בלאט 1 פון 2
שוידערליכע מארד וואס ברלנד האט פארארדענט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 6:06 pm
דורך לאנגע הויזן
די לעצטע פאר וואכן טוט זיך אין ארץ ישראל נאך דעם וואס ס'איז קלאר געווארן פאר אויספארשער אז ברלנד האט פארארדענט מיט א ערך פון 30 יאר צירוק צו הארגענען אחד מאנשיו.
אין די שפעטערע 80'ער יארן איז א בחור מיטן נאמען ניסים שיטרית פארשווינדן געווארן פון ירושלים און ביז לעצטענס האט מען גארנישט געוויסט ווי ער איז פארשווינדן געווארן.
לעצטענס האבן אויספארשער אויפגעדעקט אז ברלנד האט פארארדענט זיין וועד הצניעות אים אפציווישן נאכדעם וואס ס'איז באקאנט געווארן אז דער ניסים האט געטוהן עבירות מיט נשים.
לויט די פאליציי האבן עטליכע בחורים פארכאפט ניסים און אים געהארגעט און באגראבן לעבן די קבר פון דן בן יעקב.
ראש העיר פון ביתר מאיר רובינשטיין וואס איז אלץ בחור געווען אין די וועד הצניעות פון ברלנד, ווערט לויט די אויספארשער באשילדיגט אין זיך פארשטעלן ווי א פרוי און אריין נארן ניסים צו קומען צו א הויז אין ירושלים טוהן עבירות, און דארט האט מען אים אפגעווארט און מבער געווען.
די מעשה פארמאגט נאך אסאך פרטים, אבער איך האב נישט קיין צייט צו אויסברייטערן.
ברלנד האט לעצטענס געמאלדן פאר די ברידער פון ניסים אז ער דארף זיצן שבעה, און אז זיין ברידער איז טאקע טויט.
אסאך אידן זענען לעצטענס ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג פונעם מארד, אריינגערעכנט ברלנד'ס ווייב און איידעם.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 8:05 pm
דורך איך אויך
צוויי מארדן, שיטרית און אדרי.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 8:52 pm
דורך ליב צו וויסן
בערלאנד הארגעט איינעם פאר עבירות מיט נשים.... נישט געוואוסט אז פאר גיין אין קאמפעטישן איז מען חייב מיתה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 8:58 pm
דורך לאנגע הויזן
ברלנד זאגט אז ער האט נישט פארארדענט די מארד, אבער עטליכע חסידים האבן זיך געבראכן פאר די אויספארשער און געזאגט אז ברלנד האט אלעס פלאנירט.
זיין איידעם הרב צוקער איז שוין לאנג צוקריגט מיטן שווער, אבער ווערט יעצט באשילדיגט מיטן מארד.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 8:58 pm
דורך מצפצף
ליב צו וויסן האט געשריבן:בערלאנד הארגעט איינעם פאר עבירות מיט נשים.... נישט געוואוסט אז פאר גיין אין קאמפעטישן איז מען חייב מיתה.
פון די מערסטע קאממאן מאטיוון פאר א מארד איז טשיטן און קאמפעטישן!...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:24 pm
דורך נפה
לאנגע הויזן האט געשריבן:ברלנד זאגט אז ער האט נישט פארארדענט די מארד, אבער עטליכע חסידים האבן זיך געבראכן פאר די אויספארשער און געזאגט אז ברלנד האט אלעס פלאנירט.
זיין איידעם הרב צוקער איז שוין לאנג צוקריגט מיטן שווער, אבער ווערט יעצט באשילדיגט מיטן מארד.
בערלאנד זאגט אז ער האט ׳נאר׳ געהייסען שלאגן וואס אויף דעם איז דא התיישנות
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:28 pm
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט, ווי אזוי איז מען יעצט נאך 30 יאר ארויפגעקומען דערויף? האט איינער אנגעהויבן זינגען?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:31 pm
דורך נפה
עס איז געווען א תחקיר פון ״כאן״ וואס האט גערעדט צו די משפחה און געוועזענע ברלנד אנהענגער וואס צוליב דעם האבן זיך די משטרה אריינגעלייגט אין די פרשה
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 6:31 am
דורך ליב צו וויסן
נפה האט געשריבן:עס איז געווען א תחקיר פון ״כאן״ וואס האט גערעדט צו די משפחה און געוועזענע ברלנד אנהענגער וואס צוליב דעם האבן זיך די משטרה אריינגעלייגט אין די פרשה
אויב דאס איז די סיבה איז עס פשוט Mind boggling.
די פאליציי דארף צוקומען צו א מידיע אוטלעט אויסצופארשן א מארד...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 8:14 am
דורך דער גאלדענער אדלער
פארדעם איז די מידיא דא, ס'נישט קיין נייע זאך, פיל מיט אויספארשונגען אפילו אין אמעריקע איז באזירט אויף מידיא אינטעריוויוס און אנטדעקונגען.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 6:41 pm
דורך ליב צו וויסן
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פארדעם איז די מידיא דא, ס'נישט קיין נייע זאך, פיל מיט אויספארשונגען אפילו אין אמעריקע איז באזירט אויף מידיא אינטעריוויוס און אנטדעקונגען.
יעדעס מאל אזא זאך פאסירט איז טייטש אז Law enforcement איז דורכגעפאלן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:09 am
דורך לאנגע הויזן
ברלנד איז היינט אינדערפרי באפרייט געווארן פון תפיסה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:12 am
דורך לאנגע הויזן
טויזענטער חסידים ביים אפווארטן זייער רבי וואס איז באשילדיגט אין מארד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:36 am
דורך [NAMELESS]
מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל עס איז ברלנד...
איך ווארט מיט שפאנונג אויף [tag]העניך[/tag] אז ער זאל קלארשטעלן פארן עולם אז אויב וואלט מענדעלע וויזשניצער פארארדנט א מארד וואלטן אים אלע שיינע אידן געקומען מקבל פרצוף זיין.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 12:50 pm
דורך תפארת
נישט צו גלייבן דער מענטש האט א היסטערי פון גילוי עריות, שפיכת דמים, און ער אליינס איז ע"ז.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 1:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווען ס׳האבן אנגעפאנגען ארויסקומען די גילוי עריות מעשיות אויף בערלאנד האט רצ״ח געזאגט אז ער האט אלץ געוואוסט אז בערלאנד איז חשוד אויף עבודה זרה און שפיכות דמים, יעצט איז ער געוואויר געווארן אז ער איז חשוד אויף גילוי עריות אויך...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 2:13 pm
דורך כלבאשבוע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען ס׳האבן אנגעפאנגען ארויסקומען די גילוי עריות מעשיות אויף בערלאנד האט רצ״ח געזאגט אז ער האט אלץ געוואוסט אז בערלאנד איז חשוד אויף עבודה זרה און שפיכות דמים, יעצט איז ער געוואויר געווארן אז ער איז חשוד אויף גילוי עריות אויך...
רצ״ח?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 2:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
רבי צבי חשין
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 6:23 pm
דורך שמן למאור
פארוואס האט מען אים ארויסגעלאזט פון תפיסה?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 6:58 pm
דורך נפה
מחוסר מקום
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:38 am
דורך שמעקעדיג
עצי שטים האט געשריבן:פארוואס האט מען אים ארויסגעלאזט פון תפיסה?
צוליב געזונטהייט סיבות. סך הכל 2 חדשים פריער. ער האט געדארפט ארויסקומען אין פעברואר.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 8:37 am
דורך היסטאריע
שיינע מעשה. פתי יאמין לכל דבר.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:32 am
דורך זבולון
העניך האט געשריבן:דער "ברייטער" און "אפענער" מוטה פראנק שטיצט דעם רוצח און מאנס.
קען זיין עס איז שוין געקומען די צייט צו פושט זיין [tag]הציץ ונפגע[/tag]'ס
איבעיא