בלאט 1 פון 3

וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 8:21 pm
דורך אבשלום בן מעכה
אין א דראמאטישע שריט, האט הרב מענדעלע געמאלדן אז ער בויעט א בית-המדרש וואס דארף אפקאסטן 250 מיליאן שקל, וואס דארף אויסקומען בערך 50 מיליאן דאלער, א סכום עצום לכל הדעות. דערויף האט ער צוזאמענגענומען זיינע חסידים, זיי מחייב געווען מיט ריזיגע סומעס געלט, זאגנדיג אז מען זאל שפארן פון די אייגענע טאש, זאגאר ביז אויך אויפן חשבון פון די קינדער, רעדנדיג צו די קינדער אז זיי זאלן שפירן א זכיה דערויף וואס זיי לאזן זיך קאסטן פאר דעם נייעם בית-המדרש.

אין מיינע אויגן איז אזא בית-המדרש א ריזיגע בית-המדרש. ווייניג גרויסע חסידות'ן האבן אזא גרויסע בית-המדרש, אבער קוקט אויס אז ער דארף עס טאקע האבן (אדער דארף מען האבן, אריינצולייגן אביסל אין טאש אויך. ווער ווייסט...)

אין יעדע פאל, רעדט זיך עס דא פון א ריזיגע אונטערנעמונג, א גרויסע סומע געלט, וואס ער וויל מאכן, און וויל דאס צוזאמענשטעלן פון זיינע חסידים. די שאלה איז נאר, צי עס איז מעגליך דאס צו מאכן און צי גייט ער מצליח זיין.

פון איין זייט: - עס קען זיך לאזן טראכטן אז דער פראיעקט איז צו גרויס אויף אים. ער וועט דאס נישט קענען דעקן אזוי שנעל. קען זיין אז ער וועט ארומשלעפן צען יאר, אינצווישן וועט ער טרעפן אפאר גרויסע נדבנים, חיים שטערן וועט שוין ארויסקומען פון טורמע און מען וועט שוין עפעס מאכן דערפון. קען זיין אז ער האט שוין א חלק וואס גייט קומען פון גרויסע נתינות און דער גאנצער קאמפיין איז בלויז פאר א חלק פון די געלט וואס פעלט אים. עס איז אבער דא א צד צו טראכטן אז ער דמיונ'ט הויעך, און ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין דעם פראיעקט.

פון דער אנדערע זייט: - איז דאס דען היינט אזוי שווער? - ר' שאול אלתר - אסאך א קלענערע קהילה ווי הרב מענדעלע (איז דאס טאקע אזוי? - מאנכע טענה'ען אז אינאיינעם מיט די אמעריקאנער עולם, פארמאגט ער אסאך מער פון הרב מענדעלע - בכל אופן דערווייל איז דאס נישט קלאר), אפילו זיי האבן מצליח געווען אין זעקס-און-דרייסיג שעה, צוזאמענשטעלן בערך אזא סומע, וואס דערמיט האבן זיי אפגעקויפט א ריזיגער שטח אויף רחוב ירמיהו. אין אנדערע ווערטער, היינטיגע טעג זענען די זאכן נישט אזוי שווער, און ער קען מצליח זיין אויב ער וויל.

אמת, ר' שאול האט די וועלט געהאט א סימפאטיע צו אים, משא"כ הרב מענדעלע. פון די אנדערע זייט האט הרב מענדעלע געשוואוירענע חסידים, וועלכע גייען אין פייער פאר אים, און זיי זענען גרייט צו הונגערן און לאזן די משפחות הונגערן, פאר דעם איינעם צוועק, לקיים רצון רבינו שליט"א. הגם, איך ווייס אז א גרויסער עולם דארט האלט נישט עכט דערביי, און ס'איז מער געצווינגען, וויבאלד דער רוח איז דארט אזוי און מען איז מחנך די קינדער מיט די בחורים דערצו, און די עלטערן מוזן בע"כ זאגן אמן, איז דער פאקט אז מען טוט דאס, און מען איז גרייט צו טון וואס אימער אז דער בנין זאל געבויעט ווערן.

בכל אופן, איז דא דער מקום צו דעבאטירן, צי וועט הרב מענדעלע מצליח זיין מיט זיין פראיעקט, צי וועט ער טאקע פארטיגן דעם בנין, און טאמער יא, וועט עס טאקע זיין ביז פינף יאר, און וואס דאס גייט מיינען.

דא איז דער פלאץ אויך צו דעבאטירן, איבער זיין שיט הקדושה. אמת, די וועלט שטייט טאקע און לאכט דערפון, אבער וואס טוט זיך מיט זיין עולם, גייט עס געהעריג אריינגיין אויך לטובת דורות הבאים? - גייט מען טאקע האלטן אז ער איז געווען א קדוש וטהור, צי איינמאל ער פארמאכט די אויגן, וועלן זיי אליין לאכן פון אים? - וואס גייט זיין דער סוף מיט דעם שיכור?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 8:50 pm
דורך ליב צו וויסן
מיינע צוויי צענט:

-כלפי די סכום נעם איך נישט קיין שטעלונג, איך האלט אז ס'איז שווער זיך אויסצורעכענען מיט א קולט און אירע מיטגלידער.
-בנוגע די אחר מאה ועשרים, ער גייט ווערן באטראכט גענוי ווי דער ריזשינער... (פארוואס נישט?).

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 9:04 pm
דורך לאנגע הויזן
הרב מענדעלע האט מחייב געווען יעדע אינגערמאן מיט 120,000 טויזענט שקל!!

עטס כאפטס וואס גייט דא פאר ???

מען רעדט דא פון אינגערלייט וואס קוועטשען ארויס פון כולל בדוחק 1,500 שקל א חודש, און דא דארפן זיי ברענגן "כולל ארבעט" פון 10 יאר !!!!

די עיקר איז צו קענען אפזיצען 5 חדשים א יאר אין שווייץ, מיט א פראוואטע סווימינג פאל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 9:12 pm
דורך תרמב
איך האב געמאכט א חשבון אזוי, ער האט מערסטנס 250 משפחות, דאס מיינט אז יעדע משפחה דארף אריינברענגען א מיליאן שקל וואס דאס קומט אויס איבער 300 טויזנט דאלער, פער משפחה, דאס איז א אסטראנאמישע סכום, מיטן גאנצן שטארקן ווילן קען עס נישט א אוועריזש אינגערמאן צושטעלן, אפשר וועלן זיי בארויבן עטליכע בענק.
און לגבי די בית מדרש איז מיר אויך א פליאה, וואס גייט ער טון מיט אזויפיל געלט, סקווירא בויעט א ריזיגע בניין פאר 50 מיליאן דאלער, און ער האט פינעף מאל אזוי סאך מענטשן ווי וויזניץ מרכז ר' ישראל וויזניצער האט געדארפט דרייסיג מיליאן דאלער פאר זיין בית מדרש וואס איז לכאורה די גרעסטע בית מדרש אין די וועלט אדער פון די גרעסטע פינעף, וואס גייט ר' מענדעלע טון מיט אכציג מיליאן דאלער? מאכן גאלדענע טירן? זילבערנע בענקלעך?
נאך א נקודה האב איך באמערקט אז סאיז געווארן א קאמפעטישאן ציווישן די רבי'ס ווער קען ארויסשלעפן מער געלט פון די חסידים פאר ריזיגע פראיעקטן, באבוב 45 האט פארלאנגט אכצן טויזנט דאלער באבוב 48 האט געבעטן צעהן טויזנט פער קינד ועוד ועוד יעצט האלט מען שוין אז ר' מענדל דארף שוין מיליאן שקל און די קינדער זאלן עסן פלייש איינמאל א וואך, (און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף וואקאציע קיין אמעריקא גלייך נאכדעם) ווער ווייסט וואס קומט נעקסט, וואס קען נאך בייפאלן פאר די חברה...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 9:31 pm
דורך מחצה''ק
לאנגע הויזן האט געשריבן:די עיקר איז צו קענען אפזיצען 5 חדשים א יאר אין שווייץ, מיט א פראוואטע סווימינג פאל.

ער זיצט אין א נארמאל'ע האטעל צווישן מענטשן ער האט נאר אפאר שטיבלעך מער דארט
איך בין געווען מיט עם איין יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:07 pm
דורך תרמב
ער איז מער צייט אויף וואקאציע ווי אינדערהיים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:14 pm
דורך אבשלום בן מעכה
זיין בית-המדרש איז טאקע צושטיפט? - נישטא ממש קיין פלאץ דארט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:32 pm
דורך שמעקעדיג
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:זיין בית-המדרש איז טאקע צושטיפט? - נישטא ממש קיין פלאץ דארט?

אפילו אויב יא, דארף מען נישט אזא מאסיווע בנין פאר אזויפיל געלט.

איך האב מורא אז דא ליגט קנאת סופרים פונעם ברודער, אבער איך וויל נישט זיין קיין חושד בכש....

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:34 pm
דורך אבשלום בן מעכה
ס'איז נישט קנאת סופרים, ס'איז א מלחמת מצוה למען כבוד בית ויז'ניץ. מ'קען נישט צולאזן אז א פלאץ וואס איז קעגן דער הייליגע ישועות משה, זאל זיין דער צענטער און זיין גרויס. מ'מוז בויען א גרעסערע פלאץ, אזוי אז דער פלאץ וואס פארט מיטן רוח פונעם ישועות משה, זאל זיין גרעסער און אנערקענט ווערן אלס דער עכטער ויז'ניץ.

ס'איז פשוט א הייליגע פליכט, פארן כבוד פון ויז'ניץ און ישועות משה.

און איר ווייסט וואס? - דער סוף וועט נאך זיין אז ר' ישראל'טשע וועט אים נאך העלפן... שיקן געלט און איינשפאנען זיינע נדבנים זאלן געבן געלט פאר דעם הייליגן פליכט...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:36 pm
דורך Lesser
די בראך איז אז ער האט נישט אזויפיל מענטשען, אין דערפאר מיז ער בעטן אזוי סאך פער מענטש, אבער אזוי ווי פילע האבן געפרעגט, צו וואס דארף ער א גרעסערע בית המדרש, אויף די בילדער פון די היינטיגע אסיפה גדולה, קוקט אויס צו זיין גענוג פלאץ והותר, אדרבה אויב איינער האט מער אינפא..

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:37 pm
דורך Lesser
איך האלט בכלל, אז מען דארף בעטן אין שטארק בעטן פון די חסידים צו שאפן, אבער צווינגען? מאן דכאר שמיה, דאס איז אסור.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:38 pm
דורך Lesser
Lesser האט געשריבן:איך האלט בכלל, אז מען דארף בעטן אין שטארק בעטן פון די חסידים צו שאפן, אבער צווינגען? מאן דכאר שמיה, דאס איז אסור.


אין אוודאי נישט צינעמען די וויכטיגע עסן וואס קינדער דארפן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:54 pm
דורך לאנגע הויזן
הרב מענדעלע האט נעכטן ביי זיין דרשה געגעבן דריי אויסוואלן:

1) די ערשטע דרגה איז עשירים מוזן געבן א מיליאן שקל אדער מער
2) די צווייטע דרגה זענען פארמעגליכע אידן מוזן געבן 250,000 שקל.
3) די דריטע דרגה זענען פאר אלע איבערגעבליבענע חסידים, אז יעדער מוז געבן 120,000 שקלים.

אויב איינער האט נישט דער געלט האט דער הייליגער געגעבן א גאר קלוגע עצה פון פארקויפן די נכסים פון די הויז.

ובכן צדיקים...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 12:01 am
דורך פארווע חסיד
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:פון דער אנדערע זייט: - איז דאס דען היינט אזוי שווער? - ר' שאול אלתר - אסאך א קלענערע קהילה ווי הרב מענדעלע (איז דאס טאקע אזוי? - מאנכע טענה'ען אז אינאיינעם מיט די אמעריקאנער עולם, פארמאגט ער אסאך מער פון הרב מענדעלע - בכל אופן דערווייל איז דאס נישט קלאר), אפילו זיי האבן מצליח געווען אין זעקס-און-דרייסיג שעה, צוזאמענשטעלן בערך אזא סומע, וואס דערמיט האבן זיי אפגעקויפט א ריזיגער שטח אויף רחוב ירמיהו. אין אנדערע ווערטער, היינטיגע טעג זענען די זאכן נישט אזוי שווער, און ער קען מצליח זיין אויב ער וויל.

אמת, ר' שאול האט די וועלט געהאט א סימפאטיע צו אים, משא"כ הרב מענדעלע. פון די אנדערע זייט האט הרב מענדעלע געשוואוירענע חסידים, וועלכע גייען אין פייער פאר אים, און זיי זענען גרייט צו הונגערן און לאזן די משפחות הונגערן, פאר דעם איינעם צוועק, לקיים רצון רבינו שליט"א.

איין פיצי חילוק ר' שאול האט מיט די סימפאטיע וכו' אינאיינעם צוזאמגעשטעלט 50 מיליאן שקל, און דער רעדט פון 50 (ענדערש 80) מיליאן דאלער.
כ'ווייס נישט וויפיל די קליינטשיקע חילוק מאכט אויס, אבער ס'איז דאך ווערד צו ווערן פארצייכנט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 1:25 am
דורך שמעון וואלף
די רבי'ס האבן באקומען א רייץ צו איבערשטייגן דעם צווייטער מיט געלט שפענדעריי. אז מ'שלעפט געלט פון עשירים, מהיכי תיתי (כאטש זיי וואלטן עס געקענט געבן פאר וויכטיגערע צוועקן). אבער צווינגן אינגעלייט וואס קענען נישט דעקן די אייגענע בוזשעט איז פשוט רשעות.
וועט ער מצליח זיין? ער האט מסתמה געמאכט א חשבון פאר ער איז ארויסגעקומען מיט די גזירה.

עניוועי, איי גיוו אפ

Re: וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 10:08 pm
דורך פאליטיקאנט
כ'הער זאגן אז אפי' ער האט זיך איינגעצויגן די פאסיק און אויפגעגעבן זיין סאבורבען פאר א יוקאן.....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 5:21 pm
דורך לאנגע הויזן
זאגט מיר א מענדעליסט אז א גביר פון די חסידות איז געווארן זייער ווארעם און צוגעזאגט 4 מיליאן דאלער.

אזוי אויך האבן זיך 20 אינגערלייט אין ארץ ישראל אינטערגענומען צו שאפן א מיליאן שקל יעדער עקסטער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 5:41 pm
דורך כפתור
לאנגע הויזן האט געשריבן:הרב מענדעלע האט נעכטן ביי זיין דרשה געגעבן דריי אויסוואלן:

1) די ערשטע דרגה איז עשירים מוזן געבן א מיליאן שקל אדער מער
2) די צווייטע דרגה זענען פארמעגליכע אידן מוזן געבן 250,000 שקל.
3) די דריטע דרגה זענען פאר אלע איבערגעבליבענע חסידים, אז יעדער מוז געבן 120,000 שקלים.

אויב איינער האט נישט דער געלט האט דער הייליגער געגעבן א גאר קלוגע עצה פון פארקויפן די נכסים פון די הויז.

ובכן צדיקים...

די שאלה איז אויב מ'וועט אליינס לאזן אפמאכן אויף וועלכע דרגה מ' איז, אדער ס'וועט זיין א וועדה וואס וועט אפשאצן.
מ' קען נישט לאזן קיין הפקר וועלט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 5:53 pm
דורך קהל'ס נער
לאנגע הויזן האט געשריבן:אזוי אויך האבן זיך 20 אינגערלייט אין ארץ ישראל אינטערגענומען צו שאפן א מיליאן שקל יעדער עקסטער.


ווי פלעיגט נאר די באבע זאגן? ציזאגן קאסט נישט קיין געלט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 6:22 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ס'איז (ב"ה) דא גענונג בתי מדרשים אין אמעריקע און . הייזער און אפיסעס וואו אב"י וואוינען און ארבעטן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 8:03 pm
דורך פלאנטעליי
Lesser האט געשריבן:די בראך איז אז ער האט נישט אזויפיל מענטשען, אין דערפאר מיז ער בעטן אזוי סאך פער מענטש, אבער אזוי ווי פילע האבן געפרעגט, צו וואס דארף ער א גרעסערע בית המדרש, אויף די בילדער פון די היינטיגע אסיפה גדולה, קוקט אויס צו זיין גענוג פלאץ והותר, אדרבה אויב איינער האט מער אינפא..

איך האב די זעלבע פראגע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 10:23 pm
דורך יעקב מעקסוועל
לדעתי וועט ער זיכער נישט מצליח זיין מיט די יעצטיגע קאמפיין. אלע הצלחה'דיגע קאמפיינס האבן א גרויסע עולם שטיצער, און די שטיצער שלעפן ארויס נדבות פון די גאנצע וועלט. ער האט נישט האט נישט אזא גרויסע ציבור, און די אלגעמיינע ציבור גייט גארנישט געבן. חוץ מזה, עס איז נאכנישט געווען קיין היימישע קאמפיין נאנט צו אזא נאמבער, ווער רעדט נאך פאר אזא אומוויכטיגע צוועק.

איין זאך יא. עס איז מעגליך ער גייט זיין ביזי בויען די שול זיין גאנצע לעבן, ער וועט מעלקן און מעלקן זיין ציבור פאר די נעקסטע צוואנציג דרייסיג יאר, און מצליח זיין צו ענדיגן די בנין סוף כל סוף. קען זיין פאר אים פערזענליך וועט זיין בעסער די וועג, ער זאל אייביג האבן עפעס וואס צו רעדן, און א קאסע פון וואו צו לעבן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 10:30 pm
דורך yn.NY
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:לדעתי וועט ער זיכער נישט מצליח זיין מיט די יעצטיגע קאמפיין. אלע הצלחה'דיגע קאמפיינס האבן א גרויסע עולם שטיצער, און די שטיצער שלעפן ארויס נדבות פון די גאנצע וועלט. ער האט נישט האט נישט אזא גרויסע ציבור, און די אלגעמיינע ציבור גייט גארנישט געבן. חוץ מזה, עס איז נאכנישט געווען קיין היימישע קאמפיין נאנט צו אזא נאמבער, ווער רעדט נאך פאר אזא אומוויכטיגע צוועק.

איין זאך יא. עס איז מעגליך ער גייט זיין ביזי בויען די שול זיין גאנצע לעבן, ער וועט מעלקן און מעלקן זיין ציבור פאר די נעקסטע צוואנציג דרייסיג יאר, און מצליח זיין צו ענדיגן די בנין סוף כל סוף. קען זיין פאר אים פערזענליך וועט זיין בעסער די וועג, ער זאל אייביג האבן עפעס וואס צו רעדן, און א קאסע פון וואו צו לעבן.

ער האט טאקע נישט אזא גרויסע עולם שטיצער, און ווייט נישט קיין רייכע חסידים. אבער לענ"ד וועט ער יא מצליח זיין! מ'רעדט דא פון א חסידות ווי יעדע יחיד איז רעדי זיך מוסר נפש צו זיין פאר דעת הקודש והטהור והצחצוח פון העיליגן רבי, און זענען גרייט צו הונגערען אבי צו ערפילן זיינע חלומות, פארשטייט זיך למען כבוד "פונעם העיליגן טאטען".

ס'איז א גרויסע רחמנות אויף אלע זיינע שוואנצאנעם, וועל זיי גייען נישט האבן קיין מנוחה, ביז די בנין שטייט בהדרתו :? זיי גייען הונגערן און שנארען פאר גארנישט! עס איז נישט דא קיין שום סבה אין די וועלט פארוואס וויזניץ מרכז דארף א 250 מיליאן שקלים'דיגע בנין!! בלויז ווייל זיין קאמפעטישען האט יעצט געענדיגט זיין בנין, דארף ער ווייזן אז ער קען מער מעכטיג?!

משיח דארף שוין קומען...