בלאט 1 פון 1

שוידער: בית המדרש אין סטעטן איילענד וואנדעלעזירט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 2:06 pm
דורך היכי דמי
כלל ישראל איז אויפגעשוידערט פון די שוידערליכע נייעס אז א חסידישער בית המדרש איז שרעקליך וואנדעלעזירט געווארן דורך היציגע יוגענטליכע אין סטעטן איילענד.

מתפללי בית המדרש ברעסלעוו זענען נאך אין פולן שאק ווען זיי זענען נעכטן אריין אין זייער לאקאלער שול און געטראפן די גאנצע פלאץ איבערגעדרייט, ספרי קודש ארומגעווארפן אויף די ערד, טישן איבערגעדרייט, העסליכע לויזונגען אויף די ווענט, און יעדע גראדע זאך פאררוקט פון פלאץ. פאליציי איז אראפגעקומען צום סצענע און געעפענט א אויספארשונג.

דוב הייקינד האט שוין אנגעגרייט א באלוינינגס פרייז פון $10,000 ווער עס ברענגט די באשולדיגטער צום טיש.
קול מבשר האט שוין אנגעגרייט דראמאטישע לשונות צו דערשרעקן סיי וועם אז אונז לעבן אונטער שרעקעדיגע אנטיסעמיטיזים.
יוסי געשטעטנער האט שוין געהאט אין זיין דרעפט צענדעליגער טוויטס פארוואס די ניו יארק טיימס, און די וואל סטריט דזשורנעל באריכטן עס נישט מיט די זעלבע מאס שטארקייט ווי עס וואלט געווען ביי להבדיל א קלויסטער. .
יענקי מאער האט שוין פאררופן אן עמערדזשענסי זיצונג מיט די NYPD צו פארשטארקערן די וואך ביי בתי מדרשים.
שרייבער ברעכן זיך קאפ וויאזוי צו מאכן די העדליינס פאר די קומענדיגע וועכענטליכע צייטונגען.
פראטעסטן קומען פאר פארוואס די פארברעכער באקומען נישט לעבענסלענגליכע טורמע.
ביידען איז משוגע פאר'ן עס נישט פארדאמען גלייך.

ביז... די גאנצע באבל האט געפלאצט ווען מען באמערקט אז די לויזונגען אויף די ווענט זענען גאר געשריבן אין מאמע לשון... און דא ענדיגט זיך די דראמאטישע געשיכטע וואס וואלט איצט געדארפט אויפשטורעמען א וועלט מיט ריזיגע פרעסע קאנפערענסן און אויספארשונגען.

WhatsApp Image 2021-12-08 at 2.00.23 PM.jpeg


WhatsApp Image 2021-12-08 at 2.00.45 PM.jpeg


WhatsApp Image 2021-12-08 at 2.01.34 PM.jpeg