קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יָדוֹרָש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:53 am
האט שוין געלייקט: 82 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???

שליחה דורך יָדוֹרָש »

איינע פון די זאכן וואס האט מיר געמאכט שטאלץ צו זיין א איד ווען איך בין אויפגעוואקסן איז געווען די מידת החסד וואס גיסט זיך איבער אין אונזערע קהילות. ובפרט די חסד ארגינעזאציעס ווי מענטשן זענען מקדיש זייער לעבן און זענען אייביג גרייט צו העלפן א צווייטן אין צייט פון נויט. דאס האט געוויזן פאר מיר אז דאס וואס מיר לעבן א תורה'דיגע לעבן האט א גוטע השפעה, יעצט אויף די וועלט, עס איידלט אויס מענטשן און גיבט זיי צו פארשטיין אז עס איז דא עפעס מער ווי בלויז אנגיין מיטן טאג טעגליכע לעבן פאר זיך.


ס'איז געווען ביי אונז קלאר אז אונזערע היימיש געמאכטע ארגינעזאציעס ארבעטן פיל בעסער ווי די פארגעשריטענע, אפיציעלע רעגירונגס דעוויזיעס. זייערע סיסטעמאטישקייט און רעגולאציעס קען נישט דערגרייכן וואס א אידיש הארץ און היימישע טיכטיגקייט קען.

אין די לעצטע צוויי יאר איז נשתנו העיתים ונתחלפו הזמנים. קאווויד, לאקדאונס, מאסקס, וואקסינס, דעלטא, וואקסינס, אמיקראן, און נאכאמאל וואקסינס. פון דאס ערשטע מינוט איז הצלה געווען פון די איינציגסטע ארגינעזאציעס וואס זענען געעוען קלאר און זיך געהאלטן צו זייער מיסיע. אין די ערשטע, שרעקליכע אדר וואכן, ווען די מגפה האט געבושעוועט אויף אונזערע גאסן און די מעגליכקייט פון הצלה איז געווען אויסגעצויגן כחוט השערה, האבן זיי זיך נישט געבראכן. זיי זענען געלאפן, געטראגן און געברענגט, און געטון אלץ וואס מען קען צו ראטעווען לעבנס. אזוי אויך האבן זיי כסדר געבעטן דעם ציבור צו נעמען די מינימאלע מיטלן צו פארמינערן דאס פארשפרייטונג פון דאס ווירוס.

איך וויל נישט אריינגיין אין דעבאטעס צו דאס ווירוס איז בכלל עפעס, צו מאסקעס און וואשן די הענט איז עפעס, וכדומה. מיין הנחה פשוטה איז אז הצלה אלץ א מעדעצינישע ארעניזאציע דארף פאלגן וואס מעדעצינישע אויטאריטעטן זאגן, און זיי זאלן נישט מאכן קיין אייגענע החלטות. נאך אלעם האבן זיי נישט שטודירט מעדעצין, עפידימילאגיע, וכדומה. זיי זענען שליחים צו ברענגען עמערדזענסי הילף וואו מען ברויך. אויב מאכן זיי אייגענע מעדצינישע החלטות פארלירן זיי דאס גאנצע טראסט. זיי האבן נישט קיין כח דאס צו טון און דאס איז נישט זייער ארבעט.

דערפאר איז מיר געווען ווי א דונער אינעם העלן טאג ווען ביי א שמחה האב איך אינטערגעהערט א קרוב דערציילן אז איינע פון די הצלה מאכערס זענען אריין צו א לאקאלע העלט צענטער און געמאכט פאלשע וואקסין קארטלעך פאר די חברי הצלה. מיינע אויגן האבן זיך ברייט צועפענט, און איך האב מיר ארומגעקוקט צו זעהן צו די ארומיגע גלייבן וואס ער זאגט. צו מיין שאק האבן נאך עטליכע געוואוסט דערפון; און איינער דארט מיט קשרים צום העלט צענטער האט דאס באשטעטיגט.

לאמיר איבערזאגן:
חברי הצלה דרייען זיך ארום מיט פאלשע וואקסין קארטלעך.

זיי אויף וואס מיר פארלאזן זיך אז זיי וועלן אונז צושטעלן מעדעצינישע הילף, קוקן אן מיט א ביטול די רעקאמענדאציעס פון אלע מעדעצינישע אוטאריטעטן אין די וועלט, און האבן נישט קיין פראבלעם צו פעלשן. איך ווייס נישט אויב וואקסינען האבן אויסגעפעלט ביזדערווייל. אבער עס איז דא א שאנס אז נאך אן אויסברוך גייט קומען ביים היימישן עולם, און דאן וועלן מיר זיך פארלאזן אויף די חברי הצלה ארומצוגיין פון הויז צו הויז, צו אלע אנגעשטעקע, עלטערע און קראנקע מענטשן; און זיי באהאנדלן ווען און טאש האבן זיי א פאלשן קארטל.

און אויסער די באלדיגע אימפליקאציעס. וואס זאגט דאס אויף די וועג וויאזוי הצלה באגייט זיך? מיר פארלאזן זיך אז די חברי הצלה גייען דורך טרעיניג, אז זיי שטעלן צו קראנטע מעדיצינישע הילף ווען מיר זענען אין אן עמערזשענסי צושטאנד. אויב קענען מיר זיי נישט געטרויען מיט אזא פשוטע זאך ווי וואקסינאציע, מיט וואס נאך קען מען זיי נישט געטרויען?

און דאס פארלאנגט א טיפערע חשבון הנפש. ווי האלטן מיר אלץ א קאמיוניטי אויב קענען מיר נישט געטרויען אונזער עמערזשענסי הילף ארגאניזאציע.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר