בלאט 1 פון 3
בארימטע גוישע זינגערס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:42 pm
דורך ידען
כאב געוואלט אריינלייגן אויך פון זינגערינס אבער געטראכט אז פאר איך בין נישט זעכער וואס איז די הלכה פון הערן זינגערינס ביי ״היימישע״ אידן וועלעך עס נישט אריינלייגען.
איך הער געווענלעך נישט קיין גוישע מנגנים ווייל מבד און אברמי פריעד און אלע אנדערע זינגען נאך אויך גענוג שיין אפי׳ זיי האבן נישט ריין אייגענע סטייל אבער זיי זינגען גוט און שיין און רוב מאל וועלעך נישט הערן פון פרעמדע מקורות אבער אמאל אמאל איז די תאוה גובר און איך הער זיך אביסל צו.
איך הייב אן מיט עלוויס וואס איז געווען זייער א שטארקע נאמען און וויזוי מע זאגט ביי אונז אז אפי׳ ער האט געלעבט זייער ווייניג , שמו הולך לפניו און געווארן בארימט איבעראל און נאך ביז היינט איז דא וואס גייען משוגע פאר איהם.
http://en.wikipedia.org/wiki/Elvis_Presleyאיינער ווייסט מער פון איהם? אדער איך רעד צום וואנט?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:44 pm
דורך זר זהב
נאר געהערט די נאמען, איך וועל לייענען זיין וויקי פעידזש און נאכדעם וועליך וויסן אסאך... איך גלייך קעלי קלארקסאנ'ס ניגונים.
זי איז דאך אבער א אשה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:05 pm
דורך ידען
אוי וויי
אפשר איז עלוויס גאר געווען א איד??
זיין צווייטע נאמען איז אהרן
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:32 pm
דורך גלות יוד
באמת האב איך געטראכט פון עפענען אזא אשכול על איך צילייגן מיינע צוויי סענט אויפן מינוט הער איך אויס michael buble די וועג וויזוי ער אטעמט און די קאליר פון זיין שטימע משוגע צי ווערן דא האט איר א ביישפיל
http://www.youtube.com/watch?v=D8GTELtVLvk
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:03 am
דורך Espresso
עלוויס'ס מיוזיק רעט נישט צו מיין נפש, און אויך נישט די ביטעלס, זעט אויס מען דארף געבוירען ווערן אין זייער דור צו האבן עפעס א שורש נשמה ביי זיי, אבער אפאר אלטע רעדן יא צו מיר.
באב דילאןטאם דזשאונסאון פון די נייערע האב איך ליב
די בעקסטריט בויז, און
דאניעל בעדינגפיעלד.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:10 am
דורך זר זהב
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:38 am
דורך ונבנתה העיר
אוי עלוויס עלוויס! וויפיהל איך בין שוין געזיצן פארקאכט אין א שטיקל i did it my way...
עס ליגט מיר אין קאפ אז ער איז געווען א איד.
דא האט איהר 'מיי וועי' פון זיין קאמבעק פערפארמענס [אין 73' דאכציך] וואס איז געווארן געבראדקעסט צו איבער א ביליאן מענטשען, די מערסטע אין היסטאריע פון טעלעוויזאן עד היום.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OlKJ-0bnxdA[/youtube]
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:52 am
דורך קווארטין
און וואס איז מיט קארוסא אוי א שטומע, און פאוועראטי, זיינע היי נאוטס שניידן דאך די לופט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:55 am
דורך זר זהב
דאס איז דאך אפערע, ניין?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:09 am
דורך ונבנתה העיר
דא האט איהר זיין ווערסיע פון O Sole Mio
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4M3R3CEZ_mI[/youtube]
דא איז די ארגינעלע, ווי עס זינגט עס דער גרויסער פאוואראטי.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0CwOWdUVIuA[/youtube]
און אז מען רעדט שוין, דא איז ווי עס זינגען עס שחט, אדלער און העלפגאט [איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...].
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=o7aTOvZgv7I[/youtube]
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:26 am
דורך קווארטין
זר זהב האט געשריבן:דאס איז דאך אפערע, ניין?
איך ווייס נישט צו ס'הייסט אפערא צו אפערעטע, דאכט זיך מיר די ערשטע איז מער אזוי מ'שפילט אראפ א פלעי און בשעת מעשה זינגט מען, אפערעטע איז להבדיל ווי א שטיקל חזנות. אויב זאגיך נישט ריכטיג, זאל דאס עמעצער פאררעכטן.
