בלאט 1 פון 5

קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:43 am
דורך שמן למאור
איך ווייס נישט וויפיל פון דעם עולם דא הערט נאך אמאל קול מבשר, אבער לעצטנס איז דא א שטארקע שינוי לטובה אויף קולמא,

די קרעדיט קומט זיך לכאורה פאר וועלוול שמעלצער, וואס קומט לעצטנס אריין זייער אפען און קלאר אויפן ליין.

סיי אינעם נייעם אפטיילונג 'צוויי אידן דריי דיעות' ווי ס'איז לעצטנס געגאנגען פעטש ווען מ'האט ארויפגעברענגט ר' טובי' מאיר ניימאן פאר אן אינטערוויו וועגן זיינע נערווירענדע ראבאו קאלס, ער האט ארויפגעברענגט מענדל אונגאר און שמעון ראלניצקי צו דעבאטירן טובי' מאיר'ן, און הגם זיי האבן אים געהענדלט מיט זיידענע הענטשיך, איז ר' וועלוול אריינגעקומען גאנץ אפן און אטאקירנד, בפרט פאר די ביז איצטיגע 'הויכע' פארמאכטע קול מבשר סטאנדארטן,

אויך שפילט זיך אפ אין די טעג א דראמא וואס האלט שוין אן א שטיק צייט, מיט א דעבאטע פון ר' וועלוול מיט ר' אליעזר קרויס איבער די נושא, צו מוזיק איז מותר צו הערן בזמן הזה אדער נישט,

אנגעהויבן האט זיך עס פון א פשוט'ע אינטערוויו וואס וועלוול האט געמאכט מיט לעיזער וועגן די נייע קינדער סידי וואס ער האט ארויסגעגעבן 'די פארשטויסענע שיף' און ס'איז געווארן א שמועס פארוואס די סידי פארמאגט נישט קיין מוזיק, און לעיזער האט גע'טענה'ט אז ס'איז נישט דא קיין היתר צו הערן מוזיק בזמן הזה, און האט גע'אפערט צען אלפים פאר ווער ס'ברענגט א היתר

א וואך שפעטער האבן וועלוול און י''ש דרעזנער ביי זייער ליל ששי פראגראם אראפגעריסן ר' לעיזער און געברענגט התירים, און אז פוק חזי מאי עמא דבר, וכדומה, און זיי האבן געזאגט אז לעיזער איז סתם א אויבער חכם וואס זוכט צו טון מאדנע זאכן, און י''ש האט פארציילט אז 'מען זאגט' אז אלץ בחור האט ער געמאכט קידוש אויף א פאום קאפ פון קאלא אין ביה''כ (חמר מדינה, און ביה''כ שלנו אין להם דין ביה''כ...)

לעיזער איז נישט שולדיג געבליבן און געגעבן א גאנצע שמועס דערוועגן, לייקענענדיג דערביי די גאנצע מעשה און געזאגט אז ס'איז סתם אן אויסגעטראכטע מעשה בלי שום סרך אמת, און דערביי געזאגט אז ביים קומענדיגן ליל שישי פראגראם וועט ער ארויפגיין און אויסגראדן זאכן.

וכך הוה לעצטע וואך איז ער ארויפגעקומען ביים ליל שישי פראגראם, אבער אין די צייט וואס דרעזנער האט נאר געזוכט אראפצוקריכן פון בוים, איז וועלוול אנגעקומען ווי א פראפעסיאנאלער פראקוראר, און פארגעלייגט א קעיס אז מוזיק איז מותר און דערביי שטארק צעפראסקעט ר' לעיזער, אזש די יודעי דבר געדענקען נישט אז ער זאל אזוי בלייבן צעפאטשט און מיט די צונג אינדרויסן

דא האלט עס יעצט, זונטאג גייט פארקומען א לייוו טעלעקאנפרענס מיט לעיזער קרויס איבער די נושא פון מוזיק, און לעיזער האט שוין אויך געלאזט וויסן אז ס'שוין געווען א שעה לאנג פאלו-אפ שמועס מיט וועלוול וואס מען דארף נאך אסאך עדיטען, והבן, און האט שוין געלאזט וויסן אז ער גייט זיך נישט לאזן, און ס'גייט נאך גיין שטארקע פעטש.

אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ס'טוט זיך טישן אויף בענק אויפן האטליין, און ס'עפענט זיך מער און מער, און פון א האטליין וואס פלעגט בלויז איינמעלדן ווען און ווי מען האט געטראפן א האקנקרייץ, ווערט ציבי5סלעך א מקוה שמעלצטאפ.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:59 am
דורך נחמד
זעט אויס זיי ווילן אביסל אוועקשלעפן די מאמענט קלייענטיל צו זייער האטליין

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 6:30 am
דורך רביה''ק זי''ע
לא תהיה לו כנושה :D

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 7:01 am
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:'מען זאגט' אז אלץ בחור האט ער געמאכט קידוש אויף א פואם קאפ פון קאלא און ביה''כ (חמר מדינה, און ביה''כ שלנו אין להם דין ביה''כ...)


אויב אזוי גיב איך אים אפ מיין שטימע...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 10:59 am
דורך היכי דמי
זעענדיג די שטורעם אויף איי וועלט בין איך געגאנגען הערן די דעבאטע, און וועלוול האט אים גוט צולייגט ספעציעל ווען ער האט אויפגעוויזן אז אליעזר האט אויסגעדרייט א פסק הלכה פון הרב וואזנער

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 11:46 am
דורך שמן למאור
נחמד האט געשריבן:זעט אויס זיי ווילן אביסל אוועקשלעפן די מאמענט קלייענטיל צו זייער האטליין

פארפאלן, ס'איז היינט א אפענע וועלט, דאס איז וואס די עולם פארלאנגט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 11:52 am
דורך שמן למאור
מאך זיכער האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:'מען זאגט' אז אלץ בחור האט ער געמאכט קידוש אויף א פואם קאפ פון קאלא און ביה''כ (חמר מדינה, און ביה''כ שלנו אין להם דין ביה''כ...)


אויב אזוי גיב איך אים אפ מיין שטימע...

ווי געשריבן האט ער דאס געלייקנט, אבער ער האט יא מודה געווען, אז און די פארצימער פונעם ביה''כ וואס איז געווען אפען צום ביה''כ, (ס'געווען איין גרויסע צימער, זעהט אויס) האט ער געמאכט א צירת הפתח מיט סקאטש טעיפ, (ווייל צורת הפתח במשהו איז אויך גוט) און מיט דעם האט ער אפגעטיילט די צוויי שטיבער, (כדי די סינקס זאלן זיין אינדרויסן פונעם ביה''כ) און ער האט אפילו געפראוועט דארטן מלוה מלכה,

אויך האט ער פארציילט אז ער פלעגט זיך ארימדרייען שבת מיט א סעלפאון אן קיין סערוויס בלויז פאר די זייגער

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 11:53 am
דורך נפה
איך אויך ( די צורת הפתח)
סעלפאון איז ער גערעכט על פי הלכה אבער אך און וויי אויב איינער זעט אים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 12:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אבער אויף מוזיק האט ער ממש נישט געקענט טרעפן קיין היתר, א בפירושע טור און רמ״א האט ער פארזעהן, פלוצלונג איז ער מיר א פרענק געווארן, א רפואה שלימה בקרוב.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:35 pm
דורך היסטאריע
וואס איז דער היתר פין מוזיק?
נערווען? כמעט אזא היתר ווי בורט קאנטראל!!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:44 pm
דורך קהל'ס נער
היסטאריע האט געשריבן:וואס איז דער היתר פין מוזיק?
נערווען? כמעט אזא היתר ווי בורט קאנטראל!!


מיוזיק: גזירה שאין הציבור יכולה לעמוד בה ווערט בטל.

בורטה קאנטראל: ביז צוויי יאר נאכן געיבן געבורט איז נישטא קיין איסור בכלל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:05 pm
דורך מישו מאוד מעניין
עצי שטים האט געשריבן:

סיי אונעם נייעם אפטיילונג 'צוויי אידן דריי דיעות' ווי ס'איז לעצטנס געגאנגען פעטש ווען מ'האט ארויפגעברענגט ר' טובי' מאיר ניימאן פאר אן אינטערוויו וועגן זיינע נערווירענדע רובאו קאלס, ער האט ארויפגעברענגט מענדל אונגאר און שמעון ראלניצקי צו דעבאטירן טובי' מאיר'ן, און הגם זיי האבן אים געהענדלט מיט זיידענע הענטשיך, איז ר' וועלוול אריינגעקומען גאנץ אפען און אטאקירנד, בפרט פאר די ביז איצטיגע 'הויעכע' פארמאכטע קול מבשר סטאנדארטן,

