בלאט 1 פון 1
קהל ראצפערט פארשליסט אירע טויערן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:04 pm
דורך היכי דמי
הער איך היינט צופרי אין מקוה אז ראצפערט קהילה אין בארא פארק פארמאכט זיך צוליב פרעשור פון סאטמאר'ע מוסדות אין בארא פארק קעגן אירע מתפללים וועלכע שיקן אין די מוסדות.
איינער מיט מער באריכטן?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:12 pm
דורך לאמיר זאגן
מה זה ראצפערט?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 2:12 pm
דורך היכי דמי
די קהילה איז געווען הערליך באשריבן אין מאמענט פאריגע פסח. (זעה בייגעלייגט בילד פון די דעקל)
ער איז אן אייניקל פון האדמור רבי אהרן מסטאמאר און זיך גימאכט שבת פאר זיך. א שיין חלק פון זיין ציבור זענען אויפגעקלערטע סאטמארע חסידים און דאס האט אנגעמאכט פראבלעמען מיט די מוסדות. איך בין נישט באקאנט פונקטליך מיט די פרטים אדער מיט אים, פארדעם קום איך אהער צו הערן מער
מאָמענט טאָפלטער נומער פסח תשפ״א.jpeg
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 6:13 pm
דורך מיליאנער
איך ווייס נישט פונטקליך וואס די מוסדות האט געטון פאר די מתפללים פון ראצפערט - איך גלייב נישט עפעס מוראדיג - אבער אזויפיל אז די מער ערנסטע אינגעלייט זענען אוועקגעגאנגען און עס איז געבליבן בלויז די שוואכערע.
ממילא האט דער רב מהרח''ץ באשלאסן צו מאכן א אויפשאקלונג, און ער פארמאכט דעם ביהמ''ד פאר עטליכע וואכן, און ער פלאנט עס צוריק צו עפענען א שטיק צייט ארום אויף א אוועקגעשטעלטע אופן מיט ערנסטע אינגעלייט.
כך שמעתי.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 6:32 pm
דורך שמן למאור
כ'האב געהערט זאגן אז זיין וואטסאפ-סטעריס איז נאך דערווייל געבליבן אפען
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 8:49 pm
דורך מיליאנער
עצי שטים האט געשריבן:כ'האב געהערט זאגן אז זיין וואטסאפ-סטעריס איז נאך דערווייל געבליבן אפען
ווי קומט עס דא אריין?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 4:41 am
דורך כלבאשבוע
CF1E263B-90D6-4130-AED7-152DDD26D088.jpeg
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 9:20 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז מיר א חידוש אז דער רב שליט"א האטציך געבויגן צו די פרעשור. ס'איז אייביג בעסער אז מ'האט א טשויס, אן אויסוואל. נישט א יעדער איז א "פרומער"... איך, למשל האב ליעב אז מ'דאוונט במתינות, אפילו מען "כיפערט" נישט האט עס דאך א בעסער'ן טעם ווען מ'דאוונט נארמאל. אבער איך האב נישט ליעב צו זאגן א סאך יוצרות, דערפאר קוק איך אריין אין א ספר ווען מ'זאגט יוצר. אויסער די גרויסע "פאבליק" שטיקלעך...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 9:49 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
ווי עס קוקט מיר אויס איז נישט ממש אז פרעשור האט געמאכט די זאך, נאר די סאטמארע מוסדות האט געניצט דעם קינדער - ערבות מיטל = נוצן די קינדער אלס א שטעקן ווען מען וויל עפעס אויספירן. דאס זעלבע מיטל וואס מען ניצט פאר די אינטערנעט תקנות
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:16 am
דורך יאסל ראקאווער
צוקוועטש זיי גענוג לאנג, מער און מער ווילאנג די באלון וועט פלאצען. כאשר יענו אותנו וועל מיר זיך עפענען שבת פאר זיך, פראגרעסיוו חסידישע מוסדות.