אויך ווער ס'קאן, זאל ביטע אראפברענגן נעססאן דארמע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:27 am
דורך נולד מאוחר
איך גלייך ליפא.
אפשר איז ער א איד, איך בין נישט זיכער.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:34 am
דורך ונבנתה העיר
קווארטין האט געשריבן:אויך ווער ס'קאן, זאל ביטע אראפברענגן נעססאן דארמע.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rTFUM4Uh_6Y[/youtube]
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:39 am
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:[איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...]
וואס מיינט דאס? איך בין נישט די גרויסע חזן, אבער אין מיינע אויערען פאקט ער זיי אלע איין.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:40 am
דורך קווארטין
שכוח, זיסע ונבנתה, דעטס מיי פעיוורעד
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:01 am
דורך ונבנתה העיר
געפילטע פיש האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:[איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...]
וואס מיינט דאס? איך בין נישט די גרויסע חזן, אבער אין מיינע אויערען פאקט ער זיי אלע איין.
איך האב איהם קיינמאל נישט געקענט דערליידן, און לעצטענס הער איך אז ער האט אסאך מתנגדים.
איך ווייס אליין נישט פונקט פארוואס, אבער בערך: זיין עיקר כח ליגט אין 'שרייען' הויכע טענער און מיט דעם איז ער טאקע פארנומען, אבער ווען עס קומט גוט און געשמאק ארויסצוברענגן די עצם תנועה קומט עס אויס אומבאטעמ'ט.
טאקע ביי דעם קליפ זעהט מען עס גוט, ווי ער הייבט נאר אן נעמט ער זיך שרייען דאס העכסטע וואס ער קען, און דארט בלייבט ער שטעקן און פארגעסט אראפצוקומען און זינגען דעם ניגון.
דרך אגב איז אינטערעסאנט צו באטראכטן שחט ווען אדלער הייבט אן זינגן ווי ער גלייבט נישט וואס ער הערט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:26 pm
דורך שמואל הלוי
טאקע נישט קיין בארימטע גוי'אישע זינגער'ס, אבער זיי זינגען א בארימטע אידישע (גוי'אישע) ניגון
http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... gi?p=18323
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:12 am
דורך טעפל
ונבנתה העיר האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:[איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...]
וואס מיינט דאס? איך בין נישט די גרויסע חזן, אבער אין מיינע אויערען פאקט ער זיי אלע איין.
איך האב איהם קיינמאל נישט געקענט דערליידן, און לעצטענס הער איך אז ער האט אסאך מתנגדים.
איך ווייס אליין נישט פונקט פארוואס, אבער בערך: זיין עיקר כח ליגט אין 'שרייען' הויכע טענער און מיט דעם איז ער טאקע פארנומען, אבער ווען עס קומט גוט און געשמאק ארויסצוברענגן די עצם תנועה קומט עס אויס אומבאטעמ'ט.
טאקע ביי דעם קליפ זעהט מען עס גוט, ווי ער הייבט נאר אן נעמט ער זיך שרייען דאס העכסטע וואס ער קען, און דארט בלייבט ער שטעקן און פארגעסט אראפצוקומען און זינגען דעם ניגון.
דרך אגב איז אינטערעסאנט צו באטראכטן שחט ווען אדלער הייבט אן זינגן ווי ער גלייבט נישט וואס ער הערט.
אסאך וואס הערען איהם אפארא זאגען שפרייז שנעל צוריק צו חזנות...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:48 am
דורך sunbar
'סילין דיאן' האט א אידישע הארץ. דער וואס האט איר אמאל געהערט ווייסט וואס איך מיין.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:28 am
דורך gehlungen
sunbar האט געשריבן:'סילין דיאן' האט א אידישע הארץ. דער וואס האט איר אמאל געהערט ווייסט וואס איך מיין.
And how about LADY GA GA her songs are being sung by (all) chasidishe & litvishe weddings !
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:32 am
דורך gehlungen
ונבנתה העיר האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:[איגנארירט העלפגאט פארשטייט זיך...]
וואס מיינט דאס? איך בין נישט די גרויסע חזן, אבער אין מיינע אויערען פאקט ער זיי אלע איין.
איך האב איהם קיינמאל נישט געקענט דערליידן, און לעצטענס הער איך אז ער האט אסאך מתנגדים.
