מנהל האט געשריבן:ווי אנדערע שרייבן שוין, א"כ אין לדבר סוף. אויף ק"ש קען יעדער שרייבן וועגן יעדעם און מיר קענען נישט זיין די arbiters of truth. דערפאר טאקע זענען מיר מקפיד אז יעדער רב/רבי ממש, אפילו גאר עקסטרעמע און גאר ליבעראלע, זאלן באקומען א טיטול. מיר פראבירן דאס צו אינפארסירן אפילו צב"ש ביי אזא פערזענליכקייט ווי הרב העלבראנץ.
במחילה, געמאלן וואסער.
אבער איידער כ'וועל צענעמען דיינע ווערטער, איז צוערשט קודאס פאר אבשלומ'ען וואס האט געעפנט דעם אשכול.
האמת אגיד, אז ווען כ'האב געזען אז דער מנהל האט צוגעלייגט דעם טיטל הרב צו מענדעלע האגער פון מרכז השוואנצונעס (כ'האב עס אויפגעכאפט זעענדיג א מאדנעם טיטל אינעם קעפל. דאן ביים ענדע האב איך געזען אז דער מנהל האט צוגעלייגט דעם טיטל, ודו"ק), איז מיר ארויפגעקומען בלוט אין קאפ.
די ערשטע זאך וואס כ'האב געקענט טראכטן איז, אז העניך האט אזוי שיין מסביר געווען די חזיריי ביי היימישע צייטונגען און מאגאזינען, און אויב אזוי פארוואס זאל קאווע שטיבל נישט זיין די ערשטע נארמאלע פלאץ וואו מ'זאל שרייבן ווי עס פאסט באמת, אנשטאט ווי עס פאסט לשם "עס פאסט".
כ'האב אפילו געקלערט פון עפענען אן אשכול דערפון, אבער כ'האב מיך אפגעהאלטן דערפון וויבאלד עס וואלט אריינגעגאנגען אינעם סוב-פארום "בחצרות הקודש", און פאר ווער עס האט נאר פארגעסן האב איך אויסגעדרוקט
גאר א שארפע קעגנערשאפט צום טיטל בחצרות הקודש פאר רבי'שע הויפן. בשעתו, האב איך שוין מוחה געווען אז אזא טיטל פאסט פאר אייוועלט - און טאקע פאר אלע מאגאזינען אויף וועמען העניך האקט אזוי שטארק - אבער נישט פאר ק"ש.
דאן האט די הנהלה - מיטן אור-אלטן בת היענה מענטאליטעט -
באשלאסן אז מ'זאל יא לאזן דעם נאמען, און טאקע ווי דער "הרב" אקט, איז עס א "פרינציפ" פון שרייבן רעספעקטפול-ענד-בלא-בלא-בלא.
איך האב
ווידעראמאל מוחה געווען און מציע געווען א פארעווע טיטל, צולייגנדיג אז כ'זע מיך נישט באשרייבן קיין רבי'שע נושאים אין אזא פארום ווי "בחצרות הקודש", אבער עס איז געווען אין קול ואין עונה.
איך האב טאקע מקיים פסק געווען, און זינט דאן האב איך נישט געעפנט קיין איין אשכול איבער רבי'שע אנגעלעגנהייטן (און דערפאר נישט באשריבן רבי שאול'ס נסיעה, גערער פאליטיק, מענדעלע שוואנצונעס, ינוקא מסאדיגורא, א.א.וו.)
אלנפאלס, האט מיר דערפרייט צו זען אז אבשלום האט בארירט די זעלבע פונקטן.
אצינד, צו די פרישע נארישע קאפ-אין-וואנט מהלך פונעם מנהל:
1. אויב מיר זענען אלע מסכים אז עס וואלט געפאסט אויפצוהערן קויפן מאגאזינען וואס דעקן דעם שוואנצונישן אייזל, דאן האבן מיר א חזקת חברי קאווע שטיבל אויף דעם פארשוין און קולט פירער פון מרכז. איז פארוואס זיך עקשנ'ען אויפן טיטל הרב, מיטן תירוץ אז אויב נישט וועט מען נישט וויסן וואו צו ציען די רויטע ליניע? מ'זעט דאך קלאר די רויטע ליניע, והוא: א פארשוין וואס חברי הק"ש האבן זעלבסט באשלאסן אז ער איז "אנדערש" פון אלע אנדערע אנגעבליכע "הרב'ס" למיניהם.
וזה לך האות: העלבראנץ און בערלאנד קריגן נישט קיין הרב ביי קיינעם - סיידן, מעגליך, דער מנהל ופלארעליסטן בדומה לו (ווי ערווענט שפעטער) - וויבאלד זיי זענען אפגעפרעגט ביי אלעמען. אמת טאקע אז דארט זענען זיי אפגעפרעגט אויך אין גאס, אבער הא גופא קא אמרינן: מ'קען באשליסן אז פלוני איז א שייגעץ, א מנוול און נישט קיין הרב, און אויב מיר באשליסן דאס אויפן איינגעשרימפענעם בויך און מח פון מרכז, דאן היינו הך.