ווי האט מיין באבע געזאגט: א נחת צו זעען די נקמה אין היטלער ווען איך זעע די אייניקלעך. אידן נקמה! די געשלאגענע גייען זיך מאכען שבת פאר זיך. ס'פעלט זיי נאר א מצה בעקעריי און אפאר בילדינגס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:31 am
דורך מיליאנער
כלבאשבוע האט געשריבן:CF1E263B-90D6-4130-AED7-152DDD26D088.jpeg
די צעטל איז באזירט אויף געוויסע אמת'ע פונקטן אבער איז נישט פון רח''צ אליינס.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:45 am
דורך Hadasim
א רחמנות אויף אונזער society אז א קהילה דארף שליסן בניגוד לרצונה, נאר צוליב אנדערע מענטשן'ס רצונות.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:47 am
דורך Hadasim
אוי לדור שכך עלתה בימיו. פני הדור כפני הכלב. און יעצט ברויכט מען שנעל גיין איבערבעטן די כלבים.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:32 pm
דורך גלויבער
ווען ער האט שכל עפענט ער א מוסד
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:25 am
דורך אבשלום בן מעכה
וואו דאוונט היינט דער ראצפערטער רב?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 7:50 pm
דורך berlbalaguleh
אפשר אין ביהמ"ד ד'אויק גלען. ער קען קומען דארט דאווענען. ווייל דער רב, שליט"א. דער מרא דאתרא והגלילות איז א גרויסער עניו. ער דארף נישט קיין מזרח. און ער געט אייביג אוועק ששי. היינט האט ער אויך געוואלט אוועקגעבן ששי. נאר דער גבאי (שני) האט איהם אויסגעשפיעלט. און אויפגערופן ששי. היינט איז געווען א ספעציעל געהויבענער שבת אין ביהמ"ד ד'אויק גלען, יצ"ו. מ'האט אריינגעגעבן א נייע ספר תורה וואס א איד א נגיד האט געלאזט שרייבן. נאר ער איז (ליידער) נפטר געווארן אינצווישן. האבן זיינע קינדער משלים געווען די מצוה, לשמו ולזכרו. ס'זענען אויך געווען הקפות מיט די נייע ס"ת. (כמעט) אזוי ווי שמחת תורה. נאכ'ן דאווענען איז געווען א קידושא רבה. מיט אלע מפרשים... אויך. איינער פון זיינע קינדער האט מנדב געווען א נייעם ארון קודש (מיט די ספאטלייטס און נר תמיד). א צווייטער זון האט מנדב געווען א פרוכת לעילוי נשמת זיין טאטע...! דער ראצפערטער רבי שליט"א איז געלאדנט צו קומען דאווענען אין ביהמ"ד ד'אויק גלען. די שאלה איז נאר אויב ס'איז אין תחום שבת...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:35 pm
דורך מורינו ורבנו
וואס מאכט ידי"נ הרב שליט"א? - וואו האט ער געדאוונט די וואך?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:47 pm
דורך berlbalaguleh
מורינו ורבינו: ס'הייסט וואו? ביי אונז אין ביהמ"ד...איך האב איהם דאך מכבד געווען מיט ששי...! אוי... איך האב מיך פאררעדט...! נישט איך. דער גבאי (שני)...!
נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2022 1:41 pm
דורך שושן פורים
Breaking! ratsfert shul hired the famous speaker Rav Shea Horowitz to be their ruv!
C/P
נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2022 3:07 pm
דורך קאצקע ציקער
שושן פורים האט געשריבן:Breaking! ratsfert shul hired the famous speaker Rav Shea Horowitz to be their ruv!
C/P
Nice!!
Re: קהל ראצפערט פארשליסט אירע טויערן
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2022 4:31 am
דורך moneyminded
שושן פורים האט געשריבן:Breaking! ratsfert shul hired the famous speaker Rav Shea Horowitz to be their ruv!
C/P
ווער איז דאס
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 12:07 am
דורך [NAMELESS]
קימט אריין די פריילעכע נייעס אז קהל ראצפערט עפענט זיך פין פריש, אפיציעל אינטער קיט"ל,
מ'זאגט אז אלס א חלק פינעם דיעל, וועט די רב שליט"א נאר מעגן זיך באניצן מיטן קליגן טעלעפאן נאר בצנעה, אנדערש ווי די רב שליט"א פלעגט זיך פירן ביז איצט,
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 12:32 am
דורך מיליאנער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קימט אריין די פריילעכע נייעס אז קהל ראצפערט עפענט זיך פין פריש, אפיציעל אינטער קיט"ל,
מ'זאגט אז אלס א חלק פינעם דיעל, וועט די רב שליט"א נאר מעגן זיך באניצן מיטן קליגן טעלעפאן נאר בצנעה, אנדערש ווי די רב שליט"א פלעגט זיך פירן ביז איצט,
און ווען ער האט געזאגט אז ס'איז צו שווער האט מען אים געזאגט אז אויב הגה''צ יעקב בער מסיגוט שליטא קען דאן קענסטו אויך.