איך ווייס אליין נישט פונקט פארוואס, אבער בערך: זיין עיקר כח ליגט אין 'שרייען' הויכע טענער און מיט דעם איז ער טאקע פארנומען, אבער ווען עס קומט גוט און געשמאק ארויסצוברענגן די עצם תנועה קומט עס אויס אומבאטעמ'ט.
טאקע ביי דעם קליפ זעהט מען עס גוט, ווי ער הייבט נאר אן נעמט ער זיך שרייען דאס העכסטע וואס ער קען, און דארט בלייבט ער שטעקן און פארגעסט אראפצוקומען און זינגען דעם ניגון.
דרך אגב איז אינטערעסאנט צו באטראכטן שחט ווען אדלער הייבט אן זינגן ווי ער גלייבט נישט וואס ער הערט.
That's exactly why & where. J. J. STARK beats Helfgot BIG TIME !
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:56 pm
דורך גלות יוד
sunbar האט געשריבן:'סילין דיאן' האט א אידישע הארץ. דער וואס האט איר אמאל געהערט ווייסט וואס איך מיין.
זי איז דאך די, וואס זינגט טיטאניק סוף פון די טיטאניק מאווי, זי הייסט פון די שענסטע קלארסטע זינגערינס בדורנו
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:22 pm
דורך בן תמליון
אז מ'רעדט פון גוישע זינגער קען מען שוין רעדן פון טאקע א יודישן זינגער אויך אויף די נישט אידישע גאס. געבוירן איז ער ישראל בעילין אין רוסלאנד, זיין טאטע איז געווען א פרומער יוד א חזן אין אן ארטאדאקסישע שוהל. געדענקט ישראליקל ביי די פינף יאר האבן רוסישע פאגראמטשיקער אונטערגעצינדן זייער היים ער איז געליגן אגאנצע נאכט איינגעוויקלט אין א קאלדרע ביים זייט פון גאס און געקוקט אגאנצן נאכט ווי דאס הויז ברענט אינדערפרי איז געווען א בארג אש. דער טאטע האט גענומען דעם שטעקן און געוואנדערט פון שטאט צו שטאט ביז ער האט זיך דערזען אין מאנהעטנס לאוער איסט סייט. נישט טרעפנדיק קיין חזנות פאסטן איז ער געגאנגען ארבעטן אין א בוטשער און געשטארבן אפאר יאר דערויף. קליינער ישראל האט צו אויסהאלטן די משפחה אנגעהויבן פארקויפן צייטונגען ער האט באמערקט אז ווער ער זינגט די נייעס קעפלעך גיבן איהם מענטשן אפאר סענט מער. שפעטער איז ער געגאנגען זינגען אין סאלאנען צן מאכן אפאר סענט. צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, דער ארימער אידיש אינגל איז אויסגעוואקסן אלס מערסט בארימטער זינגער אין אמעריקאנער היסטאריע געבנדיק זיך דעם נאמען אירווינג בערלין.
ער האט געשריבן מער פון 1500 ניגונים אסאך גאר אויפגעכאפט ביז היינט. אירווינגס מאמע פלעגט אלס זאגן "זאל גאט בענטשן אמעריקע" דאס לאנד וואס האט געגעבן א היים פאר זיי פארפאלגטע, האט אירווינג פארפאסט א ניגון מיט די ווערטער גאט בענטש אמעריקע, באקאנט אלס
גאד בלעס אמעריקע. אין 1938 האט קאנגרעס אנגענומען דעם ניגון אלס דער אומאפיציעלער נאציאנאלער הימנע און עס ווערט געזונגען ביי יעדן נאציאנאלן פארזאמלונג פרייליך צו פארקערט.
סעפטעמבער עלף 2001 האבן אויף די טרעפ פון קעפיטאל האבן אלע געזעצגעבער דעמאקראטן און רעפאבליקאנער שווארץ צו ווייס
אינאיינעם געזונגען אט די הארציקע ווערטער:
גאט בענטש אמעריקע
דאס לאנד איך טוה אזוי ליבן
שטיי ביי איר זייט
און פיר איר
דורך די נאכט
מיט א ליכט פון אויבן
פון די בערג
צו דעם פלוין
צו די ימים
ווייס מיט שוים
גאט בענטש אמעריקע
מיין היים זיסער היים
גאט בענטש אמעריקע
מיין היים זיסער היים