גראדע איז טובי מאיר זעהר שיין מסביר די גאנצע נושא.
איך געב איהם קרעדיט אבער ער זאל פליז דיליטען מיין נומבער

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 3:54 pm
דורך קאצקע ציקער
מענין לענין באותו קנין
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0cd8bec316

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 4:37 pm
דורך מרדכי מרדכי
ער זאגט קלאר אז מען מעג ארויס נעמען געלט פון יענעמ'ס טאש אין מקווה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 4:56 pm
דורך yn.NY
קאצקע ציקער האט געשריבן:מענין לענין באותו קנין
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0cd8bec316

שוין לאנג אויסגעמעקט...
unnamed (1).png

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 7:57 pm
דורך קויפער
איז דאס דער זעלבער אליעזר קרויס וואס האט אין א שמועס מיט יאסי געשטעטנער נישט געדענקט ווי אלט ער איז און געזאגט אז ער מוז פרעגן זיין ווייב?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:18 pm
דורך קאצקע ציקער
קויפער האט געשריבן:איז דאס דער זעלבער אליעזר קרויס וואס האט אין א שמועס מיט יאסי געשטעטנער נישט געדענקט ווי אלט ער איז און געזאגט אז ער מוז פרעגן זיין ווייב?

Could be

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:40 pm
דורך קהל'ס נער
קאצקע ציקער האט געשריבן:
קויפער האט געשריבן:איז דאס דער זעלבער אליעזר קרויס וואס האט אין א שמועס מיט יאסי געשטעטנער נישט געדענקט ווי אלט ער איז און געזאגט אז ער מוז פרעגן זיין ווייב?

Could be


לעיזער קרויס/ישעי' איצקאוויטש איז נישט אזא בהמה, ער איז א פיינע חברהמן, ער האט נישט געוואלט אנטפלעקן זיין עידזש האט ער געגעיבן אזא באבע תירוץ.
איך הער עים אויס יעדע שני וחמישי, קענסט עים פיינט האבן, ער איז א אידיאלאג וואס האלט זיך פאר א פראגמאט, (אנטשילדיגט כ'ווייסס נישט וויאזוי מען ריפט אן אידיאלאגישער און א פראגעמאטישער מענטש, אידיאלאגאנער/פראגמעטאנער? אידיאלאגיסט/פראגמאטיסט? ) אבער איז א געריבענע חברהמן, ער דערמאנט אביסל פון טראמפ יר"ה/יש"ה ער האלט אינטער די עולם צי מען איז מסכים מיט עים צי נישט.
זיין אפטיילונג האט מן הסתם די מערסטע ציהערער פער קאפצאל פון עני אנדערע אפטיילונג, וועיגן דעים האט (ר') זלמן אויך גענימען די ליניע פין קאנטראווארסיע, ווייל דאס הייבט די רעיטינגס.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 8:51 pm
דורך מיליאנער
yn.NY האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:מענין לענין באותו קנין
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0cd8bec316

שוין לאנג אויסגעמעקט...
unnamed (1).png

וואס איז טאקע פשט פון מעקן די אשכול? אינטרעסאנט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:38 am
דורך סעגאל
גראדע איז א נייע זאך אז מען לאזט אים זיין קאנטערווערשעל נישט לאנג ציריק האט מען אשראפגענימען אשמיעס פון אים פארן רעדן אנטקעג שומרlם .

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:48 am
דורך קאצקע ציקער
אויך האט ער גערעדט אנפאנג קאוויד אז מען מאכט סתם א פאניק און זלמן האט עס אראפגענימען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 4:04 pm
דורך היכי דמי
איי וועלט פארט אויף רעדער. זעט אויס ווי עס איז נישטא קיין כולל היינט.
שוין לאנג נישט געווען אזעלכע דראמע דארט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:41 pm
דורך מרדכי מרדכי
היכי דמי האט געשריבן:איי וועלט פארט אויף רעדער. זעט אויס ווי עס איז נישטא קיין כולל היינט.
שוין לאנג נישט געווען אזעלכע דראמע דארט

ווי זעסטו עס?