער תהלה לדוד איז נישט געווען קיין אדמו״ר נאר א חסיד, אויב דו לייגסט אים אריין אין די ליסט האסטו א ריזיגע ליסט פון לומדישע ספרים וואס חסידים האבן געמאכט.
ביטע לייען איבער מיין תגובה שטייטליך..
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 12:47 pm
דורך נפה
גערעכט