2. ווער בעט פון די הנהלה צו זיין די arbiters of truth? נאכמער, ווער גלייבט אז ענק זענען טאקע די arbiters of truth? פארקערט גאר, אויב ענק וואלטן זיך פאררעכנט אלס די arbiters of truth וואלט מען געדארפט אפפוצן פון ק"ש, ווייל אט דאס טוט דאך די הנהלה אויף א"וו וואס האלטן זיך יא פאר די arbiters of truth (און דערפאר קענען זיי חוסם זיין, מעקן, צענזורירן, באשמוצן און טון וואס אימער זייערע הייליגע אויגן און שכל דיקטירט).
אדרבה, מיר בעטן אז ענק זאלן ניטאמאל זיין די וואס זאלן באשליסן אז עס קומט זיך די טיטל הרב פאר יעדן מנהיג בישראל. דער אמת - truth איז, אז פאר אזא בריה משונה ווי מענדעלע קומט זיך נישט דער טיטל הרב, און אויב שרייבט מען אויף אים הרב איז עס היפך האמת און טאקע אזא עולם השקר ווי דער מאגאזין וואס דעקט מענדעלע נעבן אן אמת'ער ערליכער איד.
והיה כי ישאלך המנהל, ווער באשליסט וואס איז דער אמת? ואף אתה אמור לו כהלכות אינשין גובראין, אז מ'זעט וויאזוי די ניקס זעלבסט באציען זיך צו די פארשוינען, און דאס פסק'נט אויס ווער זיי זענען (וכמובן מיט באגרעניצונגען, למשל די סאטמארע ברידער קענען נישט אויסגע'פסק'נט ווערן דורך די חסידים פונעם אנדערן ברודער...)
3. נאכמער קלאפט דאס אויס ביים קומענדיגן זאץ: "דערפאר טאקע זענען מיר מקפיד אז יעדער רב/רבי ממש, אפילו גאר עקסטרעמע און גאר ליבעראלע, זאלן באקומען א טיטול". אין אנדערע ווערטער, אויב אבי ווייס איז א רב אין ריווערדעיל דאן קומט זיך אים דער טיטל הרב - אפגעזען אז צוליב זיינע ליבעראלע מיינונגען זענען רוב ארטאדאקסישע רבנים ארויסגעקומען גאר שארף קעגן אים, און אים אויסגעשלאסן פונעם אנגענומענעם ארטאדאקסיע. אויב איך וועל נישט שרייבן הרב, באגיי איך אן אומרעכט לויט די הארבע פארהייליגטע כללים פון ק"ש.
ומכלל זה אתה שומע אז אפילו מושחתים און טעראריסטן, מוזן קריגן דעם טיטל, כדי שלא להבחין בין דם לדם ובין דין לדין, בין נגע לפגע ובין מצורע למנורה הטהורה.
עס בלייבט נאר איבער צו וויסן אויב פרויען ראבייס - נישט רעפארמער ח"ו נאר היימישע נסמכות דורך אבי ווייס - דארפן אויך קריגן דעם טיטל הראביי/רבנית, אדער מ'קען מקיל זיין? ווייל ליידער ליידער איז די הנהלה נישט די arbiters of truth, און אפשר דארף מען זיי אויך באטיטלען אלס הרב? ואימא איפכא, אז ענדליך האט מען געטראפן א "לאך" אין חוקת בית הקפה, וויבאלד זי איז נישט קיין "הרב" נאר א "הרבנית", און אויף איר איז נישט גילטיג דער פארהייליגטער כלל.
בקיצור, אם אין דעת הבדלה מנין.
ואם יש דעת - ברור שיש להבדיל בין קודש לחול ובין טמא לטהור ובין שוואנצונעס לסתם כבוד שמעקער.
4. דאס פרובירן איינצופעדימען די זעלבע הנהגה אפילו ביי העלבראנץ, איז עפעס וואס דער מנהל דארף זאגן מיט א געבויגענעם קאפ, קריעה-געריסענעם העמד, ועל שפם יעטה וטמא טמא יקרא. א שאנדע און א בושה. דאס איז עפעס א "הנהגה"? א מנהג טוב? א שכל'דיגע זאך? א מענטשליכע זאך? עפעס וואס מאכט סענס? עפעס וואס פאסט? עפעס וואס פארענטפערט גאר די קאפ-אין-וואנט קו ביי שוואנצונעס צי סיי וועלכע מושחת?
והוא לפלא, אז אנשטאט איינגראבן דעם פנים און ווארטן אז א צווייטער זאל אויסגראבן דעם פלעק פון העלבראנץ, צו צייגן אז מ'מוז אליינס באשליסן ווער עס איז א הרב און ווער עס איז א ימ"ש, אפגעזען צי מ'איז א "מנהיג בישראל", גייט גאר דער מנהל און פארטיידיגט זיין אומגליקליכער באשלוס מיטן צייגן אז "אפילו" העלבראנץ קריגט א הרב מטעמם?
שעים אן יו פיפל!
נאכדעם גייט העניך דארפן מאכן צד השוה'ס און קרעכצערייען, אז אונזער פארשאלטענע סיסטעם האט נישט ארויסגעשטויסן דעם מושחת און יענעם קולט פירער, אזויווי מ'האט געטון מיט די רשעים פון לב טהור. הנהלה הנהלה, וואו זענט עטס?! עטס זענטס נאך ערגער פון די היימישע מאגאזינען! זיי וואלטן נישט געדעקט העלבראנץ, און דו שרייבסט אז אפילו העלבראנץ דארף קריגן דעם פארשמייליגטן "הרב", למען לא יחסר המזג.
5. אין א זייטיגן נאטיץ, פארשטיי איך נישט פארוואס פונקט דעם סעיף קטן מתקנות ק"ש דארף מען אזוי שטרענג אינפארסירן, און אנדערע תקנות ווערן שטענדיג אויסגעמיטן און אפילו איבערגעטראטן בריש גלי. איך געדענק אז צווישן די תקנות זענען געווען שטרענגע אינפארסירונגען קעגן א טראלל; נישט רעדן קעגן ארטאדאקסישער מהלך אין אידישקייט ואמונה; נישט לייגן בילדער פון פרויען, און נאך.
גראדע בין איך צופרידן פון רוב זאכן וואס מ'פייפט אריין אין די תקנות, אבער למען ה' פארוואס פונקט ביי דעם צודרייטקייט פון באטיטלען מטורפים אלס "הרב" צוליב דאס זיין א מנהיג, לויפט מען גלייך אריין אינעם שולחן ערוך הלכות ק"ש, צו זען ווי דער מחבר אסר'ט דאס שרייבן א נאמען אן א טיטל? לאז געמאכט! אין עברית זאגט מען "הציבור אמר את דברו", און אין אראמיש זאגט מען "פוק חזי מאי עמא דבר".
ולא תהא כהנת כפונדקאית, אויב מעג מען טאדלען ארטאדאקסיע מעג מען באטיטלען א שוואנץ בשמו הטוב ההולך לפניו.
6. לעסט באט נאט ליעסט: נאר א גולם וועט נישט שמעקן אז דאס איז דער זעלבער קו פון פארשאלטענע פלארעליזם במעטה של צדק. לאמר, אזוי צו זאגן - יעדער וואס "איז א מנהיג" דארף א טיטל. פערטיג. גיי קראך ניסלעך.
ס'איז אזא דין אזא, אזויווי צו זאגן אז יעדער דארף קריגן די זעלבע געריכט סיסטעם (אויך טעראריסטן), יעדער דארף ווערן די זעלבע באטראכט אין גאס דורך פאליציי און אין לופטפעלד דורך אויפזעער (ראסע-פראפילינג און איסלאמאפאביע איז חזיר-טרייף), יעדער פליט פון יעדע לאנד דארף ווערן אריינגענומען (אויך פון טעראר געשלאגענע לענדער). עס איז אן אויטאפישן וועלט אויסקוק וואו אלס איז שיין און גלאנציג, און יעדער איז וואויל און א הרב. רעכט און לינק זענען צענטעריסטן, וגר זאב עם כבש ושוואנצונעס עם חובבי תורה מריווערדעיל.
מ'פארמאכט די אויגן ווי א בת היענה, מ'פארקויפט זיך אלס צדיק וואס וויל ח"ו נישט זיין בגדר arbiter of truth, מ'סקרוט וואוילע אידן מיט כבוד לעקערס, און צדיקים מיט רשעות'דיגע ימח-שמו'ניקעס, העיקר - איך בין בעסער, קלוגער, אריסטאקראטישער, אינטעלעקטואלער, ווי דער עמך-איד וואס באטיטלט דעם אלס מושחת און יענעם אלס מנוול. איך האב וועליוס, איך האב שיטות, איך האב מיינונגען, איך געב א הרב פאר יעדער בן בליעל (תרתי משמע) וואס פירט א קהילה.
והוא הוא אשר אמרנו מיטן גרויליגן טיטל בחצרות הקודש אויף רבי'שע הויפן. אין בין בחצרות הקודש לבין החול ולא כלום, מ'דארף גאר מאכן הבדלה בין בחצרות הקודש לקודש, אבער דער עיקר איז אז איך בין "קלאסיש", מענטשליך, אינטעליגענט. איך האב א פלארעליסטישע סיסטעם און איך אינפארסיר נישט קיין שארפע החלטות ווייל איך בין העכער פון אלעס. איך בין ח"ו נישט קיין arbiter of